א שיינעם געדאנק אויף א שטיקל גמרא

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3068
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3325 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8396 מאל

א שיינעם געדאנק אויף א שטיקל גמרא

שליחה דורך שמן למאור »

כ'האב נישט געטראפן קיין אשכול ווי מען קען לייגן שיינע געדאנקן וואס מען האט געזען אדער אליינס געטראכט, אויפן תלמוד בבלי. אדרבה, אויב ס'שוין דא אזא אשכול קען מען עס שמעלצן.

האב איך געטראכט לעצטנס אזא פשט אינעם שטיקל גמרא מסכת שבת דף לא.

"אמר רבא בשעה שמכניסין אדם לדין אומרים לו, נשאת ונתת באמונה? קבעת עתים לתורה? עסקת בפו"ר? צפית לישועה? פלפלת בחכמה? הבנת דבר מתוך דבר"?

בפשטות לערנט מען אז דאס איז א ליסטע פון 6 שאלות וואס מען פרעגט דער מענטש ווי נאר ער קומט אן דארטן אויבן. מיר איז אבער איינגעפאלן, אז מען קען זאגן אז טייל פון די קשיות זענען גאר די תשובה וואס דער מענטש ענטפערט צוריק, מיט א לשון פון א קשיא (כדרך אחינו בנ"י וואס ענטפערן א שאלה מיט נאך א שאלה)

די גמרא זאגט אזוי, מען פרעגט דער מענטש, זאג נאר, נשאת ונתת באמונה? קבעת עתים לתורה? האסט געהאנדלט ערליך פאר א דאלער? און צו האסטו געמאכט צייט צו לערנען א שיעור יעדן טאג?

אויף דעם ענטפערט דער איד צוריק מיט א שאלה, זענט עטס פון קאפ געפאלן?? עסקת בפריה ורביה??? האבן ענק דא אין הימל אמאל ערצויגן קינדער?? וואס דרייען ענק א קאפ מיט לערנען א שיעור אדער האנדלען ערליך...? מען דארף דאך מאכן א ליווינג...

פרעגט דער שואל ווייטער, צפית לישועה? האסטו געווארט אויף ביאת משיח יעדן טאג? אויף דעם ענטפערט דער איד צוריק, איך פארשטיי ענק נישט... פלפלת בחכמה? הבנת דבר מתוך דבר? האבן ענק אמאל געטון די אלע זאכן דא אויבן??
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שמן למאור, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!

דער אשכול פארמאגט 35 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר