חג השבועות - "וְחַיֵּי עוֹלָם נָטַע בְּתוֹכֵנוּ" PDF ATTACHE

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 370
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 162 מאל

חג השבועות - "וְחַיֵּי עוֹלָם נָטַע בְּתוֹכֵנוּ" PDF ATTACHE

שליחה דורך א שעפעלע »

בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

מיר שטייען אצינד בלויז געציילטע טריט אוועק פונעם געהויבענעם יום טוב שבועות הבא עלינו לטובה, די זמן מתן תורתינו אין וועלכע מיר האבן זוכה געווען צו ווערן דער 'עם הנבחר' און שטיין ביים בארג סיני און אויסשרייען כאיש אחד בלב אחד "נעשה ונשמע" אז מיר זענען גרייט צו טוהן און צו הערן אלעס וואס השי"ת וועט פארלאנגען פון אונז אין זיין הייליגע תורה.
כפה עליהם הר כגיגית

עס איז באקאנט וואס חז"ל זאגן (שבת דף פ"ח.) אויפן פסוק "וַיִתְיַצְבוּ בְּתַחְתִּית הָהָר - מְלַמֵד שֶׁכָּפָה הַקָדוֹשׁ בָּרוּך הוּא עַלֵיהֶם אֶת הָהָר כְּגִיגִית וְאָמַר לָהֶם אִם אַתֶּם מְקַבְּלִים הַתּוֹרָה מוּטָב וְאִם לַאו שָׁם תְּהֵא קְבוּרַתְכֶם" אז בשעת קבלת התורה האט דער אייבישטער אויפגעהויבן דעם בארג סיני העכער די אידן ווי א איבערגעדרייטע פאַס און ער האט געזאגט פאר די אידן אז אויב זענען זיי מקבל די תורה איז גוט, און אויב נישט וועלן זיי ח"ו באַגראָבן ווערן אונטערן בארג. און תוספות פרעגט דארט די קשיא, פארוואס האט מען זיי בכלל געדארפט צווינגן, די אידן האבן דאָך שוין געזאגט פון זייער אייגענע גוטע ווילן "נעשה ונשמע" אז זיי זענען גרייט מקבל צו זיין די תורה און עס מקיים זיין.

מתן תורה אינעם וויסטן מדבר
אזוי אויך דארף מען פארשטיין פארוואס טאקע האט השי"ת געגעבן די תורה אין א מדבר, אין א וויסטע און ליידיגע פלאץ. מיט אונזער שכל וואלטן מיר פארשטאנען אז אזא שיינע און גרויסע חתונה, ווי חז"ל זאגן "בְּיוֹם חֲתֻנָתוֹ זוּ מַתַּן תּוֹרָה", וואלט געדארפט פאָרקומען אין די שענסטע פלאץ אויף די וועלט, ווי עס איז די שטייגער פון מענטשן אז ווען מ'מאכט חתונה זוכט מען צו דינגן א שיינע זאל און עס אהערשטעלן מיט דאס שענסטע און בעסטע ווי עס פּאַסט פאר אזא חשוב'ע שמחה, אויב אזוי פארוואס האט השי"ת אויסגעוועלט גאר די טרוקענע און ליידיגע מדבר צו זיין דער מקום פון מתן תורה.

איז חז"ל זאגן טאקע אין מדרש א טעם פארוואס השי"ת האט געגעבן די תורה אינעם מדבר דוקא, איז אונז צו לערנען אז פונקט ווי דער מדבר קען מען האבן 'בְּחִנָם' אומזיסט און ס'קאָסט נישט קיין געלט, די זעלבע איז מיט די תורה אז יעדער קען קומען און זוכה זיין צו תורה, ס'קאָסט נישט קיין פרייז. נאך א פשט זאגט דער מדרש, אז עס קומט אונז צו לערנען אז ווער ס'מאכט זיך נישט בָּטֵל און הפקר ווי א מדבר דער קען נישט זוכה זיין צו חכמה און תורה, מ'מוז זיך מבטל זיין כדי צו קענען לערנען תורה.

אבער לענינינו קענען מיר זיך פארטיפן און טרעפן א דערהער און א רמז אויף וואס די זאכן קומען אונז מרמז זיין און לערנען.


די תורה איז אונזער לעבן
ווי מיר ווייסן איז די תורה הקדושה אונזער לעבן, די חיות און עקזיסטענץ פון כלל ישראל איז בלויז דורך די תורה הקדושה, און דאס איז אונזער וואסער און אונזער לופט וואס האלט אונז ביים לעבן, ווי מיר זאגן דאס ביים דאווענען יעדן טאג "כִּי הֵם חַיֵינוּ וְאֹרֶךְ יָמֵינוּ וּבָהֶם נֶהְגֶה יוֹמָם וָלָיְלָה".
חז"ל דערציילן אונז אזוי אין מסכת ברכות (דף ס"א:) אז ס'איז אמאל געווען א שעת השמד ווען די רומישע מלכות האט געמאכט א גזירה אז מ'טאר נישט עוסק זיין אין תורה, און פפוס בן יהודה האט געטראפן ווי דער הייליגע תנא רבי עקיבא נעמט צוזאמען תלמידים און ער לערנט מיט זיי ברבים, האט ער איהם געפרעגט "דו האסט נישט מורא פון די מלכות?" האט איהם

רבי עקיבא געענטפערט מיט די פאלגענדע משל:
ס'איז אמאל געווען א פוקס, די קלוגע באשעפעניש, וואס האט שפאצירט אזוי געמיטליך ביים ברעג פונעם טייך, ער קוקט אריין אין די וואסער און ער באמערקט ווי די פיש אינעם וואסער האבן נישט קיין מנוחה, זיי שווימען פון דא אהין און פון דארט אהער, זיי זענען פארנומען די גאנצע צייט צו אנטלויפן פון איין ארט צום אנדערן. גיבט ער א פרעג פון די פיש, פון וועמען אנטלויפט איר אזוי? זאגן איהם די פיש אז זיי ציטערן פאר זייער לעבן, ווייל עס קומען כסדר מענטשן צום טייך און זיי ווארפן אריין זייערע נעצן און ווילן אונז פאַנגן, און דערפאר זענען מיר שטענדיג באזארגט און מיר זענען פארנומען די גאנצע צייט צו באשיצן אונזער לעבן פון די פיינט.

רופט זיך אָן דער פוקס, איך האב א פלאן, אפשר ווילט ארויפקומען אהער אויף די יבשה? קומטס ארויס צו מיר, און מיר וועלן וואוינען און פארברענגן צוזאמען אזויווי מיינע און ענקערע זיידעס פון דורי דורות האבן זיך שוין געוויס אזוי געפירט מיט ליבשאפט און געוואוינט איינע נעבן דעם אנדערן... ענטפערן די פיש, דו ביסט דער קלוגער פוקס? דו ביסט דער אויף וועמען מ'זאגט אז ער איז קלוגער ווי אלע חיות? דו רעדסט דאָך ווי א טיפש, ווייל מה-דאָך אז אין וואסער דארט ווי מיר באלאנגן און מיר קענען לעבן, ציטערן מיר אזוי שטארק און מיר זענען אינגאנצן נישט פארזיכערט; זאלן מיר אפילו האבן די מינדנסטע הַוה-אמינא פון ארויסקומען צו די יבשה דארט וואו מיר האבן בכלל נישט קיין שאנס צו לעבן און עקזיסטירן?!.

די זעלבע זאך האט רבי עקיבא אויסגעפירט צו פפוס בן יהודה, ווען מיר זענען עוסק אין תורה ביי וואס עס שטייט אין פסוק "כִּי הוּא חַיֶּיךָ וְאֹרֶךְ יָמֶיךָ - אז דאס איז אונזער גאנצע חיות" איז אפילו מיר האבן טאקע מורא און אונזער לעבן איז איינגעשטעלט דערמיט, אבער דאן האבן מיר כאטש אונזער סם-החיים וואס האלט אונז ביים לעבן, אבער אויב מיר וועלן אינגאנצן פארלאזן די תורה ח"ו און נישט עוסק זיין דערין, וועט דאָך דאס זיין פילפאכיג ערגער, ווייל דעמאלטס געבן מיר אויף ממש בידים אונזער גאנצע לעבן און אונזער גאנצע מציאות ח"ו, און ממילא איז דאס בכלל נישט קיין אפציע פאר אונז איבערצולאזן די תורה און נישט לערנען ווען ס'הערשט א סכנה.

די דביקות בתורה אין די שווערסטע מצבים
און אזוי איז באקאנט פון אלע צדיקים און גדולי ישראל לדורותיהם, וואס מ'האט געקענט זעהן מיט די אויגן ווי די תורה הקדושה איז ממש זייער חיות, זיי האבן פשוט געלעבט אויף תורה, די תורה האט זיי צוגעגעבן געזונט, און זיי האבן זיך נישט געקענט שיידן דערפון אין סיי וועלכע מצב.

און בלויז צו ברענגן א שטיקל דוגמא פון אונזערע דורות ממש, איז כדאי איבערצוגעבן וואס איך האב געהאט די זכיה מיטצוהאלטן פון די נאנט, עיני ראו ולא זר, געווען איז דאס אמאל אויף די גאר עלטערע יארן פון מו"ר הגאון רבי יצחק דוב קאפעלמאן ראש ישיבת לוצערן זצ"ל און ער האט געדארפט אדורכגיין א מעדיצינישע פראצעדור וואס איז פארשטייט זיך געווען באגלייט מיט יסורים און שוועריגקייטן, הכלל, דער דאקטער האט פאראויס געזאגט אז דער ראש ישיבה וועט זיכער זיין אפגעשוואכט במשך דעם גאנצן טאג, אין אנהייב וועט ער שלאפן עטליכע שעה צוליב די שטארקע מעדעצינען און איינשלאף מאטריאל מיט וואס מ'האט זיך באנוצט בשעת די באהאנדלונג, און אפילו נאכדעם ווען ער וועט אויפשטיין זאל מען איהם געבן טאבלעטן צו בארואיגן די יסורים, ווי אויך זאל מען אפרופן אלע תפלות בציבור, וויזיטן, און אפוינטמענטס פון מענטשן וכדומה, ווייל ער וועט זיין צו שוואך פאר דאס אלעס און עס וועט דויערן א שטיק צייט ביז ער וועט צוריק קומען צו זיך.

ווען מ'איז צוריק געקומען צו די אכסניא נאכן פראצעדור, איז דער ראש ישיבה טאקע איינגעשלאפן, און די שטוב מענטשן האבן באשלאסן אז ווען ער וועט זיך ערוועקן און וועלן וויסן וויפיל אזייגער עס איז, וועט מען איהם ענטפערן אז "ס'איז נאך דא צייט..." כדי איהם צו בארואיגן און נישט גורם זיין קיין איבריגע אנשטרענגונג צוליב די זייגער וואס וועט איהם געוויס פייניגן אז די טאג גייט פארביי אָן גארנישט.

נו, אזוי האט מען טאקע געפלאנט. אבער נאך א שטיק צייט גיבט זיך דער ראש ישיבה זצ"ל א כאפ אויף מיט איין בהלה און ער פרעגט וויפיל אזייגער עס איז, דער משמש וואס איז געווען אין צימער האט זיך אנגערופן -ווי פון פריער אפשגעמועסט- אז עס איז נאך דא צייט... אבער פארן ראש ישיבה האט אזא ענטפער בכלל נישט צופרידן געשטעלט, און ער האט תיכף איבערגעפרעגט מיט א אנטשלאסנקייט "וויפיל אזייגער איז?!", בלית ברירה האט דער בחור געמוזט זאגן אז די צייט איז כך וכך (ס'איז אינגאנצן נישט געווען שפעט, ס'איז געווען אין די פריע מיטאג שטונדן, אבער לויט דעם ראש ישבה'ס שטרענגע סדר היום איז דאס שוין געווען זייער שפעט!) ווי נאר דער ראש ישיבה האט דאס דערהערט, האט ער זיך געשטארקט ווי א לייב, מיט זיינע לעצטע כוחות האט ער זיך געגעבן א פלינקע טוה אָן, א זאך וואס ער האט שוין כמעט נישט געקענט אינגאנצן אליינס טוהן בימים ההם זייענדיג א זקן מופלג פון ארום הונדערט יאר! בדרך כלל האט איהם איינער צוגעהאלפן, אבער יעצט צוליב זיין 'ריתחא דאורייתא' וואס די תורה הקדושה האט געברענט אין איהם, האט ער זיך מיט זיינע לעצטע ביסל כוחות אנגעטוהן און זיך פלינקערהייט אראפגעזעצט ביים טיש, געגעבן א כאפ די הייליגע גמרא און עס געעפנט.

עס ליגט מיר נאך קלאר די בילד פאר די אויגן, ווי מיט מיין ווילן איהם צו העלפן, בין איך שנעל געקומען צו גיין און כ'האב שטילערהייט געגעבן א לייג אראפ פאר איהם די טאבלעטן וואס דער דאקטער האט געהייסן נעמען פאר די יסורים, אבער דער ראש ישיבה האט זיי ניטאמאל געשענקט קיין בליק, ער האט דאס אוועקגעשטופט מיט זיין האנט, און ביז א סעקונדע איז ער שוין געווען פארזינקען אינעם בית המדרש פון אביי ורבא, שלינגענדיג מיט דארשט די דינים פון מיגוי, חזקה, קנינים, קנסות, ווען זיין גאנצע קאפ איז אריינגעבויגן אין די קליינע אותיות פונעם תוספות... אזוי האט זיך די מחזה פארצויגן עטליכע שעה אין א ציה! בשעת די אנוועזנדע קענען נישט קומען צו זיך פון ערשטוינונג, פונעם כוחו של אותו זקן, ווי ער איז מקיים דעם גיבור כארי לעשות רצון אביך שבשמים. ערשט אפאר שעה שפעטער, האט דער ראש ישיבה אויפגעהויבן זיינע אויגן און געפרעגט ווען דאווענט מען מנחה?! און דערביי האט ער געשעפשעט אין די אויערן פון איינער פון זיינע תלמידים אז ער האט געפערליכע יסורים און אויב ס'איז דא עפעס צו טוהן דערוועגן. ווען יענער תלמיד האט געזאגט אז מ'האט דאָך פריער דערלאנגט פארן ראש ישיבה די מעדיצינען וואס ער האט געזאלט נעמען צו בארואיגן זיין ווייטאג און דער ראש ישיבה האט דאס אוועגעשטופט... האט דער ראש ישיבה געענטפערט מיט א פשטות, "קודם איז תורה! אָן תורה גייט גארנישט! יעצט קען מען נעמען וואס עס פעלט אויס".

אט דאס איז א הימלישע מראה וואס מ'קען נישט באשרייבן מיט ווערטער, צוצוקוקן ווי א גדול בתורה, בשעת ער איז מדוכא ביסורים, זייענדיג אפגעשוואכט און אויסגעשעפט, ווען דער דאקטער זאגט פאָר אז עס קומט א שווערע טאג, אבער איהם אינטרעסירט דאס אלעס נישט, ער קימערט זיך נישט מיט פיזישע ווייטאג אדער שוואכקייט, ער דארף בלויז איין זאך, ער לעכצט נאך זיינע בלעטער גמרא מיט ראשונים, ער דארף זיין 'סם החיים' וואס האלט איהם ביים לעבן אין אלע אומשטענדן, און ער קען דאס בשום אופן נישט אפשטופן אפילו נאך איין מינוט. דאס איז כִּי הֵם חַיֵינוּ וְאֹרֶךְ יָמֵינוּ פשוטו כמשמעו.

צו שפירן די הרגשה פון כי הם חיינו
יעצט פארשטייט זיך אז נישט יענער איינער איז אויף די גרויסע און הויכע מדריגה צו קענען לערנען תורה מתוך הדחק און מתוך יסורים מיט אזא דביקות, אבער על כל פנים דארף אונז דאס מחייב זיין, אז אין אונזער מדריגה, אויף אונזער שטאפל, זאלן מיר אויך שפירן כאטש א 'מֵעֵין' און א ברעקל פון די הרגשה אז לימוד התורה איז אויך ביי אונז דער "כִּי הֵם חַיֵינוּ וְאֹרֶךְ יָמֵינוּ" עס איז אונזער לעבן און אונזער מציאות און אָן דעם קענען מיר נישט אנגיין. מיר דארפן שפירן אז א טאג אָן לימוד התורה איז קיין טאג נישט! ווען עס קומט די צייט צו גיין שלאפן ביינאכט, אויב האב איך נאכנישט געלערנט היינט וויאזוי קען איך זיך בכלל גיין לייגן? וויאזוי איז מעגליך אדורכצולאזן א טאג אָן האבן געלערנט תורה.

אונזער שאיפה דארף זיין צו האבן אזא שטארקע קשר מיט די תורה אז מיר זאלן זיך נישט קענען שיידן דערפון, און אז מיר זאלן פילן א בענקעניש און א חסרון ווען מיר פארפּאַסן דעם קביעות'דיגן שיעור אדער סדר הלימוד.


די תורה הקדושה געפונט זיך אין יעדער איד
נו, אצינד אז מיר ווייסן שוין 'וואס' דאס מיינט אז די תורה איז דאס לעבן פון א איד, לאמיר זיך פארטיפן וויאזוי קומט מען טאקע אָן צו דעם, וויאזוי קען מען קונה זיין און אנקניפן אט די שייכות מיט די תורה הקדושה, און וויאזוי איז טאקע מעגליך פאר א פשוט'ע מענטש, פאר א בשר ודם מיט נסיונות און שוואכקייטן, צו ווערן אזוי נאנט מיט די הייליגע תורה.

אבער דער אמת איז, אז דאס נישט עפעס וואס מ'דארף גיין זוכן אינדרויסן, מיר דארפן נישט וואַנדערן אין די מרחקים צו געפונען אונזער שייכות און אונזער נאנטקייט מיט די תורה, ווי די תורה הקדושה אליינס זאגט אונז (דברים ל' י"א) לֹא נִפְלֵאת הִוא מִמְּךָ וְלֹא רְחֹקָה הִוא, לֹא בַשָּׁמַיִם הִוא... וְלֹא מֵעֵבֶר לַיָּם הִוא... כִּי קָרוֹב אֵלֶיךָ הַדָּבָר מְאֹד! די תורה איז זייער זייער נאנט צו אונז, און נישט נאר נאנט צו אונז, נאר עס איז גאר נאנט 'אין אונז' ממש, די תורה הקדושה געפונט זיך איינגעקריצט און איינגעבאקן טיף אינעווייניג אין די פנימיות פון יעדן איינציגסטן איד באזונדער! עס איז א חלק פון אונז אלע, דער אייבישטער דער נותן התורה האט דאס אריינגעלייגט אין אונזערע נשמות און אין אונזערע הערצער, ווי מיר זאגן יעדן טאג ביים דאווענען און מיר מאכן א ברכה אויף דעם "אֲשֶׁר נָתַן לָנוּ תּוֹרַת אֱמֶת וְחַיֵּי עוֹלָם נָטַע בְּתוֹכֵנוּ" די תורה הקדושה האט השי"ת איינגעפלאנצט בְּתוֹכֵנוּ אין אונז ממש.

און ווי חז"ל זאגן אז א קינד איידער ער ווערט געבוירן איז ער זוכה צו לערנען כל התורה כולה פון א מלאך, און דאס לאזט א רושם אויפן מענטש אפילו נאכדעם וואס ער ווערט געבוירן און ער געדענקט שוין גארנישט פון וואס ער האט דעמאלטס געלערנט, ווייל עס איז געווארן א חלק פון זיין פנימיות און פון זיין נשמה, און דאס באגלייט איהם זיין גאנצן לעבן שפעטער.
די הכנה צו שבועות און די מהות פונעם יום טוב

און א קלארע באווייז דערצו קענען מיר ברענגן פונעם יום טוב שבועות. ווי מיר ווייסן איז פארהאן א חיוב "שואלין ודורשין בהלכות החג שלשים יום קודם החג" אז דרייסיג טעג איידער א יום טוב איז די זמן פון מאכן א הכנה און זיך גרייטן צום יום טוב, וואס אין די טעג לערנט מען און מען איז עוסק אין די הלכות פונעם יום טוב, אזוי אז ווען עס קומט יום טוב איז מען בקי אין די מצוות און די הלכות און ענינים וואס זענען נוגע למעשה אינעם יום טוב. למשל ווען עס קומט פסח דארף מען זיין באהאווענט און גרייט אין אלע דינים פונעם קרבן פסח, אכילת מצה, מרור, ד' כוסות, און די זעלבע זאך איז לגבי סוכות ווען עס זענען דא אסאך פארצווייגטע ידיעות און הלכות פון מצות סוכה און ד' מינים וכדומה.

אבער ווי וואונדערליך איז ווען עס קומט צום יום טוב שבועות. קודם כל ווייסן מיר דאָך אז די ימי הספירה זענען טאג פון הכנה צו קבלת התורה, עס הייבט זיך אָן מיט די אורות און השפעות פון יציאת מצרים, און ציט זיך גראד מיט איין לאנגע המשך ביז זמן מתן תורתינו, און ווי דער רמב"ן שרייבט אין פרשת אמור אז די ימי הספירה וואס ציען זיך פון פסח ביז שבועות זענען אזויווי 'חול המועד' וואס געפונט זיך אינמיטן יום טוב. הכלל, גאנצע ניין און פערציג טעג איז מען עוסק אין הכנה צום יום טוב שבועות, וואס דאס איז פיל מער ווי די געווענליכע שיעור פון שלשים יום קודם החג. און דערנאך ווען עס קומט צו גיין דער יום טוב שבועות זעלבסט, איז דאָך נישט דא קיין שום ספעציעלע מצוה וואס מיר זענען מקיים אין דעם טאג, עס איז נישטא קיין אכילת מצה, תקיעת שופר, אדער ד' מינים, וואס מען דארף אפרעכטן און טוהן בפועל, עס איז א יום טוב אָן קיין שום מעשה און מצוה וואס איז געאייגענט פאר דעם יום טוב. וואס דאס דארף אוודאי אן ערקלערונג, וויאזוי קען דאס זיין אז די יום טוב מיט די לענגסטע הכנה האט בכלל נישט קיין קיום מצוה אין זיך.

נאר לויט ווי מיר האבן געשמועסט איז דער ענין גאר לעכטיג און זיס! טאקע וויבאלד שבועות איז זמן מתן תורתינו, דער יום טוב אין וועלכע מיר זענען מקבל די תורה הקדושה יעדעס יאר פון דאסניי, דעריבער דארף מען די לענגסטע און הייליגסטע הכנה דערצו, ניין-און-פערציג טעג נאכאנאנד ציילן מיר ספירה מיט גרויס התלהבות, מיט א ברכה, און א בקשה אויף תיקון המידות, ווייל דאס איז א לאנג פאַרצויגענע עבודה פון אויפדעקן און צוקומען צו די תורה הקדושה וואס געפונט זיך אין אונז. יעדן טאג רייבן מיר אראפ נאך א שיכט פון די שטויב און די חומריות וואס זעצט זיך ליידער ארויף אויף אונז, יעדן טאג זענען מיר מתקן נאך אביסל פון די פגם וואס מיר האבן פוגם געווען אין די הייליגע מידות, און מיר שטרעבן זיך מקדש און מטהר צו זיין בקדושה של מעלה, וואס דאס אלעס דעקט אויף מער און מער פון אונזער פנימיות און מיר דערנענטערן זיך נאך און נאך צו די חַיֵּי עוֹלָם נָטַע בְּתוֹכֵנוּ, צו די הייליגע און נצחיות'דיגע נטיעה וואס דער רבוש"ע האט איינגעפלאנצט אין אונז.

און ווען עס קומט צו גיין דער יום טוב שבועות, נאך די לאנגע וועג פון הכנה ביז אהין, געפונט זיך דער איד פאראייניגט מיט די תורה הקדושה וואס ליגט אין איהם, ער עפנט אויף די טויערן צו זיין הייליגן נפש וואס ענהאלט אין זיך די 'קבלת התורה' וואס זיין נשמה פארמאגט שוין פון לאנג. אצינד איז נישט דא קיין מצוות היום וואס מ'דארף מקיים זיין, און מ'דארף נישט טוהן קיין שום חיצוניות'דיגע פעולה ווי שאקלען לולב אדער עסן מצה וכדומה, ווייל אין דעם יום טוב פראווענען מיר די עצם באגעגעניש וואס א איד האט מיט די תורה וואס געפונט זיך אין איהם, אין דעם יום טוב ווערט נתגלה אן אור וואס מ'דארף נישט ברענגן פון קיין שום פרעמדע פלאץ, נאר עס איז שוין דא! עס איז שוין פארהאן, און מ'דארף עס פשוט אויפדעקן און לאזן די לעכטיגע שטראלן ארויסשיינען.

די מוסר השכל וואס מיר לערנען פונעם מדבר
און דאס קען אויך זיין דער ענין פארוואס השי"ת האט געגעבן די תורה אינעם מדבר דוקא, ווייל א מדבר איז א פלאץ וואס שטעלט גארנישט צו, עס איז נישט דא דארט קיין שום אויסערליכע צוגעהערן, נישט קיין וואסער און נישט קיין ביימער, נישט קיין דאַך איבערן קאפ און נישט קיין שאָטן, נישט קיין עסן און נישט קיין הייזער, בלויז דאס וואס מען ברענגט מיט זיך דאס האט מען, ארום און ארום איז גארנישט פארהאן.

אט דאס איז די מוסר השכל פאר א איד בדרך רמז, אז קבלת התורה איז נישט געוואנדן אין קיין שום אנדערע זאך, עס קומט נישט פון אינדרויסן, און עס דארף נישט קיין שום דרויסנדיגע צוגעהערן, עס איז אלעס דא אין דיר, דו האסט עס שוין, דו טראגסט עס און ברענגסט עס מיט דיר, און עס געפונט זיך אין דיין פנימיות!.


דאס איז עפעס העכערס וואס מ'קען נישט מסביר זיין
ווי מדוייק איז דער ענין מיט די מעשה וואס די גמרא דערציילט אין מסכת שבת (דף פ"ח.) אז א אפיקורס האט אמאל געזעהן ווי רבא זיצט פארטיפט אין א סוגיא, און בשעת מעשה האט ער געהאלטן זיינע פינגער אונטער זיינע פיס, און אזוי זיצענדיג האט ער צוקוועטשט זיינע פינגער אזוי שטארק ביז ס'האט אנגעהויבן ארויסצוגיין בלוט פון זיי, אבער רבא איז אזוי איינגעזינקן אין זיין לערנען אז ער באמערקט גארנישט וואס עס פאסירט מיט זיינע פינגער.

רופט זיך אָן דער אפיקורס צו רבא, "עמא פזיזא דקדמיתו פומייכו לאודנייכו, אכתי בפחזותייכו קיימיתו!" איר זענט א פאלק וואס טוט געאיילטע שריט און איר טראכט נישט וואס איר טוט, און איר זענט נאך ביז היינט אזוי, איר האלט זיך נאך אלס ביים אלטן... ווייל שוין ביי מתן תורה האט עטס געזאגט נעשה פאר נשמע, הגם איר האט נאך בכלל נישט געוואוסט וואס השי"ת גייט פארלאנגן פון ענק, וויאזוי קען א מענטש זיך אונטערנעמען צו טוהן זאכן ווען ער ווייסט נישט אויב ס'וועט זיין מעגליך אויסצופירן?! איר וואלט קודם געדארפט זאגן "נשמע" און הערן וואס עס שטייט אין די תורה, און נאר נאכדעם וואס איר וועט זעהן אז עס שטימט מיט אייך, דעמאלטס קען מען זאגן "נעשה", אבער איר זענט געלאפן בלינדערהייט מקבל זיין די תורה, און איר זענט נאך ווייטער ממשיך מיט דעם.

האט איהם רבא געענטפערט מיט א פסוק אין משלי (י"א ג') תֻּמַּת יְשָׁרִים תַּנְחֵם - די תמימות פון ערליכע מענטשן דאס וועט זיי פירן, און זיי וועלן גוט אנקומען דערמיט, וְסֶלֶף בּוֹגְדִים יְשָׁדֵּם - און די קרומע וועגן פון די שלעכטע מענטשן דאס וועט זיי בארויבן און פאַרפירן.

וואס לכאורה דארף מען פארשטיין וואס איז די כוונה פון רבא'ס תירוץ, איז רש"י ערקלערט טאקע אויפן פלאץ, אז מיר כלל ישראל האבן זיך פארלאזט מיט א תמימות אויף השי"ת און איהם געדינט מתוך אהבה, וויסענדיג אז ער וועט אונז נישט הייסן טוהן קיין זאכן וואס מיר קענען נישט מקיים זיין, און דעריבער האבן מיר רואיגערהייט געקענט זאגן פאראויס נעשה, אפילו נאך איידער מיר האבן געהערט וואס פונקטליך עס שטייט אין די תורה.

לויט דעם יסוד וואס מיר רעדן, קען מען צולייגן א שיינע הסבר אין די ווערטער פון רבא. רבא זאגט דא צום אפיקורס, "עס איז דא עפעס וואס דו פארשטייסט בכלל נישט, און דו קענסט עס נישט משיג זיין אפילו אויב דו ווילסט!" מיר אידישע קינדער זענען געבענטשט געווארן מיט א תֻּמַּת יְשָׁרִים תַּנְחֵם, מיט א געוויסע ישרות און ערליכקייט וואס דער רבוש"ע האט איינגעפלאנצט אין אונז אינעווייניג, מיר פארמאגן דאָך די תורה הקדושה איינגעקריצט אין אונזערע נפשות, און דאס פירט אונז, דאס גיבט די כוח פארן איד זיך מקשר צו זיין צו די תורה, דאס גיבט איהם די כוח פון זאגן נעשה בעפאר נשמע אפילו ווען ער האט נאכנישט געלערנט די תורה און ער ווייסט נישט פונקטליך וואס דארט שטייט, אבער ער ווערט געפירט דורך די 'תֻּמַּת יְשָׁרִים' וואס איז א חלק פון זיין עצם און זיין מהות.

דאגעגן די גויים און אפיקורסים זיי זענען דאָך אינגאנצן דאס פארקערטע, זיי פארמאגן נישט די נקודה פנימיות און די תורה הקדושה אין זיך, אדרבה זיי זענען בעצם שלעכט, זיי ווערן געפירט דורך זייער סֶלֶף בּוֹגְדִים, און ממילא וויאזוי קענען זיי אונז אפילו פארשטיין? וואס פארשטייט א גוי ווען ס'קומט צו קבלת התורה? ער איז דאָך אזוי ווייט פון דעם, און עס פעלט איהם דער יסוד און די שליסל דערצו וואס יעדער איד פארמאגט, און ממילא קוקט ער אונז אָן מאָדנע און ער שפעט אפ פונעם 'עמא פזיזא - די געאיילטע פאלק וואס טראכט נישט וואס זיי טוען', אבער דאס איז בלויז ווייל ער איז דערווייטערט פון אונזער גאנצע מציאות און אונזער לעכטיגע פנימיות, ער פארמאגט נישט דעם וְחַיֵּי עוֹלָם נָטַע בְּתוֹכֵנוּ וואס יעדער חדר יונגל ביי אונז פארמאגט יא, אויב אזוי וויאזוי קען ער אונז קענען פארשטיין און ארויסהאבן?.

מיט גשמיות'דיגע שכל קען מען נישט ערקלערן דעם 'נעשה ונשמע' פאר א פרעמדן. פונקט ווי מ'קען טאקע נישט ערקלערן די מתיקות התורה פאר איינער וואס האט עס נישט טועם געווען... פונקט ווי מיר קענען אמאל שטיין און צוקוקן ווי גדולי תורה און תלמידי חכמים רעדן אין לערנען מיט אזא געשמאק, מיט אזא ברען און א פרישקייט, זייער שמחה איז כמוצא שלל רב, ממש ווי איינער וואס האט געוואנען א לאטערי פון פופציג מיליאן דאללער, אדער ווי זיי לערנען מיט א חיות און א חשק וואס איז שווער צו באגרייפן, און די סיבה פארוואס נישט יעדער קען דאס פארשטיין איז ווייל איינער וואס האט נאכנישט גענוג אויפגעדעקט זיין אייגענע פנימיות און ער האט נאכנישט געגראבן אזוי טיף אנצוקומען צו זיין אייגענעם וְחַיֵּי עוֹלָם נָטַע בְּתוֹכֵנוּ, פעלט איהם נאך ליידער א חלק פון זיין התקרבות צו די מתיקות און אור וואס ליגט אין די תורה הקדושה, און דעריבער איז דאס א זאך וואס ער זעהט נאר ביי יענעם אבער ער אליינס איז דאס נישט מרגיש ווי עס דארף צו זיין.

אויב אזוי להבדיל אלף אלפי הבדלות, וויאזוי קען מען דען מסביר זיין פאר א גוי וואס האט אינגאנצן נישט די מציאות אין זיך, און וויאזוי קען מען איהם געבן צו פארשטיין מיט וועלכע כוח א איד קען אויסשרייען נעשה ונשמע אפילו נאך איידער ער ווייסט פונקטליך וואס השי"ת וועט איהם באפעלן...


אן די תורה ווערט דער מענטש באגראבן ח"ו
דערמיט קען מען אויך פארשטיין דער ענין מיט וואס מיר האבן אנגעהויבן, פארוואס האט אויסגעפעלט דעם "כפה עליהם את ההר כגיגית" נאכדעם וואס די אידן האבן געזאגט נעשה ונשמע.

נאר ווי עס איז באקאנט פון ספרים הקדושים, די אידן בשעת מתן תורה זענען געווען אין גאר א הויכע מדריגה, זיי זענען געווען הייליג און דערהויבן און אָן קיין יצר הרע, און דעמאלטס האבן זיי באמת געהאלטן ביי אט די גרויסע מדריגה פון נעשה ונשמע, זיי זענען געווען גרייט מקבל צו זיין די תורה הקדושה פאר יעדן פרייז און עס אנהאלטן מיט מסירות נפש. אבער הקב"ה האט דאָך געוואוסט אז ס'וועט קומען ווייטערדיגע דורות, ס'וועט זיין א גלות, ס'וועלן זיין נסיונות און שוועריגקייטן, און דעמאלטס וועט שוין כלל ישראל מער נישט זיין אין די יעצטיגע הויכע בחינה, און דערפאר האט ער איבערגעדרייט די בארג העכער כלל ישראל און געזאגט, "אִם אַתֶּם מְקַבְּלִים הַתּוֹרָה מוּטָב, וְאִם לַאו שָׁם תְּהֵא קְבוּרַתְכֶם" אויב זענט איר מקבל אויף זיך דעם עול התורה אין אלע מצבים, אויך אין גלות און אין חשכות, דעמאלטס וועט אייך גוט זיין, אבער אויב נישט, זאלט איר וויסן אז דאס זיך אוועק-קערן פון די תורה דאס וועט אייך ח"ו באגראבן!

ווייל טאקע די "וְחַיֵּי עוֹלָם נָטַע בְּתוֹכֵנוּ" פון וואס מיר רעדן, אט די הייליגע פנימיות וואס מיר פארמאגן, פון איין זייט איז דאס די גרעסטע מתנה פאר א איד, אויב ער דעקט דאס אויף און ער אנטפלעקט דעם אור, דעמאלטס העלפט עס איהם מקבל זיין די תורה און עס ברענגט איהם נענטער צו השי"ת. אבער אויב נישט, איז דאס ממש די פארקערטע, עס באגראבט דעם מענטש און צוברעכט איהם; ווייל פון איין זייט שרייט זיין נשמה און לעכצט צו די תורה, זיין פנימיות בענקט און דארשט צו די נעשה ונשמע וואס ליגט איינגעקריצט דארט אינעווייניג, ער שפירט געגועים און א משיכה צו תורה און צו רוחניות; אבער פון די צווייטע זייט איז ער דאָך פארנומען די גאנצע צייט 'איבערצושרייען' אט דעם אינערליכן קול זיינעם, ער איז פארנומען מיט'ן נאכלויפן זיינע תאוות און פארשידענע הבלי עולם הזה אין וועלכע ער איז פארזינקען, ער לעבט אין דמיון פון נארישע תענוגים און שטותים וואס פארנעמען ביי איהם א ארט, אנשטאט עוסק זיין אין די זאך צו וואס זיין נשמה ציט באמת.

און ווי מיר ווייסן וואס חז"ל זאגן (אבות פ"ו מ"ב) אז יעדן טאג גייט ארויס א בת קול פונעם הר חורב צו ערוועקן אידן תשובה צו טוהן. און לכאורה איז שווער, וואס איז דער ציל פונעם בת קול אויב קיינער הערט דאס סייווי נישט. נאר עס איז באקאנט וואס דער בעל שם טוב הקדוש זי"ע (יארצייט חג השבועות) האט מסביר געווען, אז דער 'בת קול' דאס ברענגט אריין א התעוררות תשובה אין א אידיש הארץ, כאטש דער מענטש הערט טאקע נישט דעם בת קול זעלבסט, אבער דאָך ווערט זיין נשמה ערוועקט צו תשובה. און אז איד האט שכל און ער שפירט ביי זיך א ערוועקונג צו תשובה, פארשטייט ער גלייך אז דאס קומט פונעם בת קול וואס ערוועקט איהם פון הימל צו תשובה, און ער נוצט אויס די התעוררות צו תשובה. מה שאין כן אויב א איד האט נישט קיין שכל, 'דערהערט' ער נישט די ערוועקונג צו תשובה, און ער מאכט זיך נישט וויסענדיג דערפון, און אזוי ארום לאזט ער ארויס די התעוררות פון אונטער זיינע הענט און ער טוט נישט קיין תשובה.

קומט אויס אז דאס איז דאָך די גרעסטע "שָׁם תְּהֵא קְבוּרַתְכֶם" וואס קען נאר זיין ח"ו, ווייל אזא מענטש ווערט צוריסן צווישן די התעוררות און אינערליכע רוף וואס זיין נשמה הערט און רופט, און די אנדערע רוישיגע קולות און שרייעדיגע רופן וואס ער מיינט אז דאס רעדט צו איהם. דער מענטש האט נישט קיין מנוחה, ער שפירט ווערדלאז, ער האט נישט קיין סיפוק און קיין שמחת החיים, ווייל ער דערווייטערט זיך פון זיין אמת'ע פנימיות, און ער פראבירט צו דערשטיקן די געפילן דורך די אלע הבלים און גשמיות'דיגע תענוגים וואס ער האנדלט זיך איין, אבער די יסורי הנפש פון די נשמה דאס קען מען נישט אפשטילן, און די התעוררות קען מען נישט באמת פארלעשן, און ממילא ווערט דער מענטש 'באגראבן' און צובראכן ח"ו.
אבער איינער וואס דערהערט יא דעם הייליגן רוף, ער הארעוועט אנצקומען און צו ערפילן די וואונטש פון זיין נשמה, ער דערנענטערט זיך יא צו די תורה און עבודת השי"ת, ביי אזא איינעם איז "אֵין טוב אלא תורה" נישט דא נאך א בעסערע זאך פון דעם, נישט דא נאך אזא סיפוק און שלימות'דיגע הנאה אין לעבן, און ווי השי"ת זאגט טאקע "אִם אַתֶּם מְקַבְּלִים הַתּוֹרָה מוּטָב", נאר אזוי וועט אייך באמת גוט זיין!.

לסיכום געדענק:
• די תורה הקדושה געפונט זיך איינגעקריצט טיף אינעווייניג אין די פנימיות פון יעדער איד! מ'דארף עס נישט זוכן אין ערגעץ, עס ליגט שוין 'אין אונז' ממש.
• די ימי הספירה זענען א לאנגע קייט פון הכנה אנצוקומען צום יום טוב שבועות, און דעמאלטס דעקן מיר אויף און מיר זענען מקבל די תורה וואס געפונט זיך אין אונז, אָן קיין שום אנדערע מצוות אדער פעולות.
• אין דעם יום טוב ווערט נתגלה אַן אור וואס מ'דארף נישט ברענגן פון קיין שום פרעמדע פלאץ, מ'דארף עס פשוט אויפדעקן און לאזן די לעכטיגע שטראלן ארויסשיינען.


זיך אויפוועקן פון שלאף
מיר ווייסן פון חז"ל אז די אידן זענען געשלאפן פאר מתן תורה און משה רבינו האט זיי געדארפט אויפוועקן, און לכאורה איז דאס שווער צו פארשטיין, די אידן האבן דאָך געוואוסט פון פריער אז זיי גייען מקבל זיין די תורה, אויב אזוי וויאזוי קען זיין אז זיי זענען געשלאפן אין אזא דערהויבענע צייט.
הרה"ק רבי לייב'לע איגר פון לובלין זי"ע ערקלערט, אז השי"ת האט אזוי צוגעפירט פון הימל, כדי דאס זאל עפענען א וועג פאר די שפעטערדיגע דורות, אז אפילו אויב איינער איז ליידער פארזונקען אין א טיפע רוחניות'דיגע שלאָף זאל ער אויך קענען זוכה זיין זיך צו ערוועקן און גיין מקבל זיין די תורה.
(אמרי אמת, תרמ"א)


ווי א פיש דאָרשט צו וואסער
א טעם פארוואס מיר זענען עוסק אין תורה שבועות ביינאכט: וויבאלד אלע תאוות עולם הזה קומען צום מענטש פון 'הונגער' צו יענע זאך, נאכדעם וואס ער האט שוין לאנג נישט געגעסן, געטרינקן, געשלאפן, וכדומה, וועט איהם ציען זייער שטארק צו טוהן יענע זאך. און אדרבה, אויב האט ער שוין אסאך געגעסן, דאן פארלירט ער זיין אפעטיט דערצו און ער וויל שוין נישט מער עסן, און אזוי אויך אלע תאוות ווערן אלס ווייניגער וואס מער מ'האט פון זיי.
אבער ביי די תורה איז פונקט פארקערט, וואס מער מ'לערנט שפירט מען א טעם און א חשק צו די תורה, און מען פילט א דאָרשט צו לערנען אלס מער און מער. און ווי דער מדרש זאגט א משל צו די פיש אין ים, וואס כאטש זיי זענען שטענדיג אין וואסער, דאָך ווען ס'קומט רעגן וואסער שטעקן זיין ארויס די קאפ צו כאפן נאך טראָפּנס, דאס זעלבע איז מיט די תורה ווי ס'שטייט "הוֹי כָּל צָמֵא לְכוּ לַמַיִם". און דעריבער איז דאס די בעסטע הכנה צו קבלת התורה, אז מ'לערנט א גאנצע נאכט און מ'ווערט נאר מער דארשטיג מקבל צו זיין די תורה.
(שפת אמת, תר"ס)


קבלת התורה איז אייביג
הרה"ק רבי מנחם מענדל פון קאצק זי"ע האט געזאגט: דער זמן "מתן תורתינו" איז טאקע שבועות, אבער דער זמן פון "קבלת התורה" איז א גאנץ יאָר, ווען א איד וויל נאר, קען ער קומען נעמען די תורה.
(שיח שרפי קודש)


א גוטע און פרייליכע יום טוב!
זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר