זיין א נזיר בזמן הזה

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 372
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 162 מאל

זיין א נזיר בזמן הזה

שליחה דורך א שעפעלע »

בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

מיר שטייען אצינד אין די טעג נאך קבלת התורה, וואס ווי מיר ווייסן האבן צדיקים געזאגט אז די שבת נאך שבועות איז נישט בלויז דער שבת וואס קומט 'נאך' שבועות, נאר עס איז 'נאָך' אלס שבועות, מיר זענען נאך אונטערן רושם פונעם לעכטיגן אין הייליגן יום טוב אין וועלכע מיר האבן זוכה געווען אויך דאס יאר צו באקומען א נייע הארה און השפעה פון מתן תורה.

די פרשה פון נזירות
אין אונזער פרשה געפונען מיר פארשידענע דינים און הלכות, ווען צווישן זיי פארנעמט א חשוב'ע ארט די מצוה פון נזירות. ווי די תורה הקדושה זאגט, אִישׁ אוֹ אִשָּׁה כִּי יַפְלִא לִנְדֹּר נֶדֶר נָזִיר לְהַזִּיר לַה', אויב א איד וועט מאכן א נדר און זיך אונטערנעמען צו זיין א נזיר, מִיַיִן וְשֵׁכָר יַזִיר... וְכָל מִשְׁרַת עֲנָבִים לֹא יִשְׁתֶּה וַעֲנָבִים לַחִים וִיבֵשִׁים לֹא יֹאכֵל... כָּל יְמֵי נֶדֶר נִזְרוֹ תַּעַר לֹא יַעֲבֹר עַל רֹאשׁוֹ... קָדֹשׁ יִהְיֶה גַּדֵּל פֶּרַע שְׂעַר רֹאשׁוֹ... עַל נֶפֶשׁ מֵת לֹא יָבֹא, דער נזיר דארף זיך צוריקהאלטן פון טרינקן וויין אדער סיי וועלכע זאך עס קומט פון טרויבן, ווי אויך דארף ער לאזן זיין האָר וואקסן און עס נישט אפשערן, און ער טאר זיך נישט מטמא זיין.

הכלל, מיר זעען אז די תורה רופט אָן דער נזיר מיט א גאר דערהויבענעם טיטל, קָדֹשׁ יִהְיֶה! דער נזיר איז הייליג, ער איז קדוש פארן אייבישטער, און ווי די תורה זאגט אביסל ווייטער, "כִּי נֵזֶר אֱלֹקָיו עַל רֹאשׁוֹ" ער טראגט א קרוין פונעם אייבישטער אויף זיין קאפ.

וואס לכאורה דארף מען אביסל ארויסהאבן דער ענין, מיט וואס צייכענט זיך א נזיר אזוי שטארק אויס אז ער ווערט אנגערופן א קדוש? מיר וואלטן געקלערט אז איינער וואס לערנט פלייסיג, אדער איינער וואס היט זיך די אויגן און די מחשבה דיבור ומעשה בקדושה, אדער איינער וואס איז זיך מוסר נפש פאר עבודת ה' דאס הייסט א קדוש, אבער א מענטש וואס שיידט זיך אפ פון וויין און טומאה, מיט וואס הייסט ער אזא קדוש?.

פון די אנדערע זייט געפונען מיר גאר א גרויסע חידוש אין די גמרא (מסכת נדרים י.) "רבי אלעזר הקפר ברבי אומר, וְכִפֶּר עָלָיו מֵאֲשֶׁר חָטָא עַל הַנָּפֶשׁ וכי באיזו נפש חטא זה אלא שציער עצמו מן היין", אז א נזיר דארף ברענגן א קרבן חטאת (אויב ער איז טמא געווארן) ווייל ער האט געזינדיגט! מיט וואס האט ער געזינדיגט? מיט דעם וואס ער האט זיך מצער געווען און צוריק געהאלטן פון טרינקן וויין דאס ווערט אנגערופן א חטא, און די תורה זאגט אויף איהם מֵאֲשֶׁר חָטָא עַל הַנָּפֶשׁ, ער האט געטוהן אַן עוולה מיט'ן זיך פייניגן!

נו, דארף מען דאָך טאקע פארשטיין, וואס איז א נזיר באמת? איז ער דער גרויסער קָדֹשׁ וואס טראגט דער נֵזֶר אֱלֹקָיו עַל רֹאשׁוֹ, אדער איז ער גאר א חוטא וואס האט זיך געפייניגט אומזיסט? וויאזוי לערנט מען אפ אט די פרשה?.

אלעס ווענדט זיך אויף וועלכע אופן עס ווערט געטוהן
כדי לשבר את האוזן, ארויסצוהאבן אונזער נושא, לאמיר זיך אביסל פאָרשטעלן דעם ענין מיט א משל:
געווען איז א מענטש וואס איז זיין גאנץ לעבן ביז אהער אויפגעוואקסן אין א דריטע-וועלט מדינה, אין א צוריקגעשטאנענע אָרימע און קאמיניסטישע לאנד, וואו די מענטשן ווערן אונטערדרוקט אונטער די אייזערנע פויסט פון די דיקטאטורישע הערשער, ער האט קיין טעם חירות קיינמאל נישט טועם געווען, ער האט מיטגעמאכט שווערע פייניגונגען און יסורים אין זיין יוגנט, און אצינד האט ער דערלעבט... ער איז ענדליך ארויסגעגאנגען מאפילה לאורה, נאך שווערע מאַטערנישן און פלאג איז ער אנגעקומען צו די גאלדענע אמעריקא! אה עס אנפלעקט זיך פאר איהם אַן אנדערע וועלט, ס'איז דא גרויסע בנינים, שיינע הייזער, ריזיגע געשפטן, ער קען קוים פארדייען אלעס וואס ער זעהט, זיין קאפ שווינדלט איהם פון די רייכטום און פרייהייט וואס הערשט אין יעדן ווינקל, ממש א גן עדן אין זיינע אויגן.

איין טאג וואַנדערט ער אריין אין א גרויסע שיינע 'דזשים' וואו מענטשן קומען מאכן איבונגען, אזא פלאץ האט ער נאך קיינמאל נישט געזען, אייגענטליך ער האט שוין יא אמאל צוגעזען ענדליך צו דעם, און עס ווערט איהם טאקע שווארץ פאר די אויגן, עס דערמאנט איהם פון זיינע ביטערע קאשמארן אין זיין פארגאנגענהייט. ער זעהט ווי מענטשן שטייען אויף ריזיגע מאשינען און דרייען מיט די הענט און פיס און קומען אין ערגעץ נישט אָן. ביי איין זייט שטייען מענטשן און הייבן אויף און לייגן אראפ שווערע שטיקער אייזן ווען ס'גיסט זיך שווייס פון זייערע פארמאטערטע קערפערס, ווען פון פארנט שטייט א מענטש און שרייט אויף זיי אין עפעס א שפראך וואס איז איהם אומבאקאנט, און ער יאגט זיי אונטער אז זיי זאלן דאס טוהן בעסער און שנעלער, און זיי פאלגן אלע ערליך און שטרענגן זיך אָן מער. עס דאכט זיך איהם פלוצלינג אז ער שטייט גאר אין עפעס א צוואַנגס לאגער אדער אין א תפיסה קעלער פון זיין היימשטאט וואס דארט פלעגט מען בערך אזוי טוהן צו די ארעסטאנטן.

בשעת ער שטייט אזוי און ער אטעמט שווער מיט שרעק איבער וואס ער זעהט דא צו, באמערקט ער ווי ס'קומען אריין נאך מענטשן און זיי שליסן זיך אָן אין די צוואנגס ארבעט. אבער עפעס שטימט נישט דא, די מענטשן זעען נישט אויס אומצופרידן, און עס זעהט בכלל נישט אויס ווי איינער האט זיי געצווינגען אריינצוקומען אהער, זיי שפאנען מיט זיכערע טריט און אפילו מיט א שטיקל שמייכל.

מיט זיין צובראכענע שפראך פראבירט ער אנצוקניפן א שמועס מיט איינער פון די אנוועזנדע אז יענער זאל איהם ערקלערן פארוואס האט ער זיך געלאזט נארן אריינצוקומען דא; אבער ווי ערשטוינט און שאקירט איז ער געווארן ווען דער מענטש זאגט איהם אז עס האט איהם גאר געקאסט געלט זיך אנצושליסן אין די עבודת-פרך. ער איז שוין אינגאנצן צומישט און ער ווייסט נישט וואס צו טראכטן...

ביז יענער גיבט איהם צו פארשטיין, אז מענטשן קומען דא צו גיין פון זייער גוטע ווילן צוליב וויכטיגע סיבות, טייל פאר זייער געזונט צושטאנד ווייל דער דאקטער האט זיי באפוילן, אנדערע כדי צו פארלירן וואג, און ס'איז דא וואס ווילן שטארקן זייערע מוסקלען אדער האלטן זייערע גוף פריש און מונטער. וויאזוי עס זאל נאר זיין קומט מען נישט אהער געצווינגען און מ'ווערט נישט געפייניגט ח"ו, עס איז טאקע נישט די באקוועמסטע זאך, אבער דאס זענען אזעלכע פעולות וואס זיי מוזן בהכרח טוהן כדי אנצוקומען צו זייער ציל און זיין געזונט און שטארק.

די גרויסע שפרינג און די דערווייטערונג ביז צום אנדערן עק
פונקט ווי אינעם משל באגעגענען מיר צוויי סארטן שווערע ארבעט און יסורים, ס'איז דא אמאל וואס עס ווערט געטוהן פון שלעכטיגקייט און איבערגעטריבענע מאכט, און עס פירט נישט אין ערגעץ, עס איז סתם געפייניגט און געצווינגן מענטשן אָן קיין שום ריכטיגע סיבה. פון די אנדערע זייט קען זיין די זעלבע סארט יסורים און שוועריגקייטן וואס ווערן אבער געטוהן מיט א שטארקע תועלת און א אויפריכטיגע ציל, וואס דאס טוישט אודאי די גאנצע מהות און די מציאות פון די יסורים, און דעמאלטס טראגט עס א גאנץ אנדערע באדייט.

דאס זעלבע איז אויך נוגע ווען עס קומט צו רוחניות און צו עבודת השי"ת. דאס איז קלאר אז ווען א מענטש איז זיך מסגף אין די וועלט אריין און ער פייניגט זיך גוף אָן קיין אמת'ע תכלית און מטרה איז ער נישט מער ווי א חוטא! השי"ת פארלאנגט דאס נישט פון א איד, און דאס איז נישט די וועג וויאזוי מ'שטייגט העכער און מ'ווערט נתקרב צום בורא עולם.

אבער ס'איז דא אמאל ווען א מענטש איז געווארן איינגעזינקן אין תאוות עולם הזה, ער איז געווארן דערווייטערט פון השי"ת, ער איז אין א מצב פון ירידה, ער וועקט זיך אויף פון א טיפע שלאף און ער אנערקענט און פארשטייט אז ס'קען נישט ווייטער אזוי אנגיין, ער מוז זיך נעמען אין די הענט אריין איינמאל פאר אלעמאל.

דא דארף מען צומאל נעמען 'דראַסטישע שריט' כדי צו קענען מאכן דעם שינוי לטובה און זיך ארויסזעהן פונעם זומפ. דא וועט נישט העלפן בלויז א קרעכץ אדער אביסל השתדלות, דא דארף מען גיין מיט'ן גאנצן קראפט און כוח זיך צו קענען דערהייבן און ארויסקריכן פון דעם ביז-יעצטיגן מצב, מען דארף זיך פאָרנעמען א שטרענגע קבלה און שטארק אונטערדרוקן דעם יצר הרע כדי צו קענען מאכן א ערנסטע טויש וואס וועט אנהאלטן און האבן א קיום אויף אייביג.

משל למה הדבר דומה, ווען א מענטש שטייט פאר א הויכע וואנט וואס איז שווער איבער צו קריכן, ער דארף אבער אנקומען צו די אנדערע זייט; מיט סתם א קליינע שפרינג וועט ער נישט דערגרייכן זיין ציל, עס וועט איהם נישט געבן דעם כוח זיך צו קענען אנכאפן העכער די וואנט און זיך ארויף דראַפּן צו קענען אריבער קריכן צו די צווייטע זייט, דא פעלט זיך אויס צו געבן א דראמאטישע שפרינג, ער וועט מוזן זיך דערווייטערן און צוריקגיין א שטיקל מרחק אוועק פון די וואנט, און קומען צו לויפן מיט א געוואלדיגע שנעלקייט און שטארקייט, און אזוי לויפנדיג וועט ער געבן א געזונטע טאנץ ארויף אין די הייעך ביז ער וועט אנקומען און דערגרייכן מיט זיינע הענט העכער די וואנט, און דורכדעם זיך גוט אנכאפן און ארויפשלעפן זיין גוף ביז אויבן, און דעמאלטס קען מען שוין געבן א שפרינג אראפ צו די אנדערע זייט...

ווי עס איז ברייט באקאנט די ווערטער פונעם רמב"ם (הלכות דעות פ"ב ה"ב) אז באמת דארף א מענטש זיך פירן אלעמאל 'בדרך האמצעית' לגבי אלע זיינע מידות און הנהגות, מ'דארף זיך
פירן אויף א 'מיטעלע' וועג וואס איז נישט צו עקסטרעם צו קיין שום זייט. אבער אויב א מענטש איז חלילה געשלאגן מיט א געוויסע שלעכטע מידה, דעמאלטס איז די איינציגסטע וועג דאס אויסצורייסן דורכ'ן אנטלויפן צו די אנדערע עקסטרעם, ער דארף זיך דערווייטערן ביז צום אנדערן עק פאר א שטיק צייט, ביז ער וועט זעהן אז עס איז שוין געווארן 'באלאנסירט' אין איהם די מידה, ער איז שוין געווארן אויסגעגראָדט דורכדעם וואס ער האט זיך געפירט שטארק פארקערט.

למשל א כעסן וואס ווערט שנעל אויפגערעגט, מוז ארבעטן אויף זיך פאר א לענגערע צייט אז ער זאל זיך לאזן טרעטן אויף זיך און מ'זאל איהם משפיל זיין און דערנידערן און ער זאל זיך
איינהאלטן פון רעאגירן, כאטש דאס איז נישט די געזונטע הנהגה פון א מענטש, אבער ביז ער דערווייטערט זיך באמת פון זיין שלעכטע נאטור איז נישט דא קיין ברירה נאר ער מוז זיך אזוי פירן, און ווי דער רמב"ם איז מאריך דארט מיט די און נאך עטליכע דוגמאות.

וואס דאס איז ווי געזאגט 'די גרויסע און שטארקע שפרינג' וואס מ'מוז צומאל נעמען כדי אויסצורייסן פון זיך א שלעכטע געוואוינהייט אדער מידה וכדומה.

ווען איז די נזירות לשם שמים
און אט דאס איז די עבודה פון א נזיר וואס איז מקבל אויף זיך די ריכטיגע און הייליגע נזירות פון וואס די תורה רעדט!
ווי רש"י ברענגט פון חז"ל "למה נסמכה פרשת נזיר לפרשת סוטה, לומר לך שכל הרואה סוטה בקלקולה יזיר עצמו מן היין" אז דערפאר האט די תורה געשריבן די פרשה פון נזירות נאך די פרשה פון א סוטה, וויבאלד וויין און שכרות ברענגן א מענטש צו זינדיגן, און ווען א מענטש זעהט וואס וויין קען צוברענגן, ער זעהט ווי מענטשן טוען ליידער עבירות נאכגייענדיג זייערע שלעכטע תאוות און חמדות פון עולם הזה, איז דא א ענין אז ער זאל אנגארטלן מיט שטארקייט און זיך פּוֹרֵשׁ זיין פון וויין דורך מקבל זיין אויף זיך נזירות.

אזוי אויך דערציילט די גמרא אין מסכת נזיר (דף ד:) אז שמעון הצדיק האט געזאגט אויף זיך: איך האב קיינמאל נישט געגעסן די פלייש פון א קרבן אשם וואס א טמא'נע נזיר האט מקריב געווען, אויסער ביי איין פאל ווען ס'איז געקומען צו גיין א נזיר פון דרום זייט, ער האט געהאט א שיינעם אויסזעהן און שיינע אויגן, און זיין האָר איז געווען מסודר'דיג און געקרייזלט, האב איך איהם געפרעגט, מיין קינד פארוואס האסטו זיך אונטערגענומען צו זיין א נזיר און דערנאך וועסטו מוזן אפשערן דיינע שיינע האר. האט דער נזיר דערציילט, איך בין געווען א פאסטוך און געפאשעט מיין טאטענס שאף ביי אונז אין שטאט, און איין טאג ווען כ'בין געגאנגען צום קוואל אנשעפן וואסער, דאס וואסער האט אפגעשפיגלט מיין הערליך געשטאלט, און כ'האב געפילט ווי דער יצר הרע קומט צו מיר און וויל מיך מאכן זיך האלטן גרויס און מיך צוברענגן צו עבירות, האב איך געזאגט ווי צו זיך אליין "דו ליידיגע מענטש, פארוואס האלטסטו זיך גרויס אין א וועלט וואס איז גאר נישט דיינס, דו וועסט נאך איין טאג זיין ווערים אין קבר", און כ'האב דאן געשוואוירן אז איך וועל ווערן א נזיר און דערנאך אפשערן מיינע האר פאר השי"ת.
האט שמעון הצדיק אויסגעפירט: ווען איך האב דאס געהערט, האב איך זיך אויפגעשטעלט און איהם א קוש געטוהן אויף זיין קאפ, און כ'האב איהם געזאגט "כמותך ירבו נזירים בישראל, עס זאלן זיך מערן נאך אזעלכע ערליכע נזירים ווי דיר ביי כלל ישראל, עליך הכתוב אומר איש כי יפליא לנדור נדר נזיר להזיר לה', אויף דיר זאגט דער פסוק אויב א מענטש וועט מקבל זיין אויף זיך נזירות לשם שמים.

די תכלית פון קבלת נזירות
זעען מיר פון דעם אז אט דאס איז די תכלית פון נזירות! דער הייליגער תנא שמעון הצדיק האט נישט געוואלט עסן פון די קרבנות פון אנדערע נזירים, בלויז פון אזא איינער וואס האט דאס געטוהן מיט די כוונה פון זיך שטארקן אויף זיין יצר הרע, ווייל נאר דעמאלטס איז עס די רצון ה' און "עליך הכתוב אומר איש כי יפליא לנדור נדר נזיר להזיר לה'" פון דיר רעדט טאקע די תורה!

דווקא ווען א מענטש טוט עס מיט די ריכטיגע מטרה כדי זיך ארויסצורייסן פון זיין יצר הרע, פון זיין הרגל, פון זיין רוחניות'דיגע שלאף, און ער אנערקענט אז ס'איז נישט דא קיין אנדערע עצה נאר מ'מוז פשוט שטארק מלחמה האלטן מיט'ן יצר הרע, מ'מוז זיך מקבל זיין א נדר פון נזירות אז מ'גייט זיך דערווייטערן פון יעדע סארט וויין און שכרות, דעמאלטס איז עס דער רצון ה', און אזא איינער ווערט טאקע אנגערופן א 'קדוש' צוליב זיין שטארקע קבלה און אונטערנעמונג וואס ער נעמט זיך אונטער קעגן זיין יצר הרע.

און ווי פאסיג איז דאס מיט וואס די ראשונים טייטשן די ווארט קדושה אז ס'איז לשון פון 'הבדלה ופרישה' ווען מען איז אפגעשיידט און אפגעזונדערט פון געוויסע זאכן, וואס דאס איז טאקע די מהות פון א נזיר, ווען ער רייסט זיך אוועק און ער טיילט זיך אפ פון זיין יצר הרע מיט א אייביגע הבדלה, דורכדעם וואס ער גייט איהם אונטערדרוקן און איהם אפלאזן אינגאנצן דורך זיין שטארקע קבלה ארויסצוקריכן פון זיינע שלעכטע תאוות און געוואוינהייטן ביז היינט, און זיך גענצליך דערווייטערן ביז צום אנדערן עקסטרעם פון זיין יעצטיגע וועג, אט דאס איז די ריכטיגע קָדֹשׁ יִהְיֶה פון וואס די תורה רעדט.

דאגעגן ווען א מענטש זוכט סתם זיך מסגף צו זיין און נעמען אויף זיך א פרישות וואס וועט איהם נישט ברענגן נענטער צום אייבישטער, דעמאלטס איז ער נישט דער נזיר להזיר לה' און ער טראגט נישט אויף זיך דעם געטליכן קרוין וואס א נזיר איז באשאנקן געווארן דערמיט.

און אגב איז כדאי זיך מתבונן צו זיין אין די ווערטער פונעם ספורנו און נאך ראשונים וואס ערקלערן אז די סיבה פארוואס די תורה האט באפוילן פאר א נזיר זיך צוריק צו האלטן דווקא פון
טרינקן וויין, וויבאלד א נזיר וויל זיך פורש זיין און אפזונדערן פון תענוגי עולם הזה און ווערן אפגעשיידט און נאנט צום אייבישטער כדי צו קענען עוסק זיין אין תורה און עבודת השם. זאגט איהם די תורה אז די ריכטיגע וועג איז נישט זיך מסגף זיין און פייניגן מיט תעניתים וואס דאס וועט איהם שטערן צו דינען דעם אייבישטער, און אויך זאל ער נישט וויי טוהן אדער קאליע מאכן זיין גוף ח"ו, נאר אדרבה, זאל ער זיך אפשיידן פון וויין, וואס מיט דעם טוט דער מענטש גאר שטארק פארמינערן זיינע תאוות און מכניע זיין דעם יצר הרע, אבער זיין גוף ליידט נישט און ער ווערט נישט אפגעשוואכט [וויבאלד ער קען עסן און טרינקן אנדערע זאכן געהעריג].

טוהן די עצה פון נזירות אויך היינטיגע צייטן
און אויב וועט א מענטש פרעגן, וואס האט דאס אלעס מיט אונז און וואס קענען מיר ארויסלערנען פון דעם למעשה? און בכלל וואס איז די פראקטישע עצה פון די תורה הקדושה פאר אונזער מלחמת היצר אין אונזערע היינטיגע צייטן?.

מו"ר הגאון רבי יצחק דוב קאפעלמאן ראש ישיבת לוצערן זצ"ל זאגט בספרו שיח יצחק א מורא'דיגע געדאנק ווי פאלגענד:
מיר ווייסן אז די תורה הקדושה איז נצחיות, און אלעס וואס שטייט אין די תורה איז נוגע פאר אלע דורות. און דער ענין פון 'יין ושכר' איז טאקע לַאו דוקא! וויין איז בלויז א דוגמא פון א תאוה וואס נעמט איבער דעם גאנצן מענטש און באהערשט איהם אזוי ווייט אז ס'איז איהם ממש שווער זיך אוועקצורייסן דערפון, און דורכדעם וואס ער לאזט זיך טאקע וואוילגיין דערמיט און ער שיכור'ט זיך אָן, ברענגט עס איהם צו גאר נידריגע און שלעכטע פלעצער פון וואס ער קען זיך נישט געהעריג ארויסזעהן, און דערפאר האט די תורה הקדושה גע'עצה'ט פארן נזיר ארויסצוגיין אין א 'מלחמת חרמה' קעגן דעם יצר הרע און זיך מקבל זיין פרישות, און ווען ער וועט אוועקשטיין פון וויין וואס דאס שלעפט איהם אראפ און האלט איהם איינגעזינקן אין תאוה, דאס וועט איהם מאכן זיך קענען שטארקן אויף זיין יצר הרע.

אבער אֵין הכי נמי ביי יעדע מענטש קען עס זיין עפעס אנדערש, יעדער איינער האט זיך זיינע שוואכקייטן און שוועריגקייטן אויף וואס ער דארף ארבעטן, און ווי אויך טוישן זיך נסיונות פון דור צו דור, יעדע תקופה קומען צו גיין פארשידענע אנדערע סארט תאוות וואס האבן די זעלבע פועל-יוצא ווי וויין, זיי זענען ממש 'מְשַׁכֵּר' דעם מענטשן און באהערשן איהם אינגאנצן, דער מענטש ווערט אינגאנצן פארקויפט און 'עדיקטעט' צו זיין תאוה, ביז ער קומט אָן צו א מצב וואס ער קען זיך נישט ארויסזעהן דערפון און ער ווערט ח"ו פארזונקען אין א טיפע בלאטע... און דעמאלטס איז די צייט מקבל צו זיין נזירות!

פונקט ווי די תורה הקדושה רעדט צום נזיר און הייסט איהם זיך מקבל זיין פרישות, ער זאל נעמען א דראסטישע שפרינג און שטארק אנטלויפן פון וויין, ווייל אנדערש וועט ער נישט געהאלפן ווערן נאר ער וועט ח"ו בלייבן פארזינקן אין די תאוה. דאס זעלבע איז מיט יעדער מענטש אין יעדן דור, דארף גיין אין די וועגן וואס די תורה לערנט אונז, און מקבל זיין אויף זיך פרישות אין דעם הינזיכט, ער וועט זיך מוזן אראפבינדן מיט געוואלד און זיך דערווייטערן ביז צום אנדערן עקסטרעם כדי צו אנטלויפן פון די זאך וואס מאכט 'איהם' שיכור און פארבלענדעט זיינע אויגן פון קענען לעבן ווי א איד און טוהן דער רצון ה'.

און דאס איז לכאורה די שייכות צווישן די פרשה און די זמן פון נאך קבלת התורה אין וועלכע מיר שטייען, ווייל גלייך נאך מיר שרייען אויס "נעשה ונשמע" און מיר זענען מקבל אויף זיך צו טוהן דעם דבר ה', קומט די תורה הקדושה מיט די עצה און די אנווייזונג וואס ווייזט אונז וויאזוי מיר קענען זיך דערנענטערן באמת צום אייבישטער, טאקע מיט'ן שפרינג, מיט די שטארקע קבלה, מיט א מסירות נפש און א אייזערנע רצון זיך צו טוישן פאר יעדן פרייז.

און אפילו ס'וועט זיין שווער, אפילו ס'איז נישט קיין לייכטע מהלך, אבער ווען מ'מוז מאכן א שינוי לטובה איז נישט דא קיין אנדערע ברירה, מ'מוז געבן די גרויסע און שווערע שפרינג כדי
אנצוקומען צו די אנדערע זייט וואנט, און אין דעם זכות איז מען טאקע זוכה צו ווערן קָדֹשׁ יִהְיֶה, און טראגן דעם נֵזֶר אֱלֹקָיו עַל רֹאשׁוֹ.

לסיכום געדענק:
• פרישות און סיגופים אָן קיין ציל זענען גאר א 'חטא' און נישט קיין קדושה.
• ווען מ'וויל זיך אויסרייסן פון א שלעכטע געוואוינהייט דאַן דארף מען אנטלויפן און זיך דערווייטערן ביז צום אנדערן עק.
• נאר ווען א מענטש וועט מקבל זיין א שטארקע און פעסטע קבלה און אריינשפרינגען דערין, דעמאלטס וועט עס האבן א קיום און אויפטוהן.

א לעכטיגע שבת קודש!

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק" דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר