תורה'דיגע ארכיאולוגיע. באגלייבט אדער איבערגעטריבן?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
קאסא גראנדע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 62
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 12, 2022 5:19 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל

תורה'דיגע ארכיאולוגיע. באגלייבט אדער איבערגעטריבן?

שליחה דורך קאסא גראנדע »

איך פראביר צוזאמנעמען אלע ארכיאולוגישע געפינסן, און נאך אלע הנחות וואס די ארכילאגן האבן מחליט געווען אז דער און דער אדער דאס און דאס פון די תורה. דארף מען אבער זעהן צו עס איז טאקע דאס, ווייל לויט די זעלבע ארכילאגן זענען די דאטום'ס פון די תורה נישט ריכטיג סאו הלמאי צו זאגן אז דאס איז דאס וואס זיי זאגן, און אויב איז עס זיכער יא סאו, דאן איז די תורה יא ריכטיגע היסטאריע אויף וואס מען קען זיך פארלאזן, דאן וויאזוי מאכט מען עס שטימען מיט די יארן קעגן די הנחה פון די תורה? און די זעלבע פארוואס איז די אנדערענס היסטארישע בוך א שטערקערע ראיה פון די תורה'ס? אויך דארף מען זעהן וועלעכע פון די אלע געפינסן זענען א ראיה צו וועלעכע תקופה עס איז זיכער אז כלל ישראל האט שוין עקזיסטירט, געוואוינט אין ארץ ישראל און / אדער געהאט די תורה און וועלעכע התנהגות זיי האבן זיך געפירט?

ווי עס שיינט מיר ביז היינט אז אלע חוקרים כאחד זענען פוסח על שתי סעיפים. ווען עס פירט זיי צו זייער אזשענדע צו זאגן אז עפעס האט נישט מיט די תורה וועלן זיי ניצן יעדע תירוץ צו פארדרייען אלעס, אבי צו ווייזן אז דאס האט נישט מיט די תורה, און ווען מען טרעפט שוין עפעס וואס האט קלאר יא מיט די תורה פארוואסער'ט מען עס אזוי כאילו עס זאגט גארנישט צו אריינקוקן דערין. אדרבה, זאל דער עולם זעהן אלע זאכן און מחליט זיין צו עס איז קראנט, צו עס אנבאלאנגט די תורה היסטארי און צו עס בעווייזט עפעס.

איך וועל פראבירן צו גיין מיט א שטיקל סדר פון מצרים. כניסה לארץ. מלכים. בבל ופרס. און סתם אידן אין ארץ ישראל דורכאויס די תקופות.

פפירוס אפיוור ווערט אויסגערעכנט דיזעסטערס אין מצריים מיט געוויסע גאר שטארקע אנדייטונגען ענליך צו די מכות עפיליעיטעד מיט קנעכט. רוב ארכילאגן זענען נישט צופרידן דערמיט ווייל לויט די גרעסטע היסטארישע (אנגענומענע) שרייבער וואס האט געלעבט מיט איבער טויזענט יאר שפעטער שרייבט היסטאריע און לויט יענעםס סדר פון די יארן שטימט עס נישט מיט נאנט צו צוויי הונדערט יאר, אויך ווייל די חוקרים ווילן פארטיידיגן דעם היסטאריון שרייבער ברענגענדיג א ראיה אז די שטאט רעמסס איז געבויעט געווארן שפעטער (הייב אן ביי זיבן א האלב מינוט)
https://m.youtube.com/watch?v=vL-OWz8Awm0. Wikipedia
https://en.m.wikipedia.org › wiki
Ipuwer Papyrus

ברוקלין פאפירוס (געפינט זיך אין די ברוקלין מוזעאום אויף איסטערן פארקוועי) די פאפירוס ווערט אויסגערעכנט אסאך קנעכט און צווישן די ליינט זיך יששכר, מנחם, אשר, שפרה און נאך אידישע נעמען
https://en.m.wikipedia.org/wiki/Brooklyn_Papyrus

דא איז דא ווידאו ווי א פראפעסאר ברענגט עטליכע ראיות. יעדער קען נעמען יעדע מעשה וואס ער ברענגט און עס נאכקוקן און ביטע מאכטס אפ וועלעכע מעשה שמעקט אמת וכו' https://m.youtube.com/watch?v=1T8yTJlYL ... e=youtu.be.
https://news.walla.co.il/item/3497902
https://www.hidabroot.org/article/1169676

ביי כניסת הארץ זאגט די פסוק אז מען זאל צוזאמנעמען 6 שבטים אויף הר גריזים און 6 שבטים אויף הר עיבל און מען זאל זאגן די ברכות צו הר גריזים זייט און די קללות צו הר עיבל זייט, און די פסוק זאגט והיה בעברכם את הירדן תקימו את האבנים האלה אשר אנכי מצוה אתכם היום בהר עיבל ושדת אותם בשיד (דברים כ"ז ד') און ווייטער; וכתבת על האבנים את כל דברי התורה הזאת באר היטב (דברים כ"ז ח') און יהושע (פרק ח' פסוק ל'. ל"א. ל"א) אז יבנה יהושע מזבח לה' אלקי ישראל בהר עיבל כאשר צוה וכו' ויכתב שם על האבנים את משנה תורת משה אשר כתב לפני בני ישראל.
https://he.m.wikipedia.org/wiki/%D7%9E% ... 7%91%D7%9C
https://youtu.be/EdD4g9VGL7U
https://youtu.be/w8pEPvp_Wm8
https://youtu.be/CqeJQbCarbA
למעשה עטליכע יאר צוריק האט מען געטראפן די מזבח און עס האט זיך געטוהן אויף דעם אויף טישן און אויף בענק. לעצטע יאר האט מען געטראפן אויף די זעלבע פלאץ נאך א געפינס וואס לויט טייל איז דאס א הוכחה אז דאס איז טאקע די מזבח פון יהושע בן נון ווייל מען האט געטראפן א שטיקל שטיין וואס איז דא אויף דעם געשריבן אין כתב עברי געוויסע ווערטער פון משנה תורת משה אריינגערעכענט עטליכע מאל די ווארט ארור און אויך דעם שם הויה (י-ה-ו-ה) וואס דאס איז די עלטצטע שריפט געפינס ביז יעצט מיט כתב עברית און ווי אויך די נאמען פון הויה ב"ה. ווי אויך צו די געפינס איז דארט געווען צוויי מצרישע זיגלן איינע פון די קעניג פרעה פון מצרים. וואס דאס שטימט ממש אז א איד האט עס מיטגעברענגט גראד פון מצרים (אינטרעסאנט אז מען האט ממש באקומען די חותם המלך. אפשר האט ער עס געטראפן ביי קריעת ים סוף ווען די ים האט אויסגעשפיגן אלעס) און עס שטימט ממש מיט אלע פרטים אז דאס איז טאקע די מזבח פון יהושע בן נון. אויב איז דאס ריכטיג דאן די געפינס טראגט מיט זיך נאך אסאך באווייזן. צו אפפרעגן אז יהושע בן נון לא היה ולא נברא. אז כלל ישראל איז נישט אזא אלטע אומה און איז נישט געווען אין מצריים און אז כלל ישראל האט נאכנישט געקענט שרייבן יענע צייט און נאך
https://www.ynet.co.il/judaism/article/skryigcf5
https://www.gov.il/he/departments/news/talisman260122

משכן שילה. אינטרעסאנט אז אויך דא האט מען געטראפן 6 זיגלעך פון פארשידענע פרעה'ס און פעמונים פון די כהן גדול און נאך https://youtu.be/4autF0n4EcA

די חומה פון יריחו וואס איז איינגעזינקען אין די ערד ווי פארציילט אין ספר יהושע https://www.jewishjericho.org.il/hebrew ... richo.html

אמארנא טעבלעטס. זענען אזאנע בריוון וואס כנענישע מלכים האבן געשיקט צו פרעה קיין מצרים צו העלפן קעגן די העברעיאים (עברים) וואס קומען אייננעמען זייער לאנד https://en.m.wikipedia.org/wiki/Amarna_letters
אין די קומענדיגע ווידאו שמועסט ער אויס נאך עטליכע פלעצער אין די צייטן פון די שופטים
https://youtu.be/2jtp6Qeiavg

אבן יהושע Joshua covenant אין ספק יהושע פרק כ"ד פסוק כ"ו. כ"ז שטייט ויכתוב יהושע את הדברים האלה בספר תורת אלקים ויקח אבן גדולה ויקימיה שם תחת האלה אשר במקדש ה' ויאמר יהושע אל כל העם הנה האבן הזאת תהיה בנו לעדה וכו'
https://he.m.wikipedia.org/wiki/%D7%94% ... 7%9B%D7%9D

מציבת ישראל פון פרעה מלך מצרים

מציבת מישע מלך מואב ווי ער שרייבט די מעשה פון תנ"ך אז ער איז געווען אינטערטעניגט אינטער משפחת עמרי (אחאב בן עמרי) מלך ישראל, און נאך אסאך יארן האט ער זיך אויסגעדרייט אז ער האט איינגענומען טיילן פון די אידישע מלוכה אזוי ווי עס שטייט אין תנ"ך אפילו די נאמען פון זיין עבודה זרה איז די זעלבע
https://he.m.wikipedia.org/wiki/%D7%9E% ... 7%A9%D7%A2

חותמת פון חזקיה המלך און נעבן דעם פון מעגליך ישעיה הנביא. געטראפן איינע 1 מעטער אפגעריקט פון די אנדערע. https://youtu.be/t0JONBqQAWs

זיגלעך פון צוויי שרים ביי צדקיהו מלך יהודה (קעניג ביים חורבן ביהמ"ק) די צוויי שרים ווערן דערמאנט אין ירמיהו אין די זעלבע פסוק אז זיי האבן אריינגעווארפן ירמיהו אין א גרוב וועלענדיג אים אומברענגען הארט איידערן חורבן. ביידע זיגלן האט מען געטראפן אין עיר דוד אפאר פיס אפגעריקט איינע פון די אנדערע https://m.youtube.com/watch?v=YTdKznTA9iY

די טאבלעט פון נבוכדנצר ווי עס ווערט אויסגערעכנט פינקטליך וויפיל עסן יהויכין מלך יהודה האט באקומען פון קעניג נ"נ זייענדיג אין בבל. http://cojs.org/babylonian_ration_list- ... 592-1_bce/ עס ווערט אויסגערעכנט א שיינע מאס עסן פאר זיך און פאר זיינע קינדער פינקטליך אזוי ווי עס שטייט די לעצטע פסוק פון ספר מלכים "וארוחתו ארוחת תמיד נתנה לו מאת המלך דבר יום ביומו כל ימי חייו", ועיין רש"י "והיה למאכל לאנשי ביתו, כי הוא בעצמו אכל לחם לפני המלך תמיד". https://en.m.wikipedia.org/wiki/Jehoiac ... ns_Tablets

עס ווערט שוין שפעט איך וועל בס"ד ברענגען נאך

דער אשכול פארמאגט 50 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר