דעת החזון איש: א אלטע איסור ווען שוין נישט אקטועל

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
קורץ און שארף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 1:56 pm
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 68 מאל

דעת החזון איש: א אלטע איסור ווען שוין נישט אקטועל

שליחה דורך קורץ און שארף »

אין דעם אינטרעסאנטען ספר 'במחציתם' פון ר' שלמה לארענץ ע"ה [וועלכער איז געווען פון די ערשטע חרדישע ח"כ] ברענגט ער די פאלגענדע מעשה, וועלכע מאכט אסאך טראכטן:

א ישיבה האט נישט געוואלט אננעמען ספרדישע בחורים ['מעדת המזרח'] און די חזון איש האט זיי אפיר גענומען, אז מען מוז אננעמען יעדן איינעם וואס וויל נאר לערנען תורה וכו'.
האבן זיי געענטפערט [לכאורה א גערעכטע און שטארקע טענה]: אין זייער ישיבה לערנט מען אין 'אידיש', און די בחורים קענען נישט קיין ווארט אידיש.
האט זיי דער חזון איש געענטפערט: דאן פאנגט אן צו לערנען אין עברית [!].
האבן זיי געפרעגט, וואס הייסט? עס איז פארהאן א איסור און חרם פון די פריערדיגע גדולים וועגן לערנען אין עברית??
האט זיי דער חזון איש געענטפערט: בשעת דער חרם, איז די מלחמה מיט די פושעי ישראל געווען אויף דער פראנט פונעם שפראך, אבער היינט איז דער מלחמה נישט דארט! איינער וואס וועט זיך היינט שטעלן מלחמה האלטן וועגן דאס שפראך בשעת עס ברענט א פייער און בחורים גייען אראפ פונעם אידישע וועג טאג טעגליך, איז גלייך צו א אלטע גענעראל וואס האט געזאגט פאר די אינגע סאלדאטן, אז מען מעג נאר מלחמה האלטן די וועגן וואס ער האט גענוצט פאר פופציג יאר צוריק, ווייל ער האט דאן געווינען די מלחמה, נישט כאפענדיג אז די תכסיסי מלחמה האבן זיך שוין געטוישט, און אויב מען וועט גיין מיט די אלטע וועגן, וועט מען פארלירן די מלחמה!

דער מעשה איז א מוראדיגע מעשה לדעתי.

איך בין באמת נייגעריג: גדולי ישראל האמתיים, [צווישן זיי ר' הערשעלע ליסקער זי"ע, צאנזער רב, ר' הירש מזידיטשוב זי"ע, וכל גדולי אונגארן] האבן געלייגט א איסור גמור צו לערנען אין גויאישע שפראכן. [דער מהר"ם שיק, וואס האט מתחילה נישט מסכים געווען צום איסור, האט אבער געזאגט 'בטלה דעתי' צו די אלע גדולים, און האט געחתמ'ט לאיסור!]
די סיבה צום איסור: די משכילים האבן דאן אנגעפאנגען זיך באנוצען מיט גויאישע שפראכן וכו'.


וואס וואלטן זיי געזאגט היינט, ווען רוב שומרי תורה ומצות, יראים לדבר ה' קענען נישט קיין אידיש. נאר ענגליש אדער עברית? מען מעג נישט האלטן דרשות נאר אין אידיש??

איך ווייס נישט די תירוץ דערויף. איז פאראן עפעס מקורות דערויף?


אט דאס האט מיך געבאדערט ווען הרה"צ ר' אהרן מסאטמאר שליט"א האט געטענה'ט אז מען טאר נישט גיין צום כינוס כלל ישראל ווייל מען גייט רעדן אין ענגליש. און דוכט זיך אז ר' לייבוש לייזער פון פשעווארסק האט טאקע געזאגט כעין הנ"ל. ביטע נישט פארקריכן יעצט אין די סאטמארע פאליטיק, נאר בלייבן צום נושא. שקויעח.

דער אשכול פארמאגט 16 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר