בלאט 1 פון 1

"אמרו לפני מלכיות": אמונה, רבותי!

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 6:20 pm
דורך שיטה מקובצת
מורי ורבותי, אחי ורעי! מיר האלטן יעצט אין סאמע מיטן פון הייליגן חודש אלול. מיר הערן יעדן אינדערפרי דעם קול השופר וואס שרייט, "עורו ישנים משנתכם!" די לעכטיגע הייליגע טעג פון די ימי הדין קומען שוין נענטער, דאס נייע יאר תשע"ג ריקט זיך שוין אט אט אריין. און מיר? פארנומענע מיט אונזערע קינדער, ביזנעסעס, שיעורים, שוואוילטאג, וכו', פארגעסן אז אונזער גרויסער טאטע אין הימעל שטייט און ווארט אז מיר זאלן זיך ווענדען צו אים, זיך גרייטן צו די פארכטיגע טעג.

ווי די סעקונדעס לויפן, די מינוטן גייען פארביי – די שעות זוימען נישט און די טעג רוקן זיך צום פארגאנגענהייט, קומען מיר אט אט נענטער צו ראש השנה, און אט גייען מיר אראפנעמען דעם אנגעשטויבטן סליחות'ל, און זיך אויסוויינען צום בורא כל העולמים. אויפשטייענדיג פרי פארטאגס, ווען די פינסטערניש נעמט נאך ארום די גאנצע וועלט, ווען די פויגל זענען נאך פארשלאפן אין זייערע נעסטן, גייענדיג צום שוהל ערענסט און פארטראכט, לויפן די מחשבות דורך דעם יאר וואס איז שוין כמעט פארגאנגען, און מ'קוקט מיט האפענונג צום נייעם יאר. יעדער טראכט וואס מ'קען פארבעסערן, א מידה וואס מ'דארף מתקן זיין. לערנען מער, דאווענען מיט מער כוונה, לייגן מער דגוש אויף משא ומתן באמונה, מקרב זיין אידן, זאגן א גוט ווארט פאר א צווייטן, אוועקגעבן מער צייט פאר די קינדער, ארויסווייזן מער ליבשאפט און געפיל פאר די ווייב – יעדער ווייסט מיט וואס ער איז געשלאגן, און מ'טראכט צו זיך וואס מ'קען פאררעכטען אין לויף פון דעם קומענדיגן יאר.

פון ווען דער חזן טוט אן דעם טלית שאולה און שרייט "אשרי יושבי ביתך" מיט א ציטערדיגע שטימע, ביז דעם געשריי פון "ה' הוא האלוקים" ביי דעם תקיעת שופר מוצאי יום כיפור, איז איין שטיק רוחניות ווען אידישע קינדער ווילן זיך מתדבק זיין אין בורא כל העולמים, אז מ'זאל זוכה זיין צו ערפילן דעם חובת האדם בעולמו, און זוכן זכותים אז מ'זאל זוכה זיין צו כתיבה וחתימה טובה. עס איז א צייט ווען מען לעבט אין העכערקייט, ווען יעדער איד, נישט קיין חילוק זיין מצב, וויל נענטער ווערן צום אויבערשטן, און דא דארט שלייכט זיך ארויס א טרער באגלייט מיט א תפילה אויף א ליכטיגן נייעם יאר ברוחניות און בגשמיות.

אין דעם ברען צו מקיים זיין מצוות ה', אין דעם געיעג צו טרעפן דעם מהודר'דיגסטן שופר, ד' מינים, און סוכה, פארגעסט מען צומאל אז מ'דארף טראכטן פון דעם אייגענעם וואוקס אין עבודת ה'. אפילו ווען א מענטש נעמט די פאר מינוט מפשפש צו זיין במעשיו, ווען ער פרובירט יורד צו זיין צו זיינע חדרי בטן, צו טרעפן וואס זיך צו פארבעסערן צום נייעם יאר, וואס זיך מקבל צו זיין אין די ימים נוראים, פארגעסט מען צומאל פון דעם גרויסן אלמעכטיגן ג-ט צו וועם מיר דינען. לערנען מער תורה – זייער וויכטיג. מער כוונה ביים דאווענען – א הערליכע זאך. אוועקגעבן מער צייט פאר די קינדער – ערהארבן. די אלע זאכן זענען באמת געוואלדיגע זאכן צו וואס יעדער דארף שטרעבן. מיר טארן אבער נישט פארגעסן אז מיר זענען דא אויף די וועלט פאר איין תכלית: לתקן עולם במלכות ש-די.

אמרו לפני מלכיות כדי שתמליכוני עליכם!

מיר דארפן מקבל אויף זיך דעם עול מלכות שמים, אנערקענען אז מיר דינען נישט קיין שום בשר ודם, בלויז דעם הייליגן באשעפער אליינס. מיר דארפן געדענקען אז יעדער מענטש איז א בלויזער שטיקל אויף דעם גרויסן שאך ברעטל, יא – איינער איז בלויז א פאנדל און א צווייטער איז א וויכטיגערע שטיקל, אבער מיר זענען אלע בלויז פרטים פון השי"ת'ס מייסטער-פלאן.

די לעכטיגע תפילות פון די ימים נוראים, די מלכיות זכרונות שופרות – דרייט זיך אלעס ארום אונזער טאט'ן אברהם אבינו ע"ה. ביי זכרונות געדענקען מיר די עקידה, ותראה לפניך עקידה שעקד אברהם וכבש את רחמיו לעשות רצונך. ביי שופרות דערמאנען מיר דעם שופר של איל, דער איל וואס אברהם אבינו האט מקריב געווען אנשטאט זיין זון יצחק. און מלכיות איז ווידער די טעמע פון אברהם אבינו, וואס איז געווען דער ערשטער וואס האט אנערקענט דעם מלכות פון הקב"ה, בן שלוש שנים הכיר אברהם את בוראו אז יש מנהיג לבירה.

וואס איז די גרויסקייט פון אברהם אבינו וואס די תפילות פון דעם נייעם יאר דרייען זיך ארום אים? וואס מאכט אים ארויסשטיין אלץ דעם אב המון גוים און דער אבי האומה פון כלל ישראל? רבינו הגה"ק רבי אביגדור מיללער זצוק"ל שרייבט אין ספה"ק אז נדברו: "אברהם איז געווען דער אויסערגעווענליכסטע מענטש וואס איז נאר אמאל געווען אויף די וועלט (חוץ משה). אן קיין שום רבי, און אין קעגנזאץ צו זיין דור, איז ער נאכגעגאנגען די דיקטאטן פון זיין שכל און באוואוסטזיין, וואס האט אים געברענגט צו אנערקענען די אנוועזענהייט פון השי"ת, און דורך זיין אייגענע ארבייט האט ער אנדעקט די מטרה פון השי"ת אין די וועלט, און ווי אזוי ער וויל אז מיר זאלן זיך אויפפירן."

רבותי – אחים יקרים! מיר זענען דא אויף די וועלט צו דינען אונזער הייליגן באשעפער, נישט פאר עפעס אנדערש. אנצוקומען צו דעם תכלית איז נישט גרינג! די אמונה וואס דער רבי האט אויסגעלערענט אין קינדערגארטן איז שוין נישט פאסיג פאר ערוואקסענע מענטשן – פונקט ווי די לולב-שאקלען אויף דעם אופן ווי אין קינדערגארטן איז שוין נישט פאסיג פאר ערוואקסענע. אברהם אבינו איז אונזער מאדעל פון אמונה. דערשרעק זיך נישט פון קיינעם. דערטאפ דיין שכל, הער וואס דיין מח זאגט דיר!

מענטשן מיינען אז אמונה איז עפעס וואס "קומט מיט" - איינמאל מ'האט מחליט געווען אז מ'גלייבט, איז מען שוין א "מאמין" פאר'ן גאנצן לעבן. ניין, ניין! טייערע אידן. אמונה איז א זאך אויף וואס מיר דארפן ארבעטן יעדן איינציגן טאג. מיר דארפן וואקסן דערין כסדר, אריינגיין דערין טיפער, און בעסער משיג זיין. רבי אביגדור מיללער שרייבט אין ספה"ק עורה כבודי: "דאס וואס ציט צו 'אמונה פשוטה' איז געווענטליך אן אויסרייד גארנישט צו טוהן. אן אריינלייגן כוחות איז נישטא קיין אמונה, באוואוסטזיניגקייט אדער פארשטאנד"!

איז יעצט, אז עס קומען אזעלכע הייליגע טעג, ווען מען טראכט פון קרבת אלוקים לי טוב, ווען מען וויל אז תשע"ג זאל זיין א שענערער יאר ווי תשע"ב, א יאר ווען מען האט בעסער ערפילט דעם תכלית און פליכט אויף די וועלט, דארף מען נאך פאר די אלע הייליגע קבלות טובות געדענקען איין זאך: אמרו לפני מלכיות כדי שתמליכוני עליכם. צו נעמען אויף זיך דעם מלכות שמים – צו נעמען אמונה בה', און עס טוישן פון א פּאַסיווע זאך וואס איז א ירושה פונקט ווי שווארצע האר וואס מ'טוט גארנישט דערצו, צו אן אקטיווע ציל צו וואקסן אין אנערקענען דעם מלכות פון דעם רבוש"ע, עפענענדיג פאר זיך די שערי בחינה, צו זעהן גדלות הבורא איבעראל. און דער עיקר: וויסן און געדענקען אז מיר האבן זיך נישט אונטערגעווארפן אונטער קיין שום בשר ודם, בלויז אונטער דעם עול מלכות שמים.

אלזא גארטעלט אייך אן טייערע ליבע אידן. די שכינה הקדושה איז נאנט צו אונז אין די הייליגע טעג. לאמיר עס אויסנוצן נתקרב צו ווערן צום אויבערשטן, משיג זיין גדלות הבורא לפי מך ערכינו, און בעיקר וואקסן אין אונזער הייליגע אמונה.

א כתיבה וחתימה טובה, און א גוט געבענטשט יאר. דער אויבערשטער זאל העלפן אז אונזערע תפילות זאלן נתקבל ווערן ברחמים וברצון, און מיר זאלן זוכה זיין צו שטייגן אין עבודת ה' עד ביאת גוא"צ בב"א.