ראש השנה בזמן הראשונים

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
מורינו הרב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1136
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 4:48 pm
האט שוין געלייקט: 110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 307 מאל

ראש השנה בזמן הראשונים

שליחה דורך מורינו הרב »

איך פראביר זיך פארצושטעלן ווי אזוי עס האט אויסגעקוקט א ראש-השנה אין די צייטן פון די ראשונים.

קיין יוצרות האט מען דעמאלס נישט געזאגט, תקיעות האט מען געבלאזן בלויז איין תשר"ת. עס שטעלט זיך מיר אויס א בילד ווי פאלגענד:

ראש-השנה אינדערפרי, מען שטייט אויף אכט-דרייסיג, מען מאכט זיך גרייט צום דאווענען אום ניין-אזייגער. דער ציבור דאווענט א נארמאלער שבת'דיגע דאווענען, ביי שמו"ע טוישט זיך עס אויף א ראש-השנה'דיגע שמונה-עשרה. חזרת הש"ץ זאגט דער בעל תפילה אן די יוצרות, נאר בלויז וואס מען זאגט ביי שטילע שמונה עשרה חזר'ט ער איבער הויך. שחרית נעמט קורצער ווי א געווענליכע יום-טוב, צוליב דעם וואס מען זאגט נישט הלל.

נאך שחרית נעמט מען ארויס א ספר תורה, מען ליינט די קריאה פון ראש-השנה, דאן זאגט מען די הפטורה.

נאך די הפטורה קלאפט דער גבאי אין באלעמער, עס ווערט שטיל. דער בעל תוקע זאגט א ברכה על תקיעת שופר מיט א שהחיינו (אן קיין לשם ייחוד פון פריער), דער עולם ענטפערט אמן. דאן בלאזט דער בעל תוקע א תקיעה, שברים, תרועה, תקיעה (אן קיין בעל מקריא פון דער זייט), און אשרי - געגאנגען דאווענען מוסף.

מוסף איז שוין אביסל לענגער, אבער אויך נישט געפערליך. מען זאגט אפ מלכות זכרונות שופרות, חזרת הש"ץ פונעם בעל תפילה (אן יוצרות און אן תקיעות). קוה, עלינו און אנעים זמירות.

12:30 איז שוין נאכן דאווענען. מען גייט אהיים, א פיינע סעודה, נאך דא צייט פאר א גוטן דרימל און אביסל תהילים.

נו, וואס זאגט איר צו אזא ראש-השנה?

דער אשכול פארמאגט 21 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר