טעותים אין אידישע ידיעות (הלכה, השקפה וכו')

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
שיטה מקובצת
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 574
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:03 am
האט שוין געלייקט: 518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1480 מאל

טעותים אין אידישע ידיעות (הלכה, השקפה וכו')

שליחה דורך שיטה מקובצת »

איך האב אייביג געוויסט אז "האוכל בשוק דומה לכלב", און דעריבער טאר מען נישט עסן אין די גאס בשום פנים ואופן. איך האב דאס אפילו געדענק פון די גמרא אין קידושין דף ל"ט ע"ב. איך האב מיך היינט אנגעשטויסן אין תוס' דארטן און איך האב זיך דערוויסט אז איך האב געלעבט אין א טעות, און פשט פון די גמרא איז גארנישט אזוי פשוט. די גמרא ברענגט א שיטה אז איינער וואס איז אוכל בשוק איז פסול לעדות. תוס' איז מעיר אויף דעם אז דאס שטימט נישט מיט ירושלמי מעשרות וואו מ'זעהט קלאר אז דער פראבלעם פון עסן אין דער גאס איז נאר פאר א ת"ח, און נישט פאר יעדן מענטש. זאגט תוס' אז דאס וואס שטייט דא אין קידושין דומה לכלב רעדט זיך ווען א מענטש גנב'עט די עסן, און דער חידוש אז מ'איז פסול לעדות איז אפילו מען גנב'עט א שוה פרוטה אדער א סכום וואס גייט נישט אן פאר דעם בעה"ב.
היוצא לנו מזה, א מענטש וואס איז נישט קיין ת"ח - וואס דאס איז כולל רוב מענער און אלע נשים - מעג געהעריג עסן אין די גאס, און דאס וואס שטייט "דומה לכלב" איז נאר ווען מ'גנב'עט דאס עסן.
דו גלייבסט אין דיינע עלטערן, וועגן דעם גלייבסטו אין באשעפער.
איך גלייב אין באשעפער, וועגן דעם גלייב איך מיינע עלטערן.

--שיטה מקובצת

דער אשכול פארמאגט 73 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר