דער רעגן בויגן

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
פערינא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 384
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 10:21 am
האט שוין געלייקט: 68 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 274 מאל

דער רעגן בויגן

שליחה דורך פערינא »

און ה' האט געזאגט, לא אוסיף לקלל עוד את האדמה בעבור האדם, ווען מ'זעט א רעגן בויגן זאגט מען די ברכה "ברוך אתה ה' אלקינו מלך העולם, זוכר הברית ונאמן בבריתו וקיים במאמרו". והיה בענני ענן על הארץ ונראתה הקשת בענן.

שרייבט דער של"ה "שם" אז ער האט זיך געטראפען מיטן רמ"א און אים געפרעגט וואס איז פשט פון דאס קשת דארף אונז דערמאנען פון די ברית וואס השם האט כורת געווען נאכן מבול, אז בעצם דארף ער ברענגען נאך א מבול און מאכן פון אונז פאטאש אט שוין יעצט, מילא טו תשובה. די קשת איז דאך א נאטורליכע זאך, וואספארא סימנים גיט אונז דא השם, א זאך וואס מ'זעהט זייט בריאות העולם? בימות רשב"י האט מען נישט געזען קיין קשת! שטאלצירט זיך די גמרא. פרעגט דער של"ה פון די רמ"א, די קשת איז א נאטורליכע עווענט, ווען ס'רעגנט און די זון שיינט זעהט מען א רעגן בויגן! האט דער רמ"א געזאגט, מוז זיין אז בימות רשב"י האט נאר גערעגנט ביינאכט, גשמים בעתו. אז עס איז נאכט זעהט מען נישט קיין קשת. א שיינע תירוץ. האלט אין קאפ אז ער איז נישט אין לאנדאן, און ארץ ישראל, עז איט איז רעכנט גאנץ אפאר קנאפע טעג דארט.

דער כלי יקר איז מוסיף א דבר של טעם, א סגולה איז נייס ווען מ'דארף עס. די קשת איז א פיינע סגולה. אבער עס איז בעסער אז מ'דארף עס בכלל נישט. זיי א וואוילער יוד וועסטו נישט דארפן אנקומען צום בונד פון השם. וועסט בכלל נישט דעזערווען נאך א מבול. און דאס איז געווען די מעלה וואס די גמרא ברענגט ארויס ביי די איינצעלע תנאים. (אויב עס איז נישט בדרך גוזמא, הערת הבחור הזעצער).

וויל איך וויסן, איך בין לעצטענס געווען ביי נייאגרע פאללס. די קשת איז א פערמאנענט רעזידענט אין די סקייליין דארט. איז דאך הדרא קושיא לדוכתא.

דער אשכול פארמאגט 19 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר