שטיצן קאנדידאטן וועלכע שטיצן "חוקי תועבה"

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות

שטיצן קאנדידאטן וועלכע שטיצן "חוקי תועבה"

הודעהדורך חיים נחום הלוי פריעד » מאנטאג מערץ 19, 2012 11:29 pm

ס'איז לוסטיג און לעבעדיג, רבנים און עסקנים זענען ארויסגעקומען מיט א בריוו אז מ'טאר נישט שטימען פאר א געוויסן קאנדידאט וויבאלד ער שטיצט "חוקי תועבה". די נייע מאדע פון באזירן אונזערע שטימען לויט די "מאראלישע" איבערצייגונגען פון א קאנדידאט, נעמט נאר אן העכערע שטיפעס, און עס לייגט זיך ממש נישט אויפ'ן שכל. איך מיין אז דאס איז נאך א רינגעלע אין דעם קייט פון דער חרדישער איבערוואנדערונג צו דער קאנסערוואטיווער לאגער אין די לעצטע יארן, א דאנק כ"ק משפיע דורינו, מוה"ר ראש לימבא שליט"א.

עס איז א טעות צו טראכטן אז מיר דארפן אריינשטעלן קאנדידאטן אין דער רעגירונג וועלכע פּרעזענטירן אונזערע דעות און די ווערטן פון תורה ומצוות. עס זענען אפילו געווען פעלער ווען די רבנים האבן געהייסן שטימען פאר נישט-אידישע קאנדידאטן קעגן שומרי תורה ומצוות. עס פארשטייט יעדער אז א שומר תורה ומצוות האט גרעסערע שאנסן אז זיינע געזעצן וועלן זיין אין איינקלאנג מיט דער תורה, דאס איז אבער קיינמאל נישט געווען דער וועג וויאזוי מען האט געקליבן קאנדידאטן פאר סעקולערע רעגירונג פּאסטנס – אלעס איז געווען געוואנדן איבער וויפיל די חרדי'שע קאמיוניטי וועט אין פּראקטיק נהנה זיין פון אים. גארנישט מער.

עס פעלט זיך נאר אויס ארומצוקוקן אויף די חרדי'שע וועטעראן-עסקנים וועלכע זענען אלע לאנגיעריגע רעגיסטרירטע דעמאקראטן.

עס האט אונז אויך קיינמאל נישט אינטערעסירט צי די קאנדידאטן שטיצן געזעצן וועלכע זענען מתיר איסורי דאורייתא – אפילו אויב זיי זענען פון די שבע מצוות בני נח. האט איר שוין אמאל געהערט א טענה אויף א קאנדידאט אז מען טאר נישט שטימען פאר אים ווייל ער איז קעגן א געזעץ וואס פארבאט דאס סערווירן לעבעדיגע "לאָבסטער" ווייל דערמיט איז מען עובר איינע פון די שבע מצוות בני נח – אבר מן החי?...

דאס איז עס. מיר לעבן אין א מדינה וואס ווערט נישט געפירט דורך אידן, ניטאמאל דורך רעליגיע – וואס דאס איז דאך די סיבה פארוואס אידן קענען – פונקט ווי להבדיל אנדערע – פּראקטיצירן זייער רעליגיע אן קיין שטער, די איינציגסטע קריטעריאנען וויאזוי מיר קענען מעסטן א קאנדידאט איז ווי גוט ער איז פאר אונזערע טאג-טעגליכע אינטערעסן.

*

מענטשן מאכן א טעות ווען זיי מיינען אז די דעמאקראטישע פּארטיי באשטייט פון אפּגעריסענע אימיגראנטן, בעטלערס, ליידיגגייער, נידריגע, שמוציגע און אוממאראלישע עלעמענטן, בעת די רעפּובליקאנער פּארטיי באשטייט פון די העכערע קלאס, די אריסטאקראטן, רייכע, באזעסענע, אינטעלעקטואלן, און מענטשן וועלכע האבן מאראלישע גדרים.

דער אמת איז אבער זייער ווייט פון דעם. רוב אינטעלעקטואלן זענען דווקא ליבעראלן, בעת די קאנסערוואטיוון באשטייען מערסטנס פון פארביסענע פונדאמענטאליסטישע קריסטליכע ראדיקאלן.

בעת עס אמת אז די קאנסערוואטיוון זענען קעגן דאס וואס מ'רופט "חוקי תועבה", איז דאס אבער נישט ווייל זיי האבן א לויטערע אנערקענונג אין די מענטשליכע מאראלישע פליכטן, זייערע חושים זענען נישט אויסגעשארפט צו האבן א געפיל פאר מאראל, אלע זייערע אידעאלאגיעס שטאמען אפּ פון זייערע רעליגיעזע לערעס וואס ווערן געפּרעדיגט אין די קירכעס, און דאס ווילן זיי ארויפצווינגען אויף דער גאנצער באפעלקערונג.

גרויסע טיילן פון דער קאנסערוואטיווער באוועגונג ווערן געטריבן מיט עקסטרעמע שיטות וועלכע זאגן אז די גרינדונג-טאטעס פון די פאראייניגטע שטאטן זענען געווען קריסטן און טראצדעם וואס זיי האבן געגרינדעט א מדינה וועלכע איז אומאפּהענגיק אין רעליגיע האבן זיי אבער געוואלט אז די קריסטנטום זאל זיין דאמינירנד אין אלע אספּעקטן פון געזעץ!

עס איז איבריג ארויסצוברענגען וואס עס מיינט פאר די אידן אז פּערשוינען וועלכע טראגן זיך ארום מיט אזעלכע ווילד-שעדליכע געדאנקען זאלן קומען צו דער מאכט אין אונזער מדינה. צי איז גוט פאר אונז צו האבן א פּרעזידענט וואס מאכט זיינע באשלוסן לויט ווי עס האט זיך אים גע'חלומ'ט אז ג-ט האט אים באפוילן?... יא, צי איר ווילט גלייבן צי נישט, איז דאס איינער פון די טעמים וואס דער געוועזענער פּרעזידענט בוש האט אנגעגעבן פאר דער מלחמה אין איראק. און בוש איז נישטאמאל אזא ראדיקאלער ווי אנדערע קאלעגע קאנסערוואטיוון.

וואס וועלן די אידן טאן אז איין אזא עקסטרעמיסטישער פּרעזידענט וועט "הערן" פון ג-ט אז ער דארף ענג מאכן די אידן צוליב דעם וואס זיי האבן גע'הרג'עט דעם אותו האיש? יא, אוודאי, מיר לעבן אין א דעמאקראטישער מדינה, א צו-גירוש וועט ער נישט קענען – האפנטליך – ארויסגעבן, דארפן מיר אבער אז א פּרעזידענט זאל זיך ארומטראגן מיט אזעלכע געדאנקען? צי וואלט אזא פּרעזידענט גערירט געווארן פון די טרערן פון א חסיד'ישן רבי'ן און באפרייט אידן פון תפיסה-טערמינען?

די נקודה איז אזוי, עס איז אמת דער פאקט אז די קאנסערוואטיוון זענען – פּונקט ווי אונז, להבדיל – אויך רעליגיעז, און האבן פארשידענע ענליכע שיטות ווי מיר פארמאגן. אבער אין פּראקטיק לוינט זיך בכלל נישט פאר אונז אז זיי זאלן שאפן געזעצן לויט זייערע איבערצייגונגען, ווייל נישט אלעס פון זייערע שיטות איז צו אונזער געשמאק, מילד גערעדט.

א גוטע ביישפּיל צו דעם איז דאס אז דער געוועזענער פּרעזידענט בוש האט אפּגעשטעלט די רעגירונג-פאנדן פאר "סטעם-סעל ריסויטש", א וויסנשאפט וואס קען מעגליך היילן צענדליגער שווערע מחלות, און איז אין די שטארקע אינטערעסן פון דער גאנצער באפעלקערונג אריינגערעכנט דאס יהדות החרדית. די סיבה וואס בוש האט אנגעגעבן: "עס איז אוממאראליש." וואס איז אבער פּרעזידענט בוש'ס קנה-מידה וויאזוי צו מעסטן אזא אבסטראקטיווע באגריף ווי מאראל? תורת יאשקע!

מה לנו ולהם? צו וואס זאלן מיר זיך אידענטיפיצירן מיט אזעלכע וועלכע מיינען נאר זיך און זייערע שמייליגע לערעס וואס זענען טאקע צומאל ענליך צו להבדיל א"א הבדלות דעם דעת תורה, אבער זענען פיל מאל אין פולן קאנטראסט און קעגן אונזערע אינטערעסן, און דאס איז אלעס אין דער צייט וואס אין פּראקטישן זין בענעפיטירן מיר טאג-טעגליך פון די ליבעראלע מאראלישע איבערצייגונגען וועלכע ברענגען אונז די שטאטישע פּראגראמען צו וועלכע א גרויס חלק פונעם יהדות החרדית איז ליידער אנגעוויזן.
חיים נחום הלוי פריעד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 206
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:45 pm
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 240 מאל

Re: שטיצן קאנדידאטן וועלכע שטיצן "חוקי תועבה"

הודעהדורך יידל » דינסטאג מערץ 20, 2012 8:42 am

הרב גיל סטודענט פון פלעטבוש האט גראדע יא גע'חתמ'ט אז מ'זאל וויילען פארן פרא-תועבה געזעץ. http://torahmusings.com/2012/03/non-end ... of-fidler/ ווען מען האט אים פארגעהאלטן היתכן האט ער געענטפערט אז ווען קלינטאן איז געלאפן פאר פרעזידענט האט ער אנגעפרעגט ביי זיין רבי'ן הרב מאיר טווערסקי צו מען מעג וויילען פאר אים, אמער, קלינטאן איז "פרא-טשויס" וועט דאך אויסקומען אז מער הפלות וועלן פאראורזאכט ווערן אויב ער וועט וויילען פאר קלינטאן. האט זיין רבי אים מסביר געווען אז מען קען נישט וויילען פאר א קאנדידאט באזירט אויף זיין שטעלע אין איין איינציגע ענין. מ'דארף קוקן מיט א ברייטקייט אויף אלע זיינע שטעלעס און לויט דעם אויסוועלן צו א איד קען וויילען פאר אים צו נישט.
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4329 מאל

Re: שטיצן קאנדידאטן וועלכע שטיצן "חוקי תועבה"

הודעהדורך קאווע טרינקער » דינסטאג מערץ 20, 2012 11:07 am

א דאנק ר' חיים הלוי.
אני הקטן זעה דאס פון אן אנדערע קוק ווינקעל.
נניח מ'טאר נישט שטימען פאר א בעד-חוקי-תועבה. לאמיר זאגן אז ס'איז א חילול השם, באופן וואס ערליכע-קריסטען זענען מחרים אזאנע לויפערס. נניח.
אבער פון די אנדערע זייט, דער עצם חוק איז בכלל נישט קעגען די תורה!
הסכת ושמע.
וואס זאגט די געזעץ?
אז צוויי מענער קענען האבען א דין ווי חתונה-געהאט לגבי שטאטישע פראגראמען וכדומה. איז דאס קעגען די תורה?
דאס וואס זיי טוען אינדערהיים, האט דאך גארנישט צו טוהען מיט די געזעץ.
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8466 מאל

Re: שטיצן קאנדידאטן וועלכע שטיצן "חוקי תועבה"

הודעהדורך ראשעקאל » דינסטאג מערץ 20, 2012 4:24 pm

קאווע טרינקער האט געשריבן:א דאנק ר' חיים הלוי.
אני הקטן זעה דאס פון אן אנדערע קוק ווינקעל.
נניח מ'טאר נישט שטימען פאר א בעד-חוקי-תועבה. לאמיר זאגן אז ס'איז א חילול השם, באופן וואס ערליכע-קריסטען זענען מחרים אזאנע לויפערס. נניח.
אבער פון די אנדערע זייט, דער עצם חוק איז בכלל נישט קעגען די תורה!
הסכת ושמע.
וואס זאגט די געזעץ?
אז צוויי מענער קענען האבען א דין ווי חתונה-געהאט לגבי שטאטישע פראגראמען וכדומה. איז דאס קעגען די תורה?
דאס וואס זיי טוען אינדערהיים, האט דאך גארנישט צו טוהען מיט די געזעץ.

אויב א מענטש שטיצט א געזעץ וואס זאגט אז די חברה הייסן "חתונה געהאט" איז עס א קעגן די תורה, ניין?? די תורה זאגט אז זיי קענען נישט און זענען נישט חתונה געהאט, און די מיט דיין שטימע זאגגסט אז זיי זענען יא!!
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6105
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5429 מאל

Re: שטיצן קאנדידאטן וועלכע שטיצן "חוקי תועבה"

הודעהדורך קאווע טרינקער » מיטוואך מערץ 21, 2012 10:41 am

אוקיע, איך זעה אז מיין מיינונג איז ארויסגעברעגט געווארן צו בקיצור.
אין די תורה איז א 13 יעהעריגע ביי זכר, און 12 ביי נקיבה א "גדול".
אין אמעריקע - לגבי אסאך דינים - הייסט מען אן adult ביי 18 יאהר.
נו, איז דאס קעגען די תורה? ניין. ווייל ס'איז נישט קיין נפק"מ להלכה.
אוודאי, אז איינער גייט זאגן אז א זכר קען מקדש זיין א זכר, אין ס'איז חל קידושין, איז דאס קעגען די תורה.
אבער אין אמעריקאנע געזעצץ מיינט קידושין עפעס א "חלות"? ניין. ס'איז נאר א דין בנוגע פיילען טעק צוזאמען.
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8466 מאל

Re: שטיצן קאנדידאטן וועלכע שטיצן "חוקי תועבה"

הודעהדורך יידל » דאנערשטאג מערץ 22, 2012 10:57 am

אן אינטערעסאנטע ארטיקל פון אן הלכה'דיגען פערספעקטיוו פון הרב גיל סטודענט אויף דעם אישו: http://torahmusings.com/2012/03/voting/
ער קומט צו צו די זעלבע מסקנא ווי הרב פריעד. ס'איז מותר און עס איז נישט קיין חילול השם.
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4329 מאל

Re: שטיצן קאנדידאטן וועלכע שטיצן "חוקי תועבה"

הודעהדורך נטורי קרתא עסקן » פרייטאג מערץ 23, 2012 3:13 pm

רחמנא ליצלן!!! איך קען ניש גלייבען אז יודישע קינדער בני אברהם יצחק ויעקב קענען אזוי רעדען ר"ל!!! אלע עהרליכע רבנים האבן קלאר געפאסקענט אז מ'טאר נישט שטימען פאר קאנדיטען וואס שטיצען חוקי תועבה!!
ווי קענען קימען אפאר שנאקעס און זאגן אז מ'מעג???!!
אפאר פון די קול קורות פון די עהרליכע רבנים
בייגעלייגטע פיילס
dt.jpg
dt.jpg (82.29 KiB) געזען געווארן 1824 מאל
נטורי קרתא עסקן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 63
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 11, 2012 1:32 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 13 מאל

Re: שטיצן קאנדידאטן וועלכע שטיצן "חוקי תועבה"

הודעהדורך רואיק » מוצ"ש מערץ 24, 2012 9:54 pm

פארוואס זאל איינעם אהנגיין וועם די גאווערמענט לאזט חתונה האבן? פארקערט, וואס ווייניגער די גאווערמענט קריכט אריין ביי יענעם אין די קישקעס איז פאר אונז אסאך בעסער. פארגעסט נישט אז מיר זענען אויך א מינאריטעט מיט מאדנע הנהגות.
באניצער אוואטאר
רואיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 116
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2012 3:55 am
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 26 מאל

Re: שטיצן קאנדידאטן וועלכע שטיצן "חוקי תועבה"

הודעהדורך יידל » מוצ"ש מערץ 24, 2012 10:19 pm

נטורי קרתא עסקן האט געשריבן:אלע עהרליכע רבנים האבן קלאר געפאסקענט אז מ'טאר נישט שטימען פאר קאנדיטען וואס שטיצען חוקי תועבה!!

די פראבלעם מיט דעם זאץ איז אז דער רגע איך ברענג דיר א רב וועלכער האט געפסקנט אז מען מעג וועט ער אויטאמאטיש ווערן אפגעפסקנט ביי דיר אלס נישט עהרליך! (דאס ווערט אנגערופן "קיין איין עכטע סקאטסמאן" לאגישע דורכפאל).
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4329 מאל

Re: שטיצן קאנדידאטן וועלכע שטיצן "חוקי תועבה"

הודעהדורך נטורי קרתא עסקן » מאנטאג אפריל 02, 2012 9:14 pm

יידל האט געשריבן:
נטורי קרתא עסקן האט געשריבן:אלע עהרליכע רבנים האבן קלאר געפאסקענט אז מ'טאר נישט שטימען פאר קאנדיטען וואס שטיצען חוקי תועבה!!

די פראבלעם מיט דעם זאץ איז אז דער רגע איך ברענג דיר א רב וועלכער האט געפסקנט אז מען מעג וועט ער אויטאמאטיש ווערן אפגעפסקנט ביי דיר אלס נישט עהרליך! (דאס ווערט אנגערופן "קיין איין עכטע סקאטסמאן" לאגישע דורכפאל).

אוודאי אז איינער קען זאגו אזא זאך אז מען זאל שטיצען שמיציגע קנדידאטען דארף מען אפילו נישט א ראיה אז ער איז א רשע אין אפיקורס!!! איז דען בכלל שייך צו כשרן אזא רב??!!
אזוי ווי די רע בנים וואס כשרן יעצט די שמיציגע גויאישע ציוניסטישע היימישע אויסגאבעס, וואס נאר דאס אונטערשריבן ווייזט גלייך וואסערע "רבנים" זיי זענען!!
נטורי קרתא עסקן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 63
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 11, 2012 1:32 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 13 מאל

הודעהדורך נטורי קרתא עסקן » מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 9:34 am

עהרליכע יודן זענען מוחה!!!
בייגעלייגטע פיילס
IMG-20121107-WA003.jpg
IMG-20121107-WA003.jpg (48.99 KiB) געזען געווארן 1685 מאל
נטורי קרתא עסקן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 63
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 11, 2012 1:32 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 13 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 11:35 am

כ'זעה טאקע דא אידן מוחה זיין
אבער וויאזוי זעהסטו אין בילד אז זענען "עהרליך"?
אפשר וועגן ער האלט אן די מסורה פון א קוטשמע?
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8466 מאל

הודעהדורך יידל » מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 4:16 pm

וואס איז שלעכט מיטן לעבערטעריען קאנדידאט? ער איז נישט קיין ציוני און נישט קיין תועבה'ניק.
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4329 מאל

הודעהדורך קופערניקוס » מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 4:20 pm

קאווע טרינקער האט געשריבן:כ'זעה טאקע דא אידן מוחה זיין
אבער וויאזוי זעהסטו אין בילד אז זענען "עהרליך"?
אפשר וועגן ער האלט אן די מסורה פון א קוטשמע?


וואס קוטשמע, זעסטו נישט די פאנט פון די אותיות אין די שילד, דאס איז גענומען פון בוידעם פון די אלט ניי שול אין הוידא נאנאש, די פאנט פון די שמחה ואורה סידור איז שוין מאדערן דערקעגן, דאס טייטשט ערליך, זיך האלטן צום עלטסטן פאנט! הלוואי ווען מען קען צוריקגיין צו כתב יתדות
קופערניקוס
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1369
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 9:24 pm
האט שוין געלייקט: 2953 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4179 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 4:37 pm

כ'נישט געוויסט אז מ'קען נאך באקומען די ליגעדיגע 'למד'ס, ווי קען מען דאס שאפן?
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6943
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5483 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7494 מאל

הודעהדורך שעפטל » מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 4:42 pm

לויט די ויואל משה מעג מען יא שטימען פאר אבאמא....
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3443
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 3450 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3365 מאל

הודעהדורך באשטעטיגט » מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 9:20 pm

איך מיין אז עס איז זייער אויסגעהאלטען אז די געזעץ זאל דאס צילאזען אין יעדער איינער מיט די אייגענע בחירה בוחר זיין בטוב.. "אפשר רק התורה אסרה"
באשטעטיגט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 227
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 8:50 pm
האט שוין געלייקט: 668 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 146 מאל

הודעהדורך חאצקל » מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 9:53 pm

עס איז שוין פאראן א אטאנאמיע מיט אפיציעלע חוקי תועבה, וואס טוט נישט בלויז "ערלויבן" אזעלעכע סארט נישואין, נאר, דאס איז גאר דער סימבאל פון דער מדינה, און נאר די וואס האבן א נייגונג דערצו קריגן בירגערשאפט. איך ברענגט דא אהער פון עיברית'ישער ויקיפידיה (איך ווייס נאך נישט וויאזוי מ'מאכט א לינק, דער נאמען פון דעם ערך אינעם ענגלישן וויקעפידיע איז: Gay and Lesbian Kingdom of the Coral Sea Islands, טאמער איינער וויל קען ער קוקן דארט מיט נאך מער פרטים און גלייכצייטיג מאכן א לינק אהין, און אגב, איך וועל הנאה האבן אויב עמיצער גיט מיר אינסטראקשנס וויאזוי צו לינקן) פאלגנד איז דער ארטיקל:

הממלכה ההומו-לסבית של אי האלמוגים
הממלכה ההומו-לסבית של אי האלמוגים (אנגלית: Gay and Lesbian Kingdom of the Coral Sea Islands) היא מדינה לכאורה שהוקמה כמחאה פוליטית סמלית בידי קבוצה של פעילים לזכויות להט"ב. המדינה ממוקמת בדרום מזרח קווינסלנד שבאוסטרליה.

ב-14 ביוני 2004, קבוצה של הומואים אוסטרלים המאוכזבים מיחסה של ממשלת אוסטרליה לזכויות להט"ב, הפליגו באונייה לה ניתן השם "פרח הומוסקסואלי" (GayFlower) בחיפוש אחר מקום מסביר פנים עוד באותו יום, הקבוצה התיישבה באי הגדול ביותר בטריטוריית איי ים האלמוגים והניפה שם את דגל הגאווה. אחד מחברי הקבוצה, דייל פרקר אנדרסון הוכרז כקיסר המדינה בתור דייל ה-1. הפרישה מאוסטרליה, למעשה, הייתה מבויימת במחאה על החלטת הפרלמנט הפדרלי האוסטרלי לאסור נישואים חד-מיניים.

בתגובה לחקיקה האוסטרלית בנושא זה, דייל ה-1 הצדיק את ההחלטה לעזיבת הריבונות האוסטרלית כשהכריז: אנו חיים תחת משטר אפרטהייד. הומופוביה היא לא פחות מאשר גזענות מינית. בראש ובראשונה אנו בני אדם. אנו עובדים, אנו מנהלים חיים, אנו אוהבים ומקיימים מערכות יחסים. אנחנו משפחה. עם זאת, למרות היותנו אזרחים, שבוחרים ומשלמים מסים, הומוסקסואלים ולסביות אוסטרלים אינם חולקים את אותן זכויות אותם לוקחים ההטרוסקסואלים כמובנים מאליהם.

– The Birth of a Queer Nation

עם החלטתם של מייסדי הממלכה לעזוב את אוסטרליה, הם ערכו טיוטה של הכרזת עצמאותם, בה נכתב, בן היתר:

הומוסקסואלים השתדלו בכל מקום, בכנות, למזג עצמם לחיים החברתיים של הקהילות הסמוכות וקבלת יחס זהה. אנו לא רשאים לעשות כן. אנו פטריוטים נאמנים לשווא, ונאמנותנו במקומות מסוימים מתמקצנת; אנו מקיימים את אותן ההקרבות בנפש וברכוש כמו אזרחינו, לשווא; אנו שואפים להגדיל את התהילה של מולדתינו באמנות ומדע, או את עושרה, באמצעות תעשייה ומסחר, לשווא; במדינות בהן חיינו לדורות, עדיין המעיטו בערכנו, כזרים... בעולם כפי שהוא עכשיו לתקופה בלתי מוגבלת... אני חושב שלא נוכל לחיות בשלום.

בהשראת הכרזת העצמאות של ארצות הברית, הכרזת העצמאות של הממלכה ההומו-לסבית כללה את ההצהרה: "אנו מחזיקים באמיתות אלו כמובנות מאליהן, שכל בני האדם נבראו כשווים בין שווים, שהם ניחנו בידי בוראם בזכויות בלעדיות מסוימות, כי בקרב אלו הם חיי, חירות ורדיפת האושר.

טענות הממלכה אינן מוכרות בידי אף מדינה, לכן טרם הוקמה בה התיישבות קבועה. בעוד שהאי העיקרי של הממלכה מורכב משלושה קילומטרים מרובעים בלבד, הארכיפלג הגדול יותר של טריטוריית איי ים האלמוגים הוא מקבץ של שרטוני חול בלתי מאוכלסים המשתרעים על פני 780,000 קמ"ר – גודלן של נורבגיה ושבדיה גם יחד.‏[1] גודל בירת הממלכה, Heaven Island (אי גן העדן), שווה בקירוב לשטחו של הסיטי של לונדון.‏ הממלכה הנפיקה את בוליה הראשונים ביולי 2006, "במטרה ליצירת מוניטין גבוה וייחודי בין אחוות הבולאות".

לפי אתר הממלכה, ענפי הכלכלה היחידים הם תיירות, דייג ומכירת בולים. שחייה, הליכה על שוניות, צלילה בלגונה, צפרות, איסוף צדפות וחקירת ספינות טרופות הן פעילויות לא כלכליות.

באופן המבוסס היסטורית ומשפטית על חוק השבות הישראלי, אדם זוכה באופן אוטומטי למעמד של תושב קבע וזכאי באופן מיידי לקבלת אזרחות בממלכה ההומו-לסבית, מעצם היותו להט"ב. אין צורך באשרה כדי לבקר בממלכה, אך על המבקרים להיות בעלי נטייה מינית להט"בית. ראש הממשלה, דייוויד סמית', אימץ את פתיחות המדינה כלפי להט"ב ברחבי העולם – "המיניות שלהם הוא הדרכון שלהם".‏

ממשלת הממלכה פרסמה הצהרות רשמיות לגבי אימוץ גישתם של מספר סוגיות חברתיות ופוליטיות.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך חאצקל אום דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 2:43 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
חאצקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 726
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 30, 2012 11:01 pm
האט שוין געלייקט: 656 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 209 מאל

הודעהדורך חאצקל » דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 2:35 am

היתכן איך זעה נישט קיין לייקס פאר באגאבטן שרייבער חיים נחום הלוי פריעד, אפגעזען צו איר האלט אזוי ווי אים צו נישט, קומט זיך א לייק פאר איינער וואס באשיינט דעם שטיבל מיט א העכסט שרייבערישער ארטיקל.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך חאצקל אום דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 2:40 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
חאצקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 726
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 30, 2012 11:01 pm
האט שוין געלייקט: 656 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 209 מאל

הודעהדורך יאנקל » דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 2:38 am

חאצקל האט געשריבן:היתכן איך זעה נישט קיין לייקס פאר באגאבטן שרייבער חיים נחום הלוי פריעד, אפגעזען צו איר האלט אזוי ווי אים צו נישט, קומט זיך א לייק פאר איינער וואס האט באשיינט דעם שטיבל מיט א העכסט רייכער ארטיקל.

גערעכט. מסתמא האט ער געשריבן דעם ארטיקל נאך פאר די לייקס פיטשור איז צוגעקומען.
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3742 מאל

הודעהדורך diff » דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 6:36 pm

Voting for religious interest is against the law. Dictating world nations behavior is against the oath of “do not rebel against the nations” and here it cannot be countered, that they were also not keeping their oath.
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 298 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 6:50 pm

איך זעה אז פון די ברילן האט מען פארגעסן, דאס איז נאך א סיבה זיי אנצורופן ערליכע.
אבער איין מינוט, ער האט דאך א טענה, דער עסקן דא, און ס'איז טאקע א פלא,
די אלע גדולים וואס האבן געשריגן און געהאקט דערויף האבן טאקע נישט געוואוסט וואס מיר ווייסן?
זיי זענען דאך געווען גדולים בתורה ובחכמה, און מסתמא האבן זיי געוואוסט עפעס וואס מיר ווייסן נישט?
בייגעלייגטע פיילס
IMG-20121107-WA003.jpg
IMG-20121107-WA003.jpg (214.48 KiB) געזען געווארן 1514 מאל
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15101
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18103 מאל

הודעהדורך זר זהב » דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 7:17 pm

געפילטע פיש האט געשריבן:כ'נישט געוויסט אז מ'קען נאך באקומען די ליגעדיגע 'למד'ס, ווי קען מען דאס שאפן?

די למד'ס ליגן דארט ווייל מ'רעדט פון 'משכב' תועבה
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4197 מאל

הודעהדורך עפל פאי » פרייטאג נאוועמבער 09, 2012 10:02 am

עס איז דא עפעס א קול קורא וואס די רבנים האבן אונטערגעשריבן דעמאלטס? איינער האט דאס?

עי' דברות קודש מהרה"ק מסאטמאר זי"ע שובבי"ם שמות\וארא תשט"ז שמעשה ארץ מצרים של האומות שגרים שמה משפיע על בני ישראל ר"ל

ובדברי יואל נח עמ' קצ"ב בעניין הסכמה של דעת רבים והחוק,

ובדבר"י נח עמ' קע"ג בענין גימומסיות שכתבו שע"ז באה לבסוף המבול כמבואר במדרש בראשית רבה כ"ו-כ"ה

לא כ"כ פשוט
עפל פאי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 64
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 10:13 am
האט שוין געלייקט: 22 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14 מאל

הודעהדורך נטורי קרתא עסקן » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 1:32 am

קאווע טרינקער האט געשריבן:כ'זעה טאקע דא אידן מוחה זיין
אבער וויאזוי זעהסטו אין בילד אז זענען "עהרליך"?
אפשר וועגן ער האלט אן די מסורה פון א קוטשמע?

די מאך חוזק און וועסט זייער שיין אנקומען. פלאקערן וועסטו איך א פייער'דיגע גהינום, נעבעך פאר דיין נשמה
עהרליכע יודן דערשרעקען זיך נישט פון אזעלכע ליצים ווי דיר. עהרליכע יודן דערשרעקן זיך נישט פון וואס ער אדער יענער זאגט. צו ס'איז קאווע טרינקער אדער קופערניקעס אדער חיים נחום פריעד אדער דבילה-נבילה!!!!!
מ'ווייסט נישט אז דעי יודן זענען עהרליך דורך קוקען אויף בילדער. מ'ווייסט אז זיי זענען צדיקים גמורים ווייל מ'ווייסט וואס זיי טוהן!! ווי זיי דערשרעקען זיך נישט פאר קיינעם און טוהן למען כבוד שמו יתברך!!
די אלע וואס מאכען חוזק קען איך נאר איין זאך זאגן: עטץ האטס פארלוירן יעדע ברעקעל געפיל פאר'ן הייליגען באשעפער!!! די מיסע שרעקליכע תועבות שטערט אייך נישט!! עס דערציטערט אייך נישט!!
ווי ווייט זענט עטץ שוין געפאלן???!!

שובו בדרכיכם הרעים!
נטורי קרתא עסקן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 63
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 11, 2012 1:32 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 13 מאל

נעקסט

גיי צוריק תורה און מחשבה

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט