לאמיר זיך זעצן לערנען! ספרי לומדות ומחשבה אין א גוטע סדר

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
קופערניקוס
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1369
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 8:24 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4109 מאל

לאמיר זיך זעצן לערנען! ספרי לומדות ומחשבה אין א גוטע סדר

שליחה דורך קופערניקוס »

תורה איז זייער זיס!

עס זענען דא אסאך חלקי התורה וואס זענען פשוט א געשמאק צו לערנען, איך רעד נישט נאר פון די קדושת התורה וואס געט סיפוק פאר א מענטש. איך רעד פשוט, אן עונג גשמי, א געשמאק.
מען דארף אבער טרעפן די ריכטיגע ספרים וואס געבן א געשמאק אין לערנען. לאגישע מענטשן האבן ליב צו לערנען לאגישע זאכן און דעריבער מוז מען לערנען זאכן וואס זענען סאליד, עס שארפט אויס די מח און עס געט א חיות אין לערנען. אויב א מענטש וואס האט ליב לאגיק לערנט אינטערסאנטע ידיעות און תורה'לעך וועט ער עס נישט ליב האבן, ער מוז לערנען לומדות, טיפע זאכן און זאכן ווי ער קען אליין מחדש זיין.

עס איז דא א גרויסע פראבלעם וואס איז מעכב אסאך מענטשן פון לערנען, און דאס איז די סדר וויאזוי די לערנען איז אויסגעשטעלט, וואס איז אסאך מאל אומפאסיג און ברענגט אראפ די חשק צו לערנען, די סדר וואס עס שטערט איז דאס אז מען לערנט לויט סדר המסכתות, אדער אפילו אין א מסכת בלאט נאך בלאט, און אזוי אויך ספרי חסידות ודרוש על התורה, פרשה נאך פרשה.

דאס איז די וועג וויאזוי אידן לערנען, אבער אויב איינער האט נישט קיין געשמאק קען עס זיין צוליב דעם סדר, ווייל די קאפ ארבעט נישט לויט דעם סדר, די קאפ ארבעט נישט אז מיטוואך גלייכט זיך א בלעטל אגדה פון פרק הרואה און מיטוואך א שווערע בלאט אין כתובות.

די זעלבע איז מיט ספרי חסידות ודרוש, עס איז א גרויסער פראבלעם אז עס איז אויסגעשטעלט לויט סדר הפרשיות, און ווען א מענטש וויל אנהייבן פארשטיין וואס חסידות האט געוואלט איז אים נישט נוגע וויאזוי מען לערנט אריין א געדאנק אין פרשת בראשית, ער וויל לערנען חסידות און זי איז נישט אויסגעשטעלט אין א סיסטעמאטישע סדר נאר זעיר פה וזעיר שם לפי פרשיות התורה.
עס זענען דא ספרים וואס זענען הערליך און מיט א גאלדענעם סדר און דאס קען באמת מאכן א מענטש ליב האבן צו לערנען:

שב שמעתתא איז אויסגעשטעלט לויט א מהלך מדרגא לדרגא, ער נעמט דעם לומד אויף א רייד פון יסוד הסוגיא, ביז צו דרגות רמות אין לומדות און עס העלפט א מענטש פארשטיין לערנען. די ספר איז פונעם בעל הקצות, עס איז אויף סוגיות אין חזקה, רוב, ספקות והמסתעף, און עס איז זייער געשמאק, לייכטע שפראך, טיף און העלפט דעם לומד צו קענען אליין מחדש זיין און צוטרעפן די חידושים.

קונטרס הספיקות איז אויך א באזונדער ספר, און עס גייט מיט א מהלך מדרגא לדרגא, אבער עס איז נישט אזוי געשמאק ווי שב שמעתתא.

ספר שערי יושר פון רבי שמעון שקאפ איז אויך נישט אויף א סדר מסכת, נאר איז אין א סדר מדרגא לדרגא, שפיץ לומדות און הערליכע גאונות, גאר געשמאק, טיף און ברייט.

דבר אברהם איז אויך אויף סימנים, ענדליך צו דעם קען מען ליב האבן ספרי שאלות ותשובות ווי למשל נודע ביהודא, אבני נזר, געוויסע תשובות אין שואל ומשיב.

קהלות יעקב איז אויך גאר געשמאק און מען קען לערנען דארטן א סימן אן מיטהאלטן די סוגיא אין ש"ס.

די זעלבע זאך איז מיט די ספרי חסידות ומחשבה, דרוש ואגדה. אויב איז עס על התורה איז עס גוט פאר לכה דודי, אבער עס נעמט נישט דעם לומד אויף א רייזע מדרגא לדרגא. די ספרי ראשונים זענען יא אזוי, למשל חובת הלבבות, אמונות ודעות, המספיק לעובדי ה', ספרי רמח"ל, כוזרי שערי תשובה, ספר הישר לרבינו תם, ספרי הרמב"ם, מהר"ל, וכדומה.

אבער רוב ספרי חסידות גייען אזוי, דעריבער איז לייכטער און געשמאקער צו באקומען א מהלך פון לערנען אזא ספר ווי תניא וואס גיט אין א סדר לויטן לומד און נישט לויט די פרשיות. פון די ראשוני החסידות איז דא נאך וואס זענען אזוי, למשל כתר הריב"ש פון בעל שם טוב הקדוש, יושר דברי אמת און מגיד דבריו ליעקב פון רבי'ן רבי בער. די ספרים גייען מער לויטן לומד מיט א סדר.

אויך ספרי מחשבה פון גדולי המוסר זענען דא וואס זענען שיחות על פרשת השבוע, אבער דאס איז לכאורה א חסרון ווייל אין פרשת תזריע איז נישט א מענטש מער אין א צורך פאר שמירת הלשון ווי בטחון אום פרשת תשא; פאסיגער איז א ספר וואס גייט פון איין מדה צום צווייטן לויט די פסיכאלאגיע פון א מענטש אדער לויט די דעת תורה.

מכתב מאליהו און עלי שור גייען לפי דרגות, אזוי אויך א חלק פון ספרי רבי ירוחם און ספרי קעלעם. אנדערע ספרים טראץ וואס זיי זענען געוואלדיג, ווי למשל משך חכמה, ספרי טעלז, ספר דעת תורה, און שיחות רבי אליהו לאפיאן און רבי יחזקאל, האבן די חסרון אז זיי זענען על פי סדר הפרשיות.

אז איינער וויל מיר פאלגן זאל ער לערנען יעדן טאג א האלבע שעה לומדות, שב שמעתא אדער שערי יושר, און א האלבע שעה מחשבה ווי תניא אדער מכתב מאליהו.

דער אשכול פארמאגט 50 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר