סיפורי צדיקים פאר "היינטיגע קינדער"

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3940 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3589 מאל

סיפורי צדיקים פאר "היינטיגע קינדער"

שליחה דורך ברסלבער »

ווי באקאנט זענען דא הונדערטער טויזנטער סיפורי צדיקים, עס האלטן אין איין ארויס קומען נאך און נאך ספרים און מעשה ביכלעך פון מעשיות פון צדיקים, איינער שרייבט בעסער און איינער נאך בעסער, יעדער אויף זיין שטייגער.
איך האב שוין א מנהג וותיק, צו דערציילן פאר מיינע קינדער ביים שבת טיש סיפורי צדיקים, אויסער די סגולות וואס ליגט אין דעם, איז עס פשוט זייער געשמאק, יעדער האט ליב צו הערן א שיינע מעשה (קוקט'ס נאר ווען א בעל דרשן רעדט ביי א דינער, און קיינער איז בכלל נישט אינטערעסירט צו הערן וואס ער האט צו זאגן איבער די גרויסקייט פון דעם מוסד, אבער ווען ער הייבט אן: "עס איז געווען אמאל א מעשה", ווערט די זאל שטיל... דוק ותשכח) א תורה אויף די סדרה, דארף מען שוין רחמי שמים אז זיי זאלן ווערן אויסהערן, א מעשה הערט יעדער אויס און עס געבט א געשמאק פאר די סעודה, און עס ברענגט אויך א נאנטקייט מיט די קינדער.
דער פראבלעם איז נאר אז איך האב ליב ענדערש צו דערציילן א מעשה וואס מען קען זיך אפלערנען דערפון אויך אויפ'ן היינטיגן דור, אז איך וועל דערציילן פון הייליגן רבי ר' אלימלך זי"ע ווי ער האט זיך געברענט זיינע הענט, וועלן מיינע קינדער עס נישט קענען און נישט וועלן נאכמאכן, אז איך וועל דערציילן פונעם הייליגן בארדיטשובער זי"ע וואס מוצאי יום כיפור האט ער אויסגעפאסט אויף א מסכת גמרא, איך ווייס דאך אז קיינער וועט דאס נישט טוהן היינט, דער עולם האט מער ליב אויסצופאסטן אויף קאקאש קעיק און מילך... און אזוי ווייטער זענען דא אסאך מעשיות ווי צדיקים האבן זיך מסגף געווען, זיך געקוילערט אין שניי וכדומה, די מעשיות האבן זיכער די סגולה פון דערציילן סיפורי צדיקים וואס ברענגט גוטע השפעות, אבער מען קען דאך דערציילן אנדערע מעשיות, וואס מען קען זיך יא אראפלערנען פשוטע גוטע מדות און דאס גלייכן.
עס האט זיך שוין געמאכט ביי מיר כמה פעמים אז איך האב געקויפט א דיקן ספר סיפורי צדיקים, און פונעם גאנצן ספר האב איך נישט געקענט ארויס נעמען מער ווי פינף-זעקס מעשיות וואס זענען געשמאק צו דערציילן.
על כל פנים וויל איך דא עפענען דעם אשכול, ווי איך וועל פרובירן שרייבן מיין קאלעקשאן פון מעשיות, און איך האף אז דער עולם וועט זיך ווארים אנרופן און אריינשרייבן שיינע מעשיות, אבער נאר וואס היינטיגע קינדער קענען פון דעם האבן א מוסר השכל.
(אויב איינער זעהט א שיינע מעשה, און ער וויל עס נישט אפשרייבן זאל ער ביטע בלויז צוצייכענען דעם מקור, און איך וועל עס פרובירן בעז"ה אפצושרייבן לטובת הציבור)
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)

דער אשכול פארמאגט 27 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר