שובבי"ם

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2998 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 944 מאל

שובבי"ם

שליחה דורך ידען »

כאב זיך דערשראקען ווען כאמיך דערמאנט אז מע האלט שוין כמעט ביי שובבים, און אזוי ווי ביי עפעס א צדיק אדער ראש ישיבה איז אריין געקומען אין שיל אלול זמן און געשריגען איין ווארט"אלול" און יעדער האט באקומען פארכטען פון יום הדין, די זעלבע האבעך געלייגט נאר איין ווארט שובבים ווייל איך בין דערשראקען און ווער ציציטערט פון די עבירות וואס סע ליגט אויף מיר.

כאב אויך געטראכט אז אפשר זאל מען לייגען די אשכול ביי מאחורי הפרגוד אבער אז דער הייליגער סאטמארע רבי זי"ע האט גערעט אזוי פיל וועגען דעם און די קינדער האבען נישט געוויסט וואס מע וויינט אזוי סאך ביי שלש סעודות אדער ווען איך בין געווען א אינגעל מוצ"ש ביי די שובבים טעיפס וואס איך האב טאקע נישט פארשטאנען וואס ער רעט ווייל סע נישט אזיי קלאר אהן די קונטרס אבער בקיצור סע געווען אימפארשטענדלעך אבער זיער א התעוררות.

ווען האט זיך אנגעהויבען שובבים?

ווען איז עס געווארען אזא הייליגע דערשראקענע זאך?

ביי וועמען איז עס אנגענימען? חסידים ליטוישע ספרדישע אדער יעדעם?

איך געדענק עפעס אז קריאה מעורר הזמן אז מע האט גארבעט אין מצרים און סע האט א שייכות צו מדת יסוד. נישט קלאר וואס סע מיינט. אפשר אז די אידען זענען נכשל געווארען? איך גלייב נישט. ווען מע ארבעט עבודת פרך און מע קלאפט און מע האקט די ביינער, האט מען קאפ צו דעם?
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com

דער אשכול פארמאגט 25 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר