ספר אמונה ובטחון, חזו"א

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
אוהב דעת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 351
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 228 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 197 מאל

ספר אמונה ובטחון, חזו"א

שליחה דורך אוהב דעת »

איך האב אמאל אנגעהויבען איבער טייטשען די ס׳ אמונה ובטחון פון די חזו״א ווארט ביי ווארט אן צולייגען מיינע אייגענע פירושים (מען קען עס באקומען אין ענגליש) איך האב עס נאנישט מגיע געווען , מיין שאלה איז צו דער עולם איז אינטערסירט אין דעם , זאל איך ווייטער ממשך זיין? אדער יעדער פארשטייט עם אין לשון קודש און מיין ארבעט איז אומזוסט????

דא איז ערגעץ אינדערמיט:

אות א' די חוב פון לערנען מוסר און זיך אויפירן מיט מוסר, איז זייער אסאך מאל פארבינדען מיט די פסק הלכה, און די הלכה , זי טיט אינז אויסלערנען דאס וואס איז מען מעג טון און מטאר נישט טון אלטס'ן מענטשליכקייט, למשל די גמרא זאגט אין בבא בתרא, אז מלמדים פון קינדער, ס'איז נישט דא ביי זיי קיין טענה אז די האסט אפגעהאקט מיין לעבן דאס איז טייטש אז די מלמד קען נישט טענה'ן היתכן אז די ביסט געקימען דא ארבייטן.
למשל אז ס'איז דא אין שטאט מלמדים זיי טיען זיך שפייזן פון זייער פלאג זיי פלאגן זיך פאר פרנסה, פלוצלינג קימען אן אנדערע מלמדים פון אן אנדערען שטאט, און די טבע פון מענטשן איז דאך אז זענען נישט צופרידן פון קיין אלטע זאכן, איז יעדער שפרינגט ארויף אויף די נייע געסט, אין פארשטייט זיך אז די אלטע מלמדים זענען געווארן געשעדיגט, די וואס זענען די געליטענע האט זיך אנגעהויבן א מורא'דיגע שנאה אין זייער הארץ אויף די נייע רודפים, און פין זייער שטארקע פיינט שאפט זענען זיי ארויסגעקומען מיט בלבולים געטראפן פעלערס און זיי האבן אנגעהויבן רעדן לשון הרע אויףזיי, און ס'איז געגאנגען פון איין שלעכטס צום צווייטן נאכדעם האבן זיי אנגעהויבן זאגן פאלטשע זאכן, זיי האבן אלעס געזיכט צו ערוועקן די רחמנות פון די מענטשן פון דעם שטאט צוליב די אכזריות פון די נייע מענטשן וואס זענען געקימען, ביז זיי זענען צו געקומען צו נאך קריגערייען, און מען האט געטון פארשידענע נקמות, ווי אזוי ס'האט זיך זיי געפירט, איז אלע זייערע זאכן וואס זייהאבן געטון וואלט ווען געווען זייער ריין און זויבער פון קיין שום עבירה, אויב די הלכה וואלט ווען געווען ווי זיי, אז זיי קענען צוריק האלטן די נייע מלמדים, אין די נייע מלמדים זיי וואלטן ווען געווען די וואס זינדיגן, ווייל סאיז אקעגן די הלכה וואס איז געזאגט געווארן פאר משה רבינו ע"ה ביים בארג סיני, אין דעמאלטס וואלט טאקע נישט געווען קיין איסור פון מחלוקות און נישט קיין איסור פון לשון הרע און נישט קיין איסור פון איסור שנאת חנם, פינקט פארקערט עס וואלט ווען געווען א מלחמת מצוה אווועקצושטעלן די תורה'דיג הלכה אויפן ריכטיגן פלאץ.
אבער יעצט אז די הלכה זאגט אינז אז קנת סופרים תרבה חכמה, און די סארט פון די תורה איז סאך שטערקער פון דעם וואס אז א פאר מענטשן זאל האבן פרנסה, קימט אויס אז די נייע פרישע געסט זיי האבן געטון ווי די הלכה, און די אלע וואס האבן זיך אקעגן געשטעלט אקעגן זיי פארגיסן אים שילדיג בלוט, אין אז מ'האט זיי פיינט אינעם הארץ איז מען עובר אויף לא תשנאה את אחיך, אין אז מרעדט אויף זיי שלעכט איז מען עובר אויף די איסור פון לשון הרע, און אז מ'זאמעלט צוזאם מענטשן צו מאכן קרייגערייען איז מען עובר אויף די לאו פון לא תהיה קקרוח, אין אז מ'איז זיך נוקם מיט זיי מיט דעם וואס מען טוט נישט מיט זיי קיין גוטס איז מען עובר אויף די לאו פון לא תקנאה, אין מיט די ווערטער וואס די גמרא זאגט דארט אין בבא בתרא אז רב הונא איז מודה ביי  מדרקי ביי מלמדים אז מקען נישט שטערן איז אין די הלכה אריינגעקימען פיל מוסר'דיגע הלכות ווי אזוי א מענטש טיט זיך באגעגענען מיט דעם פין די פסק פון די  הלכה.


אות ב' פון די גרעסטע חובות פון מוסר איז אז א מענשט זאל פראבירן אלעמאל אריינצופלאנצן אין זיין הארץ דעם שטארקן עיקר ווען ער טרעפט זיך מיטן חבר דארף ער אלעמאל אפוועגן אין די הלכה'דיגער וואגשאל צו וויסן ווער עס איז די רודף און ווער ס'איז דער נרדף, די לימוד המסור דאס טוט אריינברענגן ליבשאפט און רחמנות צום נרדף, אין שטארקע צארן אין ביטער קייט אקעגן דעם רודף, אבער ווי פארכטיג אין ווי שרעקליך איז דער שטראכלונג אז מענטשן טיען אויפטוישן דעם רודף פארן נדרף, און די נרדף פאר'ן רודף, אבער צו וויסן פינקטליך טאקע ווער עס איז די רודף און ווער איז דער נרדוף, דאס איז נישט מעגליך נאר אז מען לערנעט דורך די ספרי הפוסקים וואס אוזנערע גרויסע רבי'ס האבן אינז איבערגעגעבן.


אות ג' און ווער ס'איז נישט איינגעפלאנצט אין זיין הארץ דעם יסוד, ביי אים וועט גארנישט העלפן אז ער וועט שטארק פראבירן אין ער וועט זיך אויסלערנען וועגן איינצוקויפן צו זיין א בעל מדות, ווייל ווען ער וועט זיך אנשטויסן מיט'ן חבר מיט א פראבלעם וועט ער נאך אוודאי אלס צווקימען צו פסק'ענען לויט זיינע אייגענע טבעיות'דיגע נטעיות, אין א אפילו ס'וועט זיין אויסגעהאלטן לויטן תורת המדות לויט'ן מענטשליכקייט וועט עס זייער אסאך מאל זיין אקעגן די הימלדיגע הלכה,אין אויב די הלכה'דיגע חלק וועט ביי אים זיין פארקרימט וועט אויסקימען אז וואס ער וועט טון, וועט עס זיין אזוי ווי פרעמדע קינדער און פארדארבענע חבירים, אזוי ווי למשל די מלמד פינעם שטאט וועט שרייען פאר'ן אייבערשטער העלף מיר ......................וועט ארויסקימען א בת קול די טיסט מעשה זמרי און די בעטס שכר ווי פנחס, די ביסט דאך דער רודף די ביסט דאך דער וואס איז נישט נושא פנים פאר די תורה הק', איך האב דאך געשריבן אין מיין תורה אז א מלמד קען נישט מעכב זיין, די בעטסט מיר הילף.?
אות ד' דער יצר הרע, פינעם מענטש טוט זיך מער שטארקן, ווען די זינד איז נישט אפענע עכט, און מען דארף עס קענען פסק'נען, פארוואס? ווייל דער כח וואס ליגט אינעם מענטש, צו פארמאיוסן השחתה, וואס דאס קימט דאך אלטס ארויס צו העלפן דעם וואס זיכט דעם גוטס און זיין מלחמה מיט די גופניות'דיגע תאוות איו מיט די גליסטענישן.קומט דאך אלס ארויס דער כח, דער כח איז אבער זייער דקות'דיג ממש דקות שבדקות מורא'דיג דין אין האקעל, אין זי אליין קען ווערן אוועקגענימען פון צו פארמאיסון ריכטיג די מיסע תוצאות, וואס קענען ארויס קימען פון א אימריכטיגן משפט.
פארוואס? ווייל די ריכטיגע הלכה קען דער הרגש נישט מבחין זיין, אין די הרגישים פינעם מענטש, וועלן אים זייער אסאך מאל נישט ארויפברענגן אויפן הארץ צו טראכטן, אז עס קען זיין אז די גאנצע משפט דא איז פאלטש, וואס ער האט געפסק'נט, במילא פאר דעם איז נישט ווינדערליך צו זעהן, אז אזוי זייער אסאך מאל מענטשן, וואס זיי האבן בעצם רעכטפארטיגע מידות און פארשידענע געביטן, אבער מיט דעם אלעם קען מען זיך באגעגענן אין גאנצען א אנדערע מודה ווען ער האט צו טון מיטן חבר א שווערן סוחסוח, דעמאלט וויל ער בכלל נישט אויסהערן וואס די מורי הוראה זאגט אוון וואס די הלכה זאגט, און ער גייט אריין מיט א פעסטקייט, מיט מלחמות און קריגערייען, און די גאנצע איידעל קייט גייט אוועק, אין א רגע.

אות ה' איינצוקויפן די געוואלדיגע מדה פון זיין אינטערטעניגט צי די הלכה, פעלט זיך אויס צוויי זאכן, זיך צוגעוואוינען צו דעם איז איין וועג עס צו קויפן, אין דאס לערנען איז א אנדערן וועג עס צו קויפן, ווייל יעדער ווייסט אז א מענטש וואס האט א קליינע אמונה איז נישט גענוג אז ס'זאל צוריק האלטן די מענטש פון טון שלעכטס, ווען ער ליגט אריין געיאגט נאך זיין טבעיות דיגע גליסטענישן אזוי ווי א טאך וואס ווארט מורא'דיג שנעל,  אין דאס אז א מענשט זאל דערגרייכן אז זיינע פעלות וואס ער טוט אין די אמונה וואס ער האט, זאל זיך נישט סותר זיין איינס דעם אנדערן, צו דעם דארף מען זיך זייער אסאך צוגעוואוינען אין זייער אסאך לערנען בהתמדה וואס צו דעם איז נתחבר געווארן זייער אסאך ספרים, אין ס'איז געזאגט געווארן זייער אסאך מיינונגען מיט טיפע פארשטאנד אין די אלע מחברים האבן מסקים געווען אז די וועג אויסצוהיילען די מדות איז צו פארמערן אין די מיסקייט פון גיין נאך די אייגענע נטיעות פינעם מענטש דאס איז איין זייט, פון די אנדערע זייט מעורר צו זיין די געוואלדיגע חוב פון צי הערן די געזעצן פון די תורה אין די געוואלדיגע עבירה פון עובר זיין אויפן באפעל פינעם באשפער וואס איז געשריבן אין זיין הייליגן תורה, דאס אז א מענטש זאל דערקענען די מיסקייט פינעם שלעכטס אין פין די אנדערע זייט דאס ווי ווייט ער זאל וויסן די חיוב פון אפהיטן די גיטע זאכן די צוויי זאכן אינאיינעם טוט צוברענגן די מענטש צים גיטן וועגן ער זאל גיין דערין אלע טעג.

אות ו' אבער דאס פארעכטן דאס הארץ דאס האט נישט קיין רפואה, נאר אז א מענטש וועט טון רעכטפארטיגע ווערג וואס ווערען געטון קודם מיט א געוואלדיגען כח פון זיך באצווינגען מיט א פאראויסדיגע הסכמה, און מיט פיל ווערג, גיטע ווערג, וואס ווערן געטון מיט א מורא'דיגע מלחמה מיט א שטארקייט קעגן דעם פרייען ווילען מיט דעם ווערט איבערגעדרייט די רצון פינעם הארץ פון שלעכטס צו גוטס, און דורך דעם קען א מענטש קונה זיין די גיטע זאכן מיט דעם וואס ער וועט זיך געוויינען איינמאל אין נאכמאל אויף תאוות און אויף די נטיעות פון זיין זעהל, אין צו טון מעשים דורך דעם וואס די תורה האט געהייסן און צוביסלך צוביסלך טיט ער זיך ציגעוויינען צו די גוטס, אז ער זאל שוין וועלען פון זיך אליין, אין דאס איז די וועג קונה צו זיין די גיטס מיטן געוואוינהייט און אויכעט די וועג קונה צו זיין די גיטס דורכן לערנען מיז אויך קימען מיט א מלחמה,קודם א מענטש זאל זיך פאניגן אין איבערוועגן זיין גליסטעניש צו זיין פריי, ווייל בדרך כלל וועט א מענטש נישט טרעפן הנאה און לערנען פלייסיג די ספרים וואס טוען פארמיסן די זיסע תענוגים פינעם מענטש, און די וואס צווינגען אים צו זיין אפגעשייד און באשיידן און זיי טיען אנהאלטן דעם מענטש דעם יונג מיט א מורא'דיגן שלאס קעגן ווילד-קייט
פעלט זיך אויס בהכרח זיך צו באניצן מיט פעסטע החלטה מ'גייט פלייסיג לערנען די תורה געצוויגענעהייט אפילו אקען די אזוי געריפענע טעמה
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!(איחוד פעלד)
אבער נאר די חוקי התורה קען אפמאכען ווער עס איז א מאלעסטער!!!

דער אשכול פארמאגט 39 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר