למעשה, האב איך בחירה?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4521 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8020 מאל

למעשה, האב איך בחירה?

שליחה דורך קאווע טרינקער »

[justify]היינט פרייטאג פארטאג'ס..
יתרו זאגט אין א טייטש-תהילים, און איז פארפלאנטערט ווי אזוי צו זעצען די ווערטער "כי לא א-ל חפץ, רשע אתה" (ווען נישט איך הער דאס פון דעם בחור (פון אליק-סאנדער ישיבה) וואלט איך דאס נישט געהאט ביכולת דאס צו פאבריצירען) משה געציל, דער וויזניצער, האלט נאך ביי יום ראשון, ער איז געשטראנדערט, ער קוקט און קוקט און וואונדערט זיך: "זעה איך גוט? די רעבע זינגט דאך "אברכה ה' בכל עת, תמיד תהילתו בפי", פון וואנענט נעמט דער תהילים-דרוקער רשות צוצולייגען "אברכה את ה' בכל עת?". הצד השוה שבהן, אלע זיכען צו מתקן זיין די חטאת נעורים.
שמעקעדיג און געפילטע האבן שוין אויסגעזאגט גאנץ תהילים, און שפאצירען אריין אין חדר הקאווע דבית מדרשינו וואו כ"ק אדמו"ר שותה קפה שליט"א ווארט זיי אפ מיט שמייכל: עס קומט מיר א.... איך בין א בעל שמחה... אה! מזל טוב! א יונגעל? א מיידעל? ניין ניין... פשוט א בעל שמחה. – אין שמחה כהתרת הספיקות... א ספק איז מיר נפשט געווארן, בזכות אבותי ורבותי. אזוי?! נו, טאקע א שמחה! ברוכשעם ברוכשעם... נאר שמחות ביי אידן.

--- די נייגער וואקסט. וואס איז געווען די ספק? וואס האט מכריע געווען דעם ספק?
נאך לאנג שטילע מינוטין, אד"ש טבל חצי קאצקע בקפתו, פתח פיו ושתה לגימה של קפה, ופתח ואמר:

מיין ספק איז געווען צו איך וועל מצליח זיין ארויסברענגען מיינע הארץ-מוח-קווענקעלנישן גענוג קלאר, אויף אן אופן וואס די ליינער זאלן ליינען; פארשטיין; טראכטען, און בעיקר: ענטפערען. – און די הכרעה, א גורל אין אגרות קודש, איז געפאלן אויף יא.

די שמועס באציעט זיך נישט בעניני ידיעה-ובחירה. איך דעבאטיר די תוקף פון בחירה זעלבסט.

דאס מערסטע פשוט'סטע אופן וויאזוי מ'האט אונז אויסגעלערט יסודות הדת, גייט בערך אזוי:
1) ה' איז כולו טוב, ודרך הטוב להטיב, ע"כ האט ער באשאפען בריאים כדי זיי גוטס צו טוהן.
2) כדי די שכר זאל נישט זיין ווייס-ברויט (נהמא דכיסופא) האט ה' באשאפן א יצר-הרע.
3) דער מענטש האט די בחירה, לטוב ולרע. ע"כ פארדינט ער זיין פּרי-ערווארטעטע שכר.

זענען די 3 זאכן מיסודי הדת? און "האמונה הישראלית" שרייבט א. קורמאן ז"ל אז די רעיון שטאמט פון חכמי אומות העולם. ער טענה'ט, און מיט רעכט: אויב האסטו באקומען תורה ומצות פון דער בורא עולם, דיין בעל-הבית, דאן מוזטו דאס טוהן בכל אופן. דו ביסט זיינט, ער האט דיך געבויט, דו שטייסט איין ביי אים אינדערהיים. יא שכר נישט שכר, יא בחירה נישט בחירה, וואס איז דיר א חילוק פארוואס און פארווען? זייט ווען דארפסטו וויסען די חשבונות פון גאט? דו מיינסט נאך טאקע אז דו קענסט פארשטיין גאט? קיינמאל.

אגב, אנדערע שמועסן אויס ברייטער צו דער הכרח צו באשאפען א וועלט כדי מטיב צו זיין, נעמט אוועק פון די "בעל היכולת", דהיינו, ער דארף צו קומען צו "אנדערע" כדי צו קענען מטיב זיין. וואס די פשוט'סע תירוץ איז: יא, ער איז בעל היכולות, ער קען מטיב זיין אויך, און טאקע דערפאר האט ער באשאפען "זיין" וועלט.
איך וויל זיך בעיקר באציען אויף דעם א.ג. "בחירה". איך האב קשיות. – מיט פליישיגע אויגן וואלט איך געזאגט אז בחירה צווישען טוב ורע, איז נאר שייך באופן ווען איך בין גארנישט מפסיד צוליב מיין רע אויסווייל. און דאס קען זיין איינגעטיילט אויף דריי חלקים, איינס אויף-א-מאל. 1) אן הפסד וואס קומט פון ה' זעלבסט. 2) אן הפסד וואס קומט פון דעם מענטש אליינס. 3) אן הפסד וואס קומט דורך אנדערע מענטשען.

1) לאמיר טראכטן הויעך. האב איך א בחירה אריינצוטאנצען אין א פייער? קויפען און נישט באצאלען?
די תשובה אויף דעם ווענדט זיך וויאזוי מ'טיישט אפ דעם ווארט "בחירה", מיינט דאס די מעגליכקייט וואס דער מענטש קען טוהן, אדער מיינט דאס די אויסוואלען וואס איז פארגעלייגט פאר אים. – און קליין געלט. האט אן אמעריקאנער בירגער א בחירה צו פארקען ביי א פייער סטאנציע אריינגאנג? ער האב דאס מעגליכקייט, ער קען דאס דאס טוהן. אבער אויף דעם קומט א טייערע פרייז, און טאקע דערפאר איז דאס נישט קיין אויסווייל, ס'קומט נישט אין בייטראכט. אן אמת'ע בחירה איז נאר ווען ביידע סיי A און סיי B האבן די זעלבע תוצאה, לאמיר זאגן למשל, ס'שפעט ביינאכט, מ'קומט אהיים נאך א חתונה. דו שטעלסט דיך אפ פאר די רויטע לייט, דו ווייסט זיכער אז קיין קעמרע איז נישט דארט איינגעשטעלט, דיינע קינדער שלאפן (דארפ'סט נישט מורא האבן פון א שלעכטע חינוך וכו'). אין אזא פאל האסטו א בחירה, דו קענסט פעססען דעם לייט כאילו לא היה, ס'וועט אייך נישט אפעקטען כי-הוא-זה, זילטשט.
אבער אז פונקט שטייט דארט א פאליציי פארל (בדרך כלל איז דאס א פארל), און ס'איז שטארק מעגליך, אז דורכפארן דעם לייט וועט אייך קאסטען א מטבע, אויף אזא פאל, וואלט איך געזאגט: די מעגליכקייטן האסטו, אבער אין כלל "בחירה" גייט דאס נישט אריין.
איך מיין נישט דא צו זאגן, אז דער עונש "לעולם הבא" זאל אוועקנעמען די ריינע-בחירה, מיט די טענה, אז אויב באקומסטו אן עונש, דאן ביסטו געצווינגען צו זיין וואויל, און וואו איז די בחירה? - די סיבה דערפון איז, ווייל דאס אליינס, גלייבן אין שכר ועונש, איז אויך אין דיין בחירה, דו האסט דער ברירה צו האלטן אז דיינע נערישע מעשים מאכט נישט אויס פאר אזא גרויסע מלך מלכי המלכים, און ס'שווער צו גלייבען אז איך, קליינע ווערימעל, רעגט אויף כביכול. און אויף אזא פאל האסטו טאקע די ריכטיגע בחירה, ווייל ס'וועט נישט זיין אומאיינגענעמע תוצאות, ווארום דו גלייבסט דאך נישט אז ס'ווארט אייך אפ א מחנה פון שווארצע מלאכים. מצד שני האסטו די בחירה פון גלייבן אז מיט יעדע ראיה אסורה שאפסטו עולמות וואס זענען משפיע רע, און דיין קליינע פעולה דערגרייכט און ווירקט אויף די גאנצע באשעפעניש. - און טאקע וועגן דעם, ווערט נישט דיין בחירה ווייניגער, ווייל דאס אליינס איז אויך אפשינעל.

וואס מ'קען יא דן זיין, נניח אז ס'איז א פאקט, א מציאות, אז פון עסען נבילה ווערט דער מוח מטומטם. מ'פארלירט די שארפקייט פון טראכטן קלאר, למשל. אדער אז ווען מ'עסט חמץ אין פסח באקומט מען שרעקליכע בויך וויי - בלייבט איבער א בחירה צו עסען נבילה? חמץ? שווער צו זאגן אז יא, ווארום, איך צאל דערפאר א שווערע פרייז אויפן פלאץ?

יתכן אז אפילו די שלעכטע און שולדיג געפילען פון דעם חוטא זעלבסט, די ערשטע מאל פארשטייט זיך, איז אויך א נקודה וואס נעמט אוועק די בחירה. למשל: אז איך ווייס איז שיקען א טעקסט מסג אין שבת וועט מיר מאכן פילען ווי א פרעכע יונג. אדער עסען א ניסעלע אין חודש תשרי וועט מיר מאכן א יאוש געפיל, נישט צו ערווארטען א כתיבה וחתימה טובה בספרן של צדיקים גמורים. - האב איך א גלייכע בחירה?

צום לעצט, - 3) אן הפסד וואס קומט דורך אנדערע מענטשען. - איין סטעפ ווייניגער ווי דעם, אבער דאס מערסטע נוגע אל לבי. איך וויל פארשטיין הנהגת הבורא. לייג אוועק אלע חשבונות אין א זייט. איך פרעג אייך איין קשיא. האב איך דען די בחירה צו טוהן וואס איך וויל? א מכה! א מכה? א זעץ! א זעץ? א שטויס! א שטויס? א רעטאך! א שווארצע רעטאך.
די טייערע פרייז וואס מ'צאלט פאר טון - אדער אפילו פאר זאגן - וואס מ'וויל, איז אזוי גרויס און שווער. צווישען מיר און דיר, וואס האלט אונז - עכ"פ מיר - ביי אידישקייט (מיט אידישקייט מיין איך "אונזער אידישקייט" נישט די ארגינעלע) אויב נישט אביסל כיבוד אב ואם, און די קינדערלעך אינדערהיים.
איינע פון מיינע ידידים אמאל געווען On The Derech (אויכמיר א "דרך") און היינט Off האט מיר מגלה געווען אז ער האט ממש געווארט אויף זיין זיידענס פטירה. זיין זיידע, א מלחמה איבערלעבער, פלעגט זיך משעשע זיין מיט אים, ער האט ממש געפילט שלעכט צו לאזן זיין האר וואקסען בעוד זיין זיידע איז געווען בחיים.
אז א באמבע פלאצט אין בארא פארק, און איך בלייב אחד מעיר, מיינסטו טאקע אז איך וועל בלייבן א G&G קלייענט? איך וואלט געמאכט א יארד-סעיל און פארקויפט מיין גאנצע ספרים שראנק און איבערגעלאזט מיינע ספרים וואס ליגן אין טראנק פון קאר.

פון די אנדערע זייט, קומט דער מלאך מן השמים מיט א תשובה שלימה אונטערען קושען:

קאווע, שאלתך נתקבל. תבין ידידי, כי לחץ הזה מעשה ידי אדם הוא. אלקים ברא את האדם ישר, ובהמות בקשו חשבונות רבים.


איך האב צוריק געפרעגט: כן, כן, אבל באשר אני כאן, הלא אין לי הבחירה?[/justify]
Under influence

דער אשכול פארמאגט 247 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר