איז art א אידישע זאך?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות

Re: איז art א אידישע זאך?

הודעהדורך פאליטיקאנט » פרייטאג מאי 08, 2020 7:12 pm

Genrikh Yagoda
איז אויך געווען א איד מיט אסאך מאכט, און האט זאגאר געהאלפן סטאלין.

דערנאך האט עם סטאלין אליין געפארטיגט....


https://en.m.wikipedia.org/wiki/Genrikh_Yagoda
די בעסטע און שנעלסטע בראוזער מיט אן אריינגעבויטע עד בלאקירער!
https://brave.com
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 338
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 5:53 pm
האט שוין געלייקט: 136 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 322 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג מאי 10, 2020 1:04 am

פאליטיקאנט: וואס ס'איז אינטרעסאנט איז אז יאגאדא'ס נאכפאלגער, יעזשאוו איז אויך געווען א איד. זיין ווייב האט געהאט אן עכט יודישן נאמען. זי האט געהייסן חנה פייגנבוים. אפגעזעהן פון דעם פאקט אז ער איז געווען א גרויסער רוצח. ער אליינס האט געהרג'עט 100'טער מענטשן מיט זיינע אייגענע הענט. ס'איז אפילו דא א מעשה (עטליכע אזעלכע מעשה'לעך) אז די אידן (חב"ד'סקער חסידים) האבן געבאקן באהאלטענערהייט שמורה מצה. און די מרס. יעזשאוו/פייגענבוים איז געקומען עטליכע טעג פאר פסח און איינגעקויפט מצה פאר פסח. און דער נאכפאלגנדער הויפט פון די נ.ק.וו.ד. לאוורענטי בעריא איז אויך געווען א האלבער איד. ס'נישט אז ער איז געווען א קלענערער רוצח. זיי אלע האבן נאר געטון סטאלינ'ס שליחות...!

דער סאבזשעקט איבער קאמוניזם. און די ראלע וואס די אידן האבן געשפיעלט אין דעם. סיי אלס אנפיהרערס. און סיי אלס קרבנות איז זייער שטארק אינטרעסאנט. ס'וואלט כדאי געווען אויפצומאכן אן אשכול איבער דעם...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13641
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 15367 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8757 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג מאי 10, 2020 1:11 am

כ'האב מיך דערמאנט נאך אן אינטרעסאנטן פאקט איבער יאגאדא. וואס ס'ווייזט אז זיי אליינס זענען געווען אויב מ'קען זאגן קאנפיוזד. אדער אז זייער נפש איז געווען צושפאלטן...!

דער זעלבער הויפט פון די נקוו"ד יאגאדא וועלכער האט פארשיקט צום טויט צענדליגער טויזנטער מענטשן האט אויפגעמאכט יתומים הייזער פאר די קינדער פון די עלטערן וואס ער האט פארשיקט צום טויט. וואו מ'האט זייער גוט באהאנדלט די קינדער. מ'האט זיי געגעבן זייער גוט צו עסן. און שיינע קליידער. מיט טאויס. און טריפס. פארשטייצעך אז מ'האט זיי אויפגעצויגן אלס קאמוניסטן...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13641
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 15367 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8757 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק תורה און מחשבה

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Trendictionbot [Bot] און 3 געסט