דאס גליקליכע לעבן פון א מאמין

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
אךשמח
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 362
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2012 5:34 pm
האט שוין געלייקט: 89 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 215 מאל

דאס גליקליכע לעבן פון א מאמין

שליחה דורך אךשמח »

דער גלויביגער האט לכאורה פיל מער א רואיגער לעבן, ווען ער ווייסט אז ער לעבט מיט א ציל. א כופר קלערט אז מען דארף אריינכאפן וואס מער מען קען אויף די וועלט, ווייל נאך די פאר יאר וואס מען דרייט זיך אויף די וועלט, איז אלעס געענדיגט. דער מאמין פון די אנדערע זייט, אפילו ער קען זיין א זינדיגער און זיך נישט אפשטעלן פאר גארנישט, ווייסט ער אבער די וועלט איז בלויז א דורכגאנג.

ווען עס קומט א צרה אדער א שוועריגקייט אין לעבן, וועט דער מאמין דאס אפט אננעמען אלס דאס ביסל יסורים וואס ער מוז אפקומען אויף די וועלט כדי אנצוקומען לחיי העולם און קענען האבן די הנאה נצחי.

אויף יעדע זאך אין לעבן וועט דער מאמין האבן ווי אזוי עס אויסצוטייטשן.

דאס איז געזאגט געווארן נישט דווקא פאר א אידיש קינד. סיי וועלכע מאמין אין סיי וועלכע גלויבן וועט פארן פיל זיכערער ווען ער וועט זיך אנהענגען אין זיין אמונה.

דער איד, וואס זיין גלויבן איז דאך די ריינע אמונה וואס קומט גראד פון באשעפער וואס מען האט געהערט זיינע ווערטער ביים בארג סיני, האט עס נאך פיל גרינגער, אבער דאס וועלן מיר לאזן פאר א שפעטערע געלעגנהייט.

דער אשכול פארמאגט 51 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר