גשמיות און רוחניות בתורת הבעש"ט

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות

גשמיות און רוחניות בתורת הבעש"ט

הודעהדורך לולקע-ציבעך » מאנטאג יאנואר 14, 2013 7:14 pm

פאראן ביי אונז צוויי באקאנטע מושגים, וואס זענען אויבנאויף גרינג צו פארשטיין, אבער למעשה טראגן זיי א פיל טיפערן באדייט ווי דעם פשוט'ן טייטש. די צוויי ווערטער זענען, "גשמיות" און "רוחניות". גשמיות מיינט, ערדישע, פארגרעבטע, מאטעריאליסטישע זאכן; רוחניות, פון דער אנדערער זייט, רעדט פון גייסטיגס, "העכערס", דערהויבנס.

אויבנאויף זעט אויס אז די צוויי ווערטער זענען זייער פשוט און קלאר צו פארשטיין, און ס'איז נישטא וואס מוסיף צו זיין. למעשה אבער קען מען אפילו וועגן דעם פשוט'ן טייטש פון די ווערטער א סך זאגן. לאמיר אנהייבן טאקע מיט דעם פשוט'ן טייטש פון די ווערטער. וואס זענען זיי טייטש, גשמיות און רוחניות? אין פריערדיגן פאראגראף האב איך געגעבן א פשוט'ן טייטש פאר די ווערטער. אבער אפילו דער טייטש איז זייער לופטיג און כללית'דיג. אויב כ'וואלט זיך געשטעלט מאלן א בילד פון "ערדיש-פארגרעבט-מאטעריאליסטיש", וויאזוי וואלט עס אויסגעזען? פון רוחניות איז דאך אפגערעדט. רוחניות קען מען דאך נישט אנטאפן מיט די הענט, שוין אפגערעדט פון מגדיר זיין.

דער ענטפער איז אז גשמיות און רוחניות האבן טאקע נישט קיין פשוט'ן טייטש. עס ווענדט זיך שטארק פון וועלכן קוק-ווינקל, פון וועלכן פערספעקטיוו, מען קוקט. לאמיר דאס אילוסטרירן מיט א פשוט'ן ביישפיל: לופט - דאס מאטעריאל מיט וואס די גאנצע וועלט איז אנגעפילט און וואס האלט אונז אלע ביים לעבן. איז לופט רוחני אדער גשמי? איז אזוי: לופט איז זיכער מער דקות'דיג ווי ערד און שטיינער. זי איז אבער מאטעריאליסטיש, "געדעכט", אנטאפעוודיג, לגבי פוסט חלל, פשוט ליידיג פלאץ, וואס האט אין זיך אפילו קיין לופט אויך נישט. דער חלל אין די הויכע רוימען, אין ספעיס, האט קיין לופט אויך נישט. א מענטש קען דארט נישט אטעמען. אפילו רעדן צווישן זיך קען מען נישט. קול טראגט זיך דורך לופט. אז ס'איז נישטא קיין לופט, קען מען גארנישט הערן. אן אסטראנאט אין ספעיס קען זיך אויסגארגלען אויף די העכסטע טענער; אן טעכנאלאגישער הילף וועט אים קיינער אבער נישט הערן. אפילו ער זעלבסט וועט נישט זוכה זיין צו הערן די אייגענע שטימע.

קעגן ערד, איז לופט רוחניות'דיג. ערד איז אבער אויך נישט דווקא גשמי. ערד איז זיכער איידעלער ווי מאראסט אדער צעמענט. ערד איז נאטירליך. מען ניצט איר אלס שם הכולל פאר "נאטור": מוטער-ערד. ערד, ובכן, איז פארגרעבט לגבי לופט. לגבי זאכן וואס זענען נאך מער מגושם, איז ערד ריין, אפשר אפילו דערהויבן.

דאס זעלבע, חלל, ליידיג פלאץ, איז אויך נישט דווקא רוחני. קעגן לופט איז חלל דין און איידל. אבער חלל איז אויך נישט טרוקן פון גשמיות. די היינטצייטיגע וויסנשאפט ווייסט אז אפילו ליידיג פלאץ ווירבלט מיט אקטיוויטעטן אויף א מיקראסקאפישן שטאפל. עס וויברירן דארט אטאמס און סובאטאמישע זאכן אויף א ריזיגן פארנעם!

אפילו מלאכים, שרפים, הימל, "יענע וועלט", עולמות עליונים - די אלע ווערטער און באגריפן וואס מיר האבן, מחמת קוצר השגה, אריינגעשטעלט אין א שם הכולל "רוחניות", זענען אויך נאר רוחני פון אונזער ערדיש-מענטשליכן פערספעקטיוו. מען קען באקוועם זאגן אז פון אן עולם אצילות פערספעקטיוו איז עולם הבריאה גראב, געמיין, פארגרעבט, אז - פע...

לסיכום, "גשמיות-רוחניות" זענען תלוי אין דער מדריגת השגה פונעם רעדער און צוהערער.

דאס איז א כמו-הקדמה פאר מען הייבט אן רעדן פון גשמיות און רוחניות בכלל. ווען מיר געפינען אין חסיד'ישע ספרים אזעלכע זאכן ווי "הפשטת הגשמיות" און אנדערע מושגים פון דער משפחה, דארף מען פארשטיין אז דאס אלעס איז געזאגט געווארן פאר יעדן מענטש, אויף יעדער מדריגה, אין יעדן מצב. איבעראל איז פאראן גשמיות און רוחניות, און אייביג קען דאס רוחניות "ארויסגעקראצט", אויסגעטאן ווערן, ווערן פונעם גשמיות. אייביג און איבעראל וועלן אין יעדער זאך זיין ביידע קעגנגעזעצטע זאכן: גשמיות און רוחניות. ביידע קענען באטראכט ווערן ווי אבסטראקטע באגריפן - מושגים מופשטים - וואס קענען חל זיין אויף יעדער זאך, אויף יעדן מצב. עס וועט זיך אייביג ווענדן אין דער השגה פונעם יחיד.
כמעט אלעס וואס כ'שרייב האב איך געהערט, געלייענט, אדער געזען. איך געדענק אבער נישט וואס, וואו, און ווען. זאל די דעקלאראציע ברענגען גאולות לעולם.
באניצער אוואטאר
לולקע-ציבעך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 125
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 14, 2013 7:00 pm
האט שוין געלייקט: 76 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 424 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » מאנטאג יאנואר 14, 2013 9:59 pm

מסכים .אלעס אין די וועלט איז אזוי. גוט שלעכט ,קליין גרויס ,שיין מיעס, קלוג נאריש ,רייך ארעם.
איך ווארט אויפן המשך.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3802
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 4661 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1881 מאל

הודעהדורך נשמה יתירה » מאנטאג יאנואר 14, 2013 10:45 pm

"לסיכום, "גשמיות-רוחניות" זענען תלוי אין דער מדריגת השגה פונעם רעדער און צוהערער."
אבער וואס מיינט גשמיות? וואס מיינט רוחניות? וואס מיינסטו צו זאגן ווען די זאגסט אז גשמיות איז פארגרעבט? וואס מיינט פארגרעבט? וואס מיינסטו צו זאגען אז רוחניות איז עפעס העכער? העכער פין וואס?
נשמה יתירה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 129
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 13, 2013 8:22 pm
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל

הודעהדורך לולקע-ציבעך » דינסטאג יאנואר 15, 2013 6:04 pm

נולד מאוחר האט געשריבן:מסכים .אלעס אין די וועלט איז אזוי. גוט שלעכט ,קליין גרויס ,שיין מיעס, קלוג נאריש ,רייך ארעם.
איך ווארט אויפן המשך.

אלעס איז טאקע אלעס. "אלעס" איז לעולם איינס און די זעלבע זאך. אפילו גשמיות און רוחניות זענען לכאורה צוויי נעמען פאר דער זעלבער זאך.

און דאס איז אן אמת גמור, נאר נישט דאהי, אין דעם חלק הבריאה וואו ס'איז אונז באשערט געווארן צו פארברענגען עטליכע צענדליג יאר. דא איז פאקטיש פאראן אזא זאך ווי "דבר והפכו". דא, אינעם עולם העשי', זענען גשמיות און רוחניות יא צעטיילט אין צוויי מושגים. נאר וואס דען? זייער דעפיניציע איז נישט פארפרוירן, נאר "פלעקסיבל"', בייגעוודיג. ס'איז אנדערש פאר יעדן מענטש. געוואנדן אין דער מדריגה פון השגה, קענען די ווערטער מיינען פארשידענע זאכן. (ענליך צום "חוט השערה" שהקב"ה מדקדק בצדיקים. אויך דארט געפינען מיר דעם געדאנק אז אן עבירה פאר איינעם איז בכלל נישט קיין עבירה פאר א צווייטן. דאס זעלבע קען מען, מיין איך, זאגן לגבי "עבירה לשמה": פאראן א מקום, אן "עולם", וואו די זאך איז בפירוש א מצוה.)

איין אויסנאם איז פאראן. ס'איז דא איין פערספעקטיוו פון וועלכן גשמיות און רוחניות קענען קלאר און אבסעלוט פארטייטשט ווערן. און דאס איז: פון א קוק ווינקל וואס שטייט אינגאנצן "אינדרויסן" פון דער בריאה. "בריאה" איז כולל אלעס וואס איז נאר באשאפן געווארן, אריינגערעכנט "העכערע זאכן" וואס שטייען מחוץ אונזער השגה. יעדע זאך איז דאך נישט געווען פאר עס איז געווארן. אין דעם איז אריינגערעכנט אפילו דער מושג פון "מושג", די קאנצעפט פון "קאנצעפט", די בריאה פון "בריאה" - דער געדאנק אז עפעס קען בכלל באשאפן ווערן. במילא איז יעדע מין זאך פון וואס מיר ווייסן נאר צו זאגן אריינגערעכנט אינעם כלל פון "באשאף".

אבער פון דעם "חוץ-לבריאה" פערספעקטיוו זענען נישט פאראן אזעלכע זאכן ווי גשמיות און רוחניות בכלל. דארט, מחוץ דער בריאה, איז גארנישט פאראן אחוץ ריין פשטות - אחדות הפשוט. נישטא דארט אזא זאך בכלל ווי א זאך; שוין אפגערעדט פון דבר והפכו.

אבער דער דאזיגער מחוץ לבריאה קוק ווינקל איז אחד-יחיד-ומיוחד, אין סוף. מיר קענען דאס נישט באגרייפן; אפילו רעדן דערפון האט כמעט נישט קיין פשט, ווייל אונזערע השגות קענען בשום אופן נישט האבן די אחיזה אין "אין סוף". מיר זענען צוגעוואוינט אנצואווענדן די מושגים פון "אחד-יחיד-ומיוחד" און "אין סוף" כלפי דעם אויבערשטן. אבער דאס נעמט פון זיך פון דעם וואס אונזער השגה איז מוגבל, און "אין סוף" איז די ווייטסטע קאנצעפט פון וועלכער מיר קענען רעדן. דעם אויבערשטן קען מען נישט מגדיר זיין -- אפילו מיט אן אי-הגדרה.

נשמה יתירה האט געשריבן:"לסיכום, "גשמיות-רוחניות" זענען תלוי אין דער מדריגת השגה פונעם רעדער און צוהערער."
אבער וואס מיינט גשמיות? וואס מיינט רוחניות? וואס מיינסטו צו זאגן ווען די זאגסט אז גשמיות איז פארגרעבט? וואס מיינט פארגרעבט? וואס מיינסטו צו זאגען אז רוחניות איז עפעס העכער? העכער פין וואס?

איר האט מיך געמאכט טראכטן... איך ווייס נישט.
כמעט אלעס וואס כ'שרייב האב איך געהערט, געלייענט, אדער געזען. איך געדענק אבער נישט וואס, וואו, און ווען. זאל די דעקלאראציע ברענגען גאולות לעולם.
באניצער אוואטאר
לולקע-ציבעך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 125
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 14, 2013 7:00 pm
האט שוין געלייקט: 76 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 424 מאל

הודעהדורך נשמה יתירה » מיטוואך יאנואר 16, 2013 6:52 pm

אנטשולדיגט מיר פאר די שאלה, ס'איז נישט ח"ו לקנטר. אויף אן אמת, דו ווייסט נישט די טריקענע חילוק פין גשם ביז רוח? אדער דו ווייסט נישט די צוגעלייגטע געפילן פין 'פארגרעבט', און 'עפעס העכער'? איז נישט די טריקענע חילוק, מער גוש און ווייניגער גוש? וואסער איז גשמי און ווינט איז רוחני. משיב הרוח ומוריד הגשם. דארפען מיר, אויב אזוי, פארטייטשען די ווארט 'גוש'.

איז ריכטיג אז אייז איז מער דבר גוש ווי וואסער, אין וואסער איז מער דבר גוש ווי ווינט? איז נישט די חילוק פין אייז ביז וואסער, די פארפרוינע הארטקייט אירע, אז זי לאזט זיך ווייניגער רירען פין וויאזוי זי איז אויסגעשטעלט, ווי וואסער? איז די הארטקייט אין איר אוועקשטעל, און איר נישט זיך בייגען קיין זיז כל שהו פין וויאזוי זי איז אויסגעשטעלט, די סיבה פארוואס מיר רופען איר מער דבר גוש ווי וואסער? איז דאס אז וואסער לאזט זיך אויך נישט אזוי שפייען אין די קאשע אויף אזא פארנעם ווי ווינט, די סיבה פין אונזער זעהן אין איר מער "גושדיגקייט" ווי ווינט? ווינט איז דאך אוודאי מער בויגזאם ווי וואסער. כמעט וואס דו רעכענסט דיך נישט מיט איר לגמרי. איר כאראקטער איז אזוי בויגזאם אז דו קענסט פארגעסן אז זי עקזיסטירט בכלל. דו גייסט אהן מיט דיינע מעשים כאילו זי איז נישטא. דאס קענסטו נישט טון מיט וואסער.

אגב, ווינט איז נישט חלל. ווען עס בלאזט א ווינט מיינט דאס אז קליינע פיצענקע זאכען פליען מיט א אימפעט. די אלא אומזעבארע קלייניקע זאכען האבען דעם כלליותדיגען נאמען ווינט. אט די זאכען ריקען זיך פאר דיר און לאזען דיך פירען דיין טעגליכער ווירטשאפט כמעט ווי זיי וואלטען נישט געווען דא. גאר א שטארקע דערגרייכונג אין בויגזאמקייט.

איז דאס טאקע אמת אז לויט וויפעל א זאך איז אומרירבאר פין איר אוועקגעשטעלטקייט, אויף אזוי פיל הייסט זי מער דבר גוש? אויב יא, מיינט דאס אז ווי מער א זאך האלט זיך צו איינצעלנע הגדרות איז דאס מער גשם, אין ווי מער עס לאזט זיך טוישען אין איז ווייניגער מצמצום אין איר אוועקגעשטעלטע הגבלות איז עס אלס ווייניגער גוש.

קען מען אויב אזוי מיט אט די אפטייטש פין גשם און רוח גיין עד הסוף, אין זאגען אז דער רוחני ביותר מיינט מען דאס וואס האט בכלל נישט קיין הגדרה אין קיין שום גבול? בלי גבול, און אין סוף?

קען מען אויך זאגען אז דאס וואס מיר זאגען אז מיר ציען צו רוחניות מיינט בסך הכל אז מיר ווילען ארויסגיין פין אונזער פארשפארטקייט און פין אונזער צמצומים?

אויב א יעדעס מאל ווען מען האט מיך אויסגעלערנט א נייע ווארט אלס קליין קינד, האט מען מיר פארקלאפט די אמתע געפיל און עס איינגעצוימט אין דעם איינעם ווארט, אין דעם איינעם קאנצעפט. אויב אין די צייט וואס עס איז דא זיבען מיליאן פארשידענארטיגע שמייכלען, האט מען עס אלעס פארדעקט דורך געבן עס איין אויבערפלעכליכער שם הכולל "שמייכעל". האבען דאך אויב אזוי די אלע ווערטער אין קאנצעפטן מיך פארקלאפט, איינגעשפארט, און מצמצם געווען אין א קליין שאכטעלע. מען לאזט מיך נישט אריינאטעמען די פרייער עקסיטענץ אהן די אלע אייגן באשאפענע איינצוימינגען, הגדרות, און הגבלות. איז עס דאך פשוט קעגן מיין עכטער מציאות. קעגן מיין בלי גבולדיגער מציאות וואס איך בין געווען איידער איך האב טועם געווען פינעם עץ הדעת, איידער מען האט מיר געגעבן זעקס ווערטער אויסצדריקען די אהנע שיעור פארשידענארטיגע געפילן וואס איך האב פאר ליבע. אפי' דאס ווארט ליבע איז שוין אויך צופיל גערעדט, צופיל געטראכט, צופיל פילאזפירט. לאמיך זיין אהן שום קאנצעפטן ווי איך האב נאך גארנישט קלאציפירט אלס דאס און יענס, אלס איך און די, אלס דער און יענער. אפי' זאגען אז איך וויל 'אחדות' איז א פארשוועכונג פין אט דעם עכטען טיעפן בענקעניש צו מיין און דיין און אונזערע עכטער מציאות. אפי' אחדות איז שוין צופיל גערעדט. גענוג מיט די קלעפצעטליך. איך וויל אראפ מיט אלעס. אז מען דארף יא עפעס אן הגדרה זאל עס נאר זיין שלילי, 'אין', 'אין-סוף', בלי-גבול. זיי מיר נישט מסביר דאס וואס איך זיך מיט נאך מושגים, נאך נעמען. געב עס אזא נאמען וואס לאזט זיך גאר נישט זיין קיין נאמען. לאז זאכען אזוי ווי עס איז ביטע, אהן א נאמען. עס איז וואס עס איז, דאס איז די נאמען.

בסך הכל ווילען מיר פשוט פרייהייט פין די אלע גדרים אין צוימען? לאו דוקא. מיר באגענוגען זיך נישט מיט פשוט זיין פריי, מיר ווילען דוקא דעם געשמאק פין מעבדות לחירות. אבער לעת עתה וואלט איך געוואלט הערן וואס די זאגסט בנוגע אונזער עיקר געשפרעך, גשם און רוח.
נשמה יתירה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 129
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 13, 2013 8:22 pm
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל

הודעהדורך ברסלבער » מיטוואך יאנואר 16, 2013 10:17 pm

כ'בין אביסל צומישט דא.
אפשר קענט איר מיר זאגן אויף פלעין אידיש פון וואס מען רעדט דא?
ס'איז צו הויך פאר מיר.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
ברסלבער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2038
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 12:07 pm
האט שוין געלייקט: 4342 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4029 מאל

הודעהדורך נשמה יתירה » מאנטאג יאנואר 21, 2013 10:58 pm

ברסלבער, די פארשטייסט וואס עס באדערט פאר לילקע? ער האט לובש צורה געווען דורכ'ן זיך קורא שם זיין, לילקע ציבעך. די וואס ווייסען ווייסען אז דאס איז געווען א גאנגבאר ארטיקעל ביים בעש"ט ותלמידיו. רעדט מען דאך אויב אזוי פין א גשמיותדיגער פארגעניגען וואס דער בעשה"ק האט זיך משתעשע געווען. ווערט מאליו ערוועקט די שאלה מה חלק ללילקע ציבעך בבית עושי רצון השם? איז דען נישט די כלל גדול פינעם חובות הלבבות שער חשבון הנפש פרק ג - אינעם פינעף און צוואנציגסטען חשבון "וכבר אמר אחד מן החכמים: כאשר לא יתחברו בכלי אחד המים והאש, כן לא תתחבר בלב המאמין אהבת העוה"ז ואהבת העוה"ב, ואמרו: העוה"ז והעוה"ב כשתי צרות, כאשר תרצה האחת מהן, תקציף השנית". דעריבער האט ער געשפירט דעם אינערליכען געדרענג ביודעים אדער בלא יודעים אנצוהויבען זיין סאמע ערשטע סלאווא אויף דעם פארהייליגטען פונאנדערשייד פין גשם ביז רוח.
מיט זיין בארייכערטע [תרתי משמע] שפראך וויל ער אונץ געבען צו הערען אז גשמי ורוחני איז אזא מקרהדיגער הבדל, בכלל נישט עצמי עיין בדבריו המאירים. אין תוך גערעדט מיז איך זאגען אז כדי בעסער צו פארשטיין וואס ער זאגט דארף מען צוקומען צו מיינע ווערטער. א שטייגער ווי זאגען אז דער עכטער פארגעניגען פינעם לילקע ציבעך קען מען נאר מיטן נשמה יתירהדיקער צוגאנג. רש"י זאגט דאך שוין די אפטייטש פין נשמה יתירה. תענית כז: ד"ה נשמה יתירה - שמרחיבים דעתו לאכילה ושתיה. אין ביתר ביאר איז דאס דער הייליגער מגיד בספרו מדל"י אות כח- מסביר אז דער אייבערשטער האט דאך גאר א געוואלדיגען געשמאק אין פארגעניגען ווען דער מענטש האט א תענוג. ממילא ווען ער איז שורה אינעם מענטש ביתרון נשמה, שפירט דער מענטש גאר א שטארקען רצון צו תענוג. וואס ביים מענטש מאניפעסטירט זיך דאס מיט אכילה ושתיה.
דא האט איר די אותיות מחכימות "באתי לגני אחותי כלה אכלתי יערי עם דבשי. על דרך יותר ממה שהעגל רוצה לינק פרה רוצה להניק. ואלו היה אפשר שהפרה תשים את עצמה בתוך העגל כדי שיהיה לעגל יותר תאוה לינק היתה עושה זאת. ובשבת הנשמה יתירה בתוך האדם, לפיכך תאב לאכול יותר, כי הוא ית' כביכול שורה בתוך האדם. וזהו באתי לגני, ר"ל כשהוא ית' שורה בהאדם, אכלתי יערי עם דבשי, אפילו היער שאינו ראוי לאכילה, כביכול אף זה אכלתי. אף על גב דאצלו ית' לא שייך אכילה, מכל מקום יש תענוג כמו האב שמתענג על אכילת בנו".

האב איך דעריבער געפעדערט עוד נשמתי בי, איידער דעם ווי אבדה נפש, אין פרובירט מרחיב זיין דעם דיבור אינעם ענין.
אמת טאקע אז דיין נאמען איז מער נוטה צום ענין פין שמחה, אין נישט אזוי דעם ענין פין תענוג. דיין נאמען איז דאך ממש א שם נרדף צום מצוה גדולה להיות בשמחה תמיד, און לכאורה נישט צו עפעס גשמיותדיגע תענוגים. אויב וועסטו אבער אריינקוקען אין די ווערטער פינעם מגיד וועסטו זעהן אז עס איז בכלל נישט קיין אונטערשיד. אדרבא די מקור פין שמחה איז תענוג. ער זאגט אז די סיבה פארוואס מיט שמחה קען מען האבען דביקות בה' איז ווייל שמחה ברענגט ארויס אויפען אויבערפלאך די תענוג וואס דער מענטש האט. דהיינו, א יעדע שמחה האט דאך א סיבה. עפעס האט דער מענטש א פארגעניגען וואס דאס ברענגט אים צו פרייד. איז דאך רעכט צו זאגען אז שמחה איז א גילוי, אן ארויסברענג, פין עפעס א תענוג וואס דער מענטש האט נאר וואס געהאט. דאס ארויסברענגען אין זיין נפש דעם געפיל פין תענוג, דאס גופא איז גאר די גרעסטע מדריגה. ווייל אז א מענטש וואס איז איבערגענומען כל כולו במצב של תענוג, איז אינעם העכסטען מדריגה. א מדריגה פין קדוש בלא וא"ו. דאס הייסט א מדריגה וואס האט נישט קיין באגריף, תענוג איז א מדריגה וואס איז נאכנישט נמשך געווארען אינעם וועלט פין באגריפן אין קאנצעפטן. עס איז רוחני בלתי מושג. ער איז ממשיך ווייטער און זאגט אז נאר נאכדעם וואס דער מענטש איז שוין ארויס אביסעל פין זיין אין א כל כולודיגער מצב פין תענוג, דהיינו ער איז שוין נישט אין די מדרגה פין תענוג, גייט ער אראפ ממדריגה למדריגה ביז ער קומט אהן צו דעם סאך קלענערע מדריגה וואס רופט זיך רוח הקודש.
דא האט איר די אותיות מחכימות מדל"י אות רנט'
"ויש לומר על פי הירושלמי, למה נקראת בית השואבה שהיו שואבין משם רוח הקודש. ר"ל, מתוך שמחה של מצוה והדביקות שהיו להם זכו לרוח הקודש. והנה צריך לתת טעם לזה. הגם [שנאמר] והיה כנגן המנגן וגו', צריך להבין למה הוא כך. ויש לומר למשל השמחה באה אל האדם מחמת שהיה לו איזה תענוג גדול, או שנתבשר בשורה טובה והיה לו תענוג גדול מזה, או שראה איזה דבר שיש לו תענוג גדול, מדבר ההוא באה לו השמחה. נמצא מצינו שהשמחה נמשכת מעולם התענוג שהוא רוחני בלתי מושג. והוא עליון עד מאוד הנקרא קדש בלא וא"ו. ומשם נמשך למדריגת קדוש שהוא התפשטות הקודש בוא"ו, ומשם יורד ממדריגה למדריגה עד שבא לאדם רוח הקודש."
איז דאך אויב אזוי דער גאנצע חילוק פין דיין שמחה ביז לילקע'ס תענוג, א חילוק אין דרגות. דו ביסט אינעם דרגה פינעם תולדה פין תענוג, ער ווייטער, קאכט זיך ענדערש אינעם שורש וסיבה פין שמחה, וואס דאס איז דאך באמת די גאנצע מטרה פין זיין בשמחה אז מען זאל ערוועקען עפעס נקודות פין תענוג אין זיך.
פארוואס עפעס האט דער אייניקעל [דיין רבי] זיך געקאכט אין שמחה בשעה וואס דער גרויסער זיידע זיינער האט געקאכט אין תענוג, איז א שמועס פאר זיך. דער זיידע האט גערעדט דער פילאזאפיע פין דער זאך, דער אייניקיל האט גערעדט דעם פראקטישקייט. אמת תענוג, אבער וויאזוי תענוג? אויף דעם קומט די ווערטער אין ליקוטי מהר"ן תנינא אות כד- מצוה גדולה להיות בשמחה תמיד...ואפי' במילי דשטותא.. און אז עס איז דא שמחה איז דא תענוג, און תענוג איז דאך דביקות. פראקטישקייט ווי איידער די עמקות הפילוזאפיע שבו. דאס איז אבער א שמועס פאר זיך.
זענען מיר דאך אויב אזוי פין איין חדר, מיט איין מטרה= תענוג. ווערט דאך אויב אזוי די קשיא טאפעלט און טריפעלט. די קעגנזאץ פין תענוגים והנאות, לעומת דביקות בה' איז דאך איינגעבאקען אין אונז מיט די מאמעס מילעך, טא וויאזוי וועלען מיר זוכה זיין צו די אור פינעם הייליגען בעשה"ק, אין זעהן אז תענוג איז גאר די העכסטע מדריגה? מען רעדט דאך נישט דוקא פין א תענוג מכח א מצוה וכדו', דער הייליגער מגיד זאגט בכלל נישט אז די שמחה קומט פין א תענוג רוחני, אויסדריקלעך נישט. ער זאגט פשוט אז "השמחה באה אל האדם מחמת שהיה לו איזה תענוג גדול, או שנתבשר בשורה טובה והיה לו תענוג גדול מזה, או שראה איזה דבר שיש לו תענוג גדול, מדבר ההוא באה לו השמחה". עס איז דאך נישט ריכטיג צו פעלשעווען דברות קדשו. בלייבט דאך אויב אזוי איבער פאר אונז זיך אביסל מעמיק זיין אינעם גאנצען גרויסען בער וואס איז די געפערליכע פונאנדערשייד פין גשמי ביז רוחני.
דעריבער האב איך פרובירט אפצוטייטשען וואס איז דער עומק ההגדרה פין גשם- גוש, און וואס איז דער עומק ההגדרה פין רוח.
עי' לעיל בדברי אז איך בין צוגעקימען אז דער עכטער אפטייטש פין גשם איז 'שטארק מצומצם אין אירע הגדרות', נישט פריי אין אפען, אומבויגזאם. רוח איז מסמל בויגזאמקייט עד כדי כך אז ער לאזט זיך אזוי שטארק פין דיר אז די ווייסט אפי' קוים אז ער עקזיסטירט.
דאס איז לכאורה א וואזשנע דערהער אינעם הבנה פין גשם און רוח, פין גשמיות און רוחניות.
תורת הבעל שם איז דאך תורתו של משיח, תורתו של הגאולה. קען מען דאך נישט זיין נכשל אינעם ענין פין אומר דבר בשם אמרו מביא גאולה לעולם. דארף מען אויב אזוי מצטט זיין אפאר לשונות פינעם מדל"י, וואס שטייט אט די הגדרה פין גשמיות ורוחניות.
מדל"י אות רס"ז ”ונתרחבו לו הדיבורים עד מאוד, ונתמתקו הדינין. היינו מה שהיו מצומצמים לפניו בתחלה נעשה לו בהרחבה גדולה, בסוד נפשט מהגשמיות
מדל"י אות קע"ט "כל מה שמדבק עצמו אל עולם יותר עליון, בו תתפשט השגתו ואינו מצומצם כל כך. וכל מה שיתרחק יותר משורשו, שם התורה יותר מצומצמת... ומי שזוכה ורואה עולמות עליונים בעת עשותו המצות, דהיינו שמופשט מהגשמיות, כל א' לפי מדרגתו, יש לו יותר תענוג. לפי שכל מה שהוא יותר עליון הוא יותר רחב, ואינו בצמצום כמו כאן. וזהו שכר מצוה מצוה, ר"ל שבשכר המצוה שעושים בעולם הזה השכר הוא באותה מצוה עצמה בעולם עליון, ושם יש לו תענוג ממנה, לפי שכאן אין לו תענוג ממנה, לפי שהיא בצמצום ובלבוש כנ"ל"
איז דאך גאנץ קלאר אז די הגדרה פין גשמיות אין רוחניות איז מער מצמצום אדער מער הרחבה, כמבואר אין מיין פריערדיגע תגובה באריכות.
פין דארט האב איך געצויגען די מסקנה אז דער שפיץ רוחני איז דער אבסטראקטער נקודה פין קיין שום הגדרות בכלל. בלתי מוגדר, ובלתי מוגבל. הייסט עס אז דער גאנצער שפראך פין ציען צו רוחניות, איז א כסיפה און א בענקעניש צו מער הרחבה אין ארויס פין מיצר. ווי דער מגיד זאגט דאך, "ושם יש לו תענוג ממנה, לפי שכאן אין לו תענוג ממנה, לפי שהיא בצמצום". [וכמבואר בדבריו אז דאס איז תענוג]
דערנאך האב איך פרובירט מסביר זיין אביסעל פארוואס מיר ציען טאקען צו הרחבה אין ארויסצוגיין פין מיצר. מיט דעם וואס מיר זעהן אז אלע ווערטער אין באגריפן שפארען איין אונזער אמתע געפילען אין קליינע שאכטעלעך. מיר געבען כלליותדיגע נעמען פאר א יעדע הרגש וואס בעצם זענען יעדע איינע פין זיי רחבה מני ים. מיט דעם זענען מיר גורם אז די אלע אין שיעור הרגשים ווערן פארדעקט פין אונז און מיר שפירן דאס שוין כמעט נישט. דאס לעבן אינגאנצען אינעם עולם הדיבור און אינעם עולם המושגים, דער איבערגעטריבענע עסן פינעם עץ הדעת, האט אונז פארשפארט אין אט די מושגים. מיר לעכצען ארויסצוגיין דערפין.
מיר ווילען זיין ווי אדם הראשון קודם החטא. טיף באגראבען זענען מיר נאך טאקע דאס. אבער עס איז פארדעקט מיט אלע מינע ווערטער וואס האבען באגרענעצט דעם אייגענעם בלי גבול אנוזערע. פונקט ווי מיר פארשטייען אז א מענטש מיט געוויסע כוחות הנפש שפירט איינגעשפארט אין תפיסה אויב לאזט מען אים דאס נישט ארויסברענגען, אזוי איז בעצם יעדער מענטש איינגעשפארט אין די באגריפען, ווערטער, און שטחיות, וואס האבען צוגענימען די פרייהייט פין אונזער עכטע בלי גבולדיגע עקזיסטענץ.
די מענטשען וואס קענען דאך נישט אויסהאלטען אהן מגדיר זיין יעדע זאך האבען געמיזט געבן א נאמען פאר אט די בלי גבולדיגע אמת. זיי האבען דאס א נאמען געגעבן גאט. מיט דעם האבען זיי נעבעך אפגעטיילט פין זיך דעם פרייער עקזיסטענץ כאילו עס/ער איז עפעס אינדערויסען פין אונץ. כאילו דער בלי גבולדיגער עקזיסטענץ איז נישט אונזער מציאות. נישט וויסענדיג אז דער גאנצער גבול איז נישט מער ווי א פארקלאפטקייט און א צימצום פין אונזער פרייער און אפענער בלי גבולדיגער עקזיסטענץ. נישט כאפענדיג אז מען רעדט נישט פין צוויי זאכען, נישט פארשטייענדיג אז אחדות מיינט איינס און נישט צוויי.
מיט דעם האבען מיר פארשטאנען וואס גאט זאגט ווען ער באווייזט זיך, דהיינו ווען דער נקודה ווערט באלעבט אין אונז. למה זה תשאל לשמי, הער אויף צו בעטן א נאמען. געב נישט קיין נאמען פאר יעדע זאך, מיין גאנצע מציאות איז דוקא די 'נישט נאמען'. לאז די זאך זיין וואס עס איז. הוי"ה, אה-יה אשר אה-יה.
ברסלבער, זיי מיר מוחל, איך בין נאך נישט פליסיג מיטן פעדער. האפענטליך מה שלא יעשה השכל יעשה הזמן. ביטע קאמענטירען.
נשמה יתירה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 129
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 13, 2013 8:22 pm
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל

הודעהדורך ברסלבער » מאנטאג יאנואר 21, 2013 11:01 pm

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך ברסלבער אום דינסטאג יאנואר 22, 2013 11:00 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
ברסלבער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2038
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 12:07 pm
האט שוין געלייקט: 4342 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4029 מאל

הודעהדורך נשמה יתירה » מאנטאג יאנואר 21, 2013 11:04 pm

נאר בשמחה
נשמה יתירה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 129
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 13, 2013 8:22 pm
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל

הודעהדורך מוח שליט » מאנטאג יאנואר 21, 2013 11:35 pm

נשמה,
סאו גשמי מיינט מער מוגבל אין רוחני מיינט מער ברייט. א טיש אז אנדערש ווי א קאנצעפט פשוט ווייל דער טיש האט מער הגדרות. זייער אינטערסאנט. [כ'מיין ערענסט].
אבער די זאגסט דאך אויך אז מען דארף ארויסגיין פין צמצום. נו, דארף מען דאך לויט דיר אוועקגיין פין גשם אין פין תענוגי גשמיים, ניין? איז דאך לילקע ציבעך מיט זיין לילקע ציבעך נישט גערעכט?
בכלל, קענסטו אפשר מסביר זיין דיין מהלך, וואס איז די גרויסקייט פין תענוג. פארוואס איז דאס די גרעסטע דרגא? דאונט געט מי ראנג, איך האב גארנישט קעגען תענוג. אבער איך וויל הערען פארוואס די זעהסט אין תענוג דער שפיץ פין הרחבה אין אפענקייט? אויף אזוי ווייט אז עס איז אינדערויסען פין גדרים ומושגים.
למעשה זאגסטו אז בעשט איז אלל עבאוט פלעזשור. הממ... count me in :D
נו, וואס איז אייער מיינונג אויף דעם, רבותי?
מוח שליט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 493
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 10:24 pm
האט שוין געלייקט: 85 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 364 מאל

הודעהדורך נשמה יתירה » מיטוואך יאנואר 23, 2013 10:32 pm

מוח שליט האט געשריבן:נשמה,

די גאנצע בריאה איז צמצום. דאס איז דער חילוק פין נברא ביז בורא. בורא איז בלי גבול. נברא איז גבול. דאס שפילט זיך אפ ביי יעדען שטאפעל. אנגעהויבען בשמי מעל, די חילוק פין גאט ביז די בריאה, ביז הארץ מתחת, דער חילוק פין א דבר גוש וגשם, ביז א ווינט וואס בלאזט. זיי מוחל קוק אויבען די ביאור הדבר.
די ציור וואס דו רעדסט איז פין א טיש לעומת א קאנצעפט. דארט איז דאך פשוט אז א מחשבה איז דאך לאין שיעור מער בויגזאם ווי א טיש. א מחשבה קענסטו אין איין רגע ארויסנעמען פין דיין קאפ און ואיננו ער איז נישט דא מער. די מחשבה לאזט זיך בייגען לכל אשר יחפוץ יטנו, אין ער איז אפי' מוותר אויף דעם "חוץ מצא", ער לאזט זיך אינגאנצען אנטרינען ווערן אויך. משא"כ א טיש, איז קאי וקיים, קענסט אים נישט רירען פין זיינע פרינציפען. דאס וואס ער איז, לאזט ער זיך נישט אזוי שנעל טוישען, דו ווילסט אים צוהאקען באדארפסטו א האק. דו קענסט נישט מיט איין מחשבה'לע אים אוועקבלאזען, (ווי א ווינטעלע, א רוח). לא אתי מחשבה ומבטל מעשה. עס איז פונקט ווי די חילוק פין א ברייטע אפענער מענטש ביז א פארמאכטער קליינקעפיקער. א ברייטע מענטש האט א גאנצער אויסוואל וויאזוי ער איז און ווי ער געפינט זיך וכדו'. אין א געוויסע בחינה איז ער א פושט צורה ולובש צורה, ער איז נישט מוגבל צו איין מצב אדער צו איין הגדרה. ווידעראום א מצומצם איז מוגבל צו זיינע פאר הגדרות, דו קענסט אים נישט רירען. אזוי איז דער ענין פין יעדער זאך, מער ברייט איז ווייניגער מוגבל, ווייניגער מצמצום, ביז צוצוקומען צום דרגא פין התפשטות הגשם, דהיינו ארויס פין צימום לגמרי, ארויס פין סיי וואסארא הגדרה והגבלה, וואס דאס איז אחדותו יתב'.

איך האב א ביאור אויף דיין אנדערע שאלות אויך. אבער קודם זאג מיר צו עס אינטערסירט מיין גערעדעריי. איך וויל נישט זיין סתם ווי א קול קורא במדבר. עס קוקט אויס אז די שמחה פינעם ברסלבער האט אים געפירט צו בעסערע אין העכערע פלעצער. איז וויל איך וויסען צו דו ביסט נאך מיט מיר. וואס זאגסטו צו די נקודה. עס דאכט זיך מיר אז דאס איז גאר א שיינע נקודה.
נשמה יתירה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 129
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 13, 2013 8:22 pm
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל

הודעהדורך ברסלבער » מיטוואך יאנואר 23, 2013 10:59 pm

ווי איך האב פארשטאנען בתורת הבעש"ט לגבי דעם קעפל פונעם אשכול "גשמיות ורוחניות בתורת הבעש"ט" איז אז אזוי ווי דער באשעפער האט דאך באשאפן די גאנצע וועלט און ער איז יעצט אויך מחי' ומהוה די וועלט יעדע רגע, קומט אויס אז יעדע גשמיות'דיגע זאך איז באמת א רוחני, און דו קענסט אנקוקן יעדע זאך מיט צוויי ערליי אויגן, אדער קוקסטו אויף די גשמיות'דיגע זאך כמות שהוא, אבער מיט א טיפערן בליק זעהסטו אין די זאך דעם אייבערשטן, ווייל דער אייבערשטער איז עס דאך מחי', קומט אויס אז לויטן בעש"ט איז רוחניות וגשמיות איין און די זעלבע זאך, עס ווענדט זיך נאר ווי אזוי דו קוסט דערויף.
נאדיר א שטיקל יושר דברי אמת (קו' ראשון, י"ב) וואס איז זייער שיין מסביר דעם נושא.
וכל זה א"א להבין שיתדבק בלב אם לא נחשוב תמיד בבורא ית"ש בענין זה כמו אשר נצטוינו במצות האמונה ואהבה ויראה ואחדות אשר מצות האלה אין להם זמן רק הוא מחויב בהם כל ימי חייו בכל רגע לא יפסיק אפילו רגע וכמש"ה (דברים ד( ליראה את ה' כל הימים וגו' וכמ"ש הרמב"ם בה' יסודי התורה וביותר בס' חרדים מפורש היטב בזה, ונמצא אם נזכה לזה הדביקות להכירו היטב בלב זך לא כאשר כעת שמדומה לכל שמבין זה אבל אין זה בינה כלל, וההבנה היא שיראה זה בשכלו שכן הוא בודאי אפילו לא ראה ולא שמע משום אדם יבין בעצמו ע"י דביקות ומחשבות נפשו המחשבת תמיד בהשי"ת כי מי שאינו מחשב בהשי"ת תמיד אע"פ שמאמין בזה אעפ"כ אינו באמת כן מצוייר לפניו כי תמיד מצוייר העולם בלבו בלתי מחשבות השי"ת בלבו, אבל מי שאינו מחשב בעולם כלל רק בכל מה שרואה מחשב בהשי"ת שהדבר זה תלוי בו ובחשק גדול, וכאשר אמרתי משל ע"י ממי שמסתכל על בגדי אשה היפים מי שהוא דבוק בתאות נשים ח"ו אינו נותן לבו על ענין בגדי הרקמה והזהב רק תיכף לבו נופל על חמדת האשה שלובשת זה, ומי שאינו כן ולבו טהור מחמדה זו מסתכל כפשוטו על הבגד נמצא שניהם מסתכלים בדבר א' וכ"א מסתכל דבר אחר כן להבדיל באלפים בין הטומאה לטהרה בענין הקדושה מי שחושק תמיד להשי"ת כל מה שרואה בעולם רואה את השי"ת שכוחותיו מחיה את זה כמש"ה (נחמי' ט( ואתה מחיה את כולם משא"כ מי שאינו חושק להשי"ת במחשבתו אינו רואה כ"א הגשמי אע"פ שאם יזכרוהו וישאלוהו יאמר שהשי"ת מחיה את הכל אעפ"כ אין הוא דבוק בזה והבן היטב מן המשל הזה הדומה מאד לנמשל:
ונמצא אם נזכה לזה הדביקות נחשוב על עצמינו ג"כ כן כי אנחנו אין בלתי השי"ת שמחיה אותנו הוא המצוי וזולתו אין עוד, וזש"ה (שם שם( אתה הוא ה' לבדך אתה עשית וגו' ולכאורה אתה פעם ב' מיותר, אלא שהוא מאמר בפ"ע אתה הוא ה' לבדך ר"ל אין עוד בעולם רק השי"ת לבד כנ"ל בשם השל"ה, ואח"כ אמר דבר אחר אתה עשית וגו' וע"ז אמר משה להיות דבוק מאד בהשי"ת ומכיר זה מאד בהכרה גדולה, [וענין הכרה שאני כותב ובחו"ה כותב ג"כ כמה פעמים הכרתו החזקה או החלושה אבאר לך אי"ה ענין מלת הכרה להלן] אמר ונחנו מה ובכל אדם יש בחי' משה דהיינו השכל האמת שמתעורר בו לפרקים כמ"ש בגמרא [שבת ק"א א] משה שפיר קאמרת רק משה היה תמיד דבוק בשכל האמת ואנחנו לא נדע ואולי לפרקים כשתחול רוח ה' עלינו נוכל להבין זה כמבין מחט סדקית ונמצא כשנכיר זה שאנו כאין באמת ונדמה לנו שאין בעולם זולת השי"ת כמו קודם הבריאה אז יש להשי"ת כביכול תענוג האמיתי שמקוה מאתנו כדמיון האב ואם שמקווים להוליד בן ולשאתו על זרועם כך יש להשי"ת כביכול תענוג מבניו שבאים לזרועותיו ולנשיקה ולדביקה כנ"ל, וזה שאמרו [כתובות ה'] גדולים מעשה צדיקים יותר ממעשה שמים וארץ:
ואמר האלהי ר' דוב בער ז"ל מפני שבריאת שמים וארץ היה השתלשלות יש מאין ירידה מעליון לתחתון וצדיקים במעשיהם שמפשיטים את עצמן מגשמיות וחושבים בהשי"ת תמיד ורואין ומבינים ומדמים באמת שהוא כאלו היה אין כקודם הבריאה נמצא מחזירים מיש לאין, וזה יותר פלא להעלות מתחתון לעליון כמ"ש בגמ' [תענית כה א] ברחב"ד גדול הנס האחרון מן הראשון כי מן השמים מיהב יהבי משקל לא שקלי, וע"ז אמר הרב מו"ה מנחם מענדיל ז"ל י"ל הפסוק אומר [תלים צ'] אדני מעון אתה היית לנו וגו' ר"ל שהיינו אז היינו נשמתינו בהשי"ת קודם הבריאה רק תשב אנוש עד דכא ר"ל שהשי"ת השיב אותנו לדכדוכי שפלות ואח"כ ותאמר שובו בני אדם לשוב ולפשוט א"ע מחומריות להשיב להשי"ת במחשבתו כבראשונה:

לויט ווי ער איז מסביר מיינט התפשטות הגשמיות, אז ווען מען קוקט אן א גשמיות'דיגע זאך, אויב דער מענטש איז דבוק צום אייבערשטן, וועט אים דאס קוקן אויף די זאך גלייך דערמאנען פונעם אייבערשטן וואס איז עס מחי', און מיט דעם איז ער מפשיט די זאך מגשמיותו דורך זיין מחשבה.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
ברסלבער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2038
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 12:07 pm
האט שוין געלייקט: 4342 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4029 מאל

הודעהדורך נשמה יתירה » מיטוואך יאנואר 23, 2013 11:19 pm

אבער מיר ווילען דאך נישט סתם אזוי ניצען ווערטער. וואס מיינט דאס "דבוק אינעם אייבערשטער"? וואס מיינט דאס אז דער אייבערשטער איז מחיה יעדע זאך? אוודאי גלייבען מיר דערינען. אבער אין תוך גערעדט. וואס איז דאס וואס מיר גלייבען. ניץ נישט קיין נעמען, "אייבערשטער", "דבוק".
וואסארע גערעדעכטץ איז דאס אז דער אייבערשטער ליגט אין יעדע זאך? איז דאס סתם ווערטער, אדער קענען מיר עס באמת פארשטיין אין באלעבען?
נשמה יתירה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 129
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 13, 2013 8:22 pm
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל

הודעהדורך מוח שליט » דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 1:48 am

נשמה יתירה האט געשריבן:
מוח שליט האט געשריבן:נשמה,
סאו גשמי מיינט מער מוגבל אין רוחני מיינט מער ברייט. א טיש אז אנדערש ווי א קאנצעפט פשוט ווייל דער טיש האט מער הגדרות. זייער אינטערסאנט. [כ'מיין ערענסט].
אבער די זאגסט דאך אויך אז מען דארף ארויסגיין פין צמצום. נו, דארף מען דאך לויט דיר אוועקגיין פין גשם אין פין תענוגי גשמיים, ניין? איז דאך לילקע ציבעך מיט זיין לילקע ציבעך נישט גערעכט?
בכלל, קענסטו אפשר מסביר זיין דיין מהלך, וואס איז די גרויסקייט פין תענוג. פארוואס איז דאס די גרעסטע דרגא? דאונט געט מי ראנג, איך האב גארנישט קעגען תענוג. אבער איך וויל הערען פארוואס די זעהסט אין תענוג דער שפיץ פין הרחבה אין אפענקייט? אויף אזוי ווייט אז עס איז אינדערויסען פין גדרים ומושגים.
למעשה זאגסטו אז בעשט איז אלל עבאוט פלעזשור. הממ... count me in :D

די גאנצע בריאה איז צמצום. דאס איז דער חילוק פין נברא ביז בורא. בורא איז בלי גבול. נברא איז גבול. דאס שפילט זיך אפ ביי יעדען שטאפעל. אנגעהויבען בשמי מעל, די חילוק פין גאט ביז די בריאה, ביז הארץ מתחת, דער חילוק פין א דבר גוש וגשם, ביז א ווינט וואס בלאזט. זיי מוחל קוק אויבען די ביאור הדבר.
די ציור וואס דו רעדסט איז פין א טיש לעומת א קאנצעפט. דארט איז דאך פשוט אז א מחשבה איז דאך לאין שיעור מער בויגזאם ווי א טיש. א מחשבה קענסטו אין איין רגע ארויסנעמען פין דיין קאפ און ואיננו ער איז נישט דא מער. די מחשבה לאזט זיך בייגען לכל אשר יחפוץ יטנו, אין ער איז אפי' מוותר אויף דעם "חוץ מצא", ער לאזט זיך אינגאנצען אנטרינען ווערן אויך. משא"כ א טיש, איז קאי וקיים, קענסט אים נישט רירען פין זיינע פרינציפען. דאס וואס ער איז, לאזט ער זיך נישט אזוי שנעל טוישען, דו ווילסט אים צוהאקען באדארפסטו א האק. דו קענסט נישט מיט איין מחשבה'לע אים אוועקבלאזען, (ווי א ווינטעלע, א רוח). לא אתי מחשבה ומבטל מעשה. עס איז פונקט ווי די חילוק פין א ברייטע אפענער מענטש ביז א פארמאכטער קליינקעפיקער. א ברייטע מענטש האט א גאנצער אויסוואל וויאזוי ער איז און ווי ער געפינט זיך וכדו'. אין א געוויסע בחינה איז ער א פושט צורה ולובש צורה, ער איז נישט מוגבל צו איין מצב אדער צו איין הגדרה. ווידעראום א מצומצם איז מוגבל צו זיינע פאר הגדרות, דו קענסט אים נישט רירען. אזוי איז דער ענין פין יעדער זאך, מער ברייט איז ווייניגער מוגבל, ווייניגער מצמצום, ביז צוצוקומען צום דרגא פין התפשטות הגשם, דהיינו ארויס פין צימום לגמרי, ארויס פין סיי וואסארא הגדרה והגבלה, וואס דאס איז אחדותו יתב'.

איך האב א ביאור אויף דיין אנדערע שאלות אויך. אבער קודם זאג מיר צו עס אינטערסירט מיין גערעדעריי. איך וויל נישט זיין סתם ווי א קול קורא במדבר. עס קוקט אויס אז די שמחה פינעם ברסלבער האט אים געפירט צו בעסערע אין העכערע פלעצער. איז וויל איך וויסען צו דו ביסט נאך מיט מיר. וואס זאגסטו צו די נקודה. עס דאכט זיך מיר אז דאס איז גאר א שיינע נקודה.

נשמה,
דאס וואס די ביסט דן דא, דערמאנט מיך פין די שאלה פין dualism vs. monism. די גייסט אז די איינציגסטע חילוק פין פיזיקעל ריאליטי ביז מענטאל אין ספירטועל ריאליטי, איז נאר אין דיגרי אבער נישט אז עס איז אינגאנצען צויי אנדערע מציאותן. דאס איז טאקע מאניזעם אין נישט דואליזם. דאנט געט מי ראנג, איך האב נישט ליב ווען מען ענטפערט מיט נעמען אין מען זאגט אז "די מפרשים רעדן שוין דערוועגען". עס איז ביי מיר וויכטיג צו פרובירן פארשטיין אליינס אהנע לעיבעלס אין אהן ווארפען נעמען פין גרויסע פילאזאפען. אבער למעשה טראכט איך אסאך מאל, ווי אייגינטליך וועל איך אנקומען מיט די אלע חקירהלעך, הזמן יכלה והם לא יכלו. דאס איז וואס איך מיין צו ווייזען אז דאס איז א אויסגעדראשענע נושא.

מצד שני, פארשטיי איך אז אי אתה בן חורין להיפטר ממנו. למעשה איז דאך יעדע מחשבה אין הבנה וואס א מענטש האט אין טראכט, א פילאזאפישע געדאנק. [including but not limited to this very thought as well]. איז אויב אזוי דער טענה אז עס איז א שאד צו טראכטען פילוזופיע לכאורה א נישט ריכטיגע. מיר טראכטען אין פארמירען סיי ווי פילאזאפישע געדאנקען יעדען טאג אין יעדע מינוט. די חילוק איז נאר צו מען פארמירט די געדאנקען אבי געשאסען ווייל מיין רבי/טאטע/ביכל האט אזוי געזאגט, אדער מיר געבען עס די רעספעקט אין צייט עס קומט איר.

איך שיהיה, דיין פוינט וואס די ברענגסט ארויס אז די טייטש פין גשמיות ורוחניות נעמט זיך דאך פין די ווארט גשם ורוח, אין ממילא מיינט דאך דאס אז די בלשני לשון קודש זענען עפעס געווען נוטה צו מאניזם, איז אינטערסאנט. עס קען אבער זיין אז מען האט געניצט די שפרייך אלס שם המושאל.
עס איז טאקע מסתבר אז דער בעש"ט איז געווען אין די מאניסטישע חדר. ער האט דאך געהאלטען אז גשמיות ורוחניות איז אלעס איינס.
קומען מיר, אויב אזוי, צו צו דיין הגדרה. א הגדרה וואס די ברענגסט נאך פין זיין תלמיד דער מגיד. אז די חילוק איז, מער אדער ווייניגער הרחבה, מער אדער ווייניגער צימצום.
וויל איך אבער פארשטיין איז דען נישט דא זייער פינקטליכע נקודות פין הגדרות וואס מאכט א זאך גשמי אין וואס רוחני. קען מען דאס טאקע כולל זיין אין כלליותדיגער מושג פין "מער אדער ווייניגער מוגדר אדער מורחב"?

בלייב געזיכערט אז די ביסט נישט קיין קול קורא במדבר. נו, קען איך שוין אויך הערן וואס די זאגסט אויף די אנדער שאלות מיינער. קוק איך ענטפער בו ביום יעצט אין פריער. מאך נאר זיכער אז איך זאל נישט יעצט האבען דעי שאלה צו דיר. :)
נו, וואס איז אייער מיינונג אויף דעם, רבותי?
מוח שליט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 493
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 10:24 pm
האט שוין געלייקט: 85 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 364 מאל

הודעהדורך ברסלבער » דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 11:59 am

נשמה יתירה האט געשריבן:אבער מיר ווילען דאך נישט סתם אזוי ניצען ווערטער. וואס מיינט דאס "דבוק אינעם אייבערשטער"? וואס מיינט דאס אז דער אייבערשטער איז מחיה יעדע זאך? אוודאי גלייבען מיר דערינען. אבער אין תוך גערעדט. וואס איז דאס וואס מיר גלייבען. ניץ נישט קיין נעמען, "אייבערשטער", "דבוק".
וואסארע גערעדעכטץ איז דאס אז דער אייבערשטער ליגט אין יעדע זאך? איז דאס סתם ווערטער, אדער קענען מיר עס באמת פארשטיין אין באלעבען?

איך וועל מודה זיין על האמת אז איך נישט קיין פיליזאף, און איך בין נישט אזוי באקאנט אין פיליזאפיע, איך ווייס נישט וואסע מיינט מאניזם און דאוליזם, אבער אזוי ווי דער קעפל זאגט "בתורת הבעש"ט", און אין ספרי חסידות וקבלה בין איך יא באקאנט, האב איך זיך ערלויבט אריינצורעדן דא.

יעצט דאס וואס דו ביזט אזוי ברוגז פארן ניצן נעמען, פארשטיי איך נישט בכלל, ווי אזוי קען מען רעדן פון א זאך אן ניצן נעמען? (אריין אין "סיג לחכמה שתיקה" אשכול) דער אייבערשטער אליינ'ס רופט זיך מיט כמה וכמה נעמען אין די תורה, אויב ווילסטו רעדן פון א ענין מיזטו ניצן נעמען, אדער עכטע נעמען אדער געבארגטע נעמען, און אויב ווילסטו נישט רעדן, זיי שטיל און פארטיג.
כ'האב קיינמאל נישט געזעהן די נקודה - אזוי ווי דו שרייבסט עס אראפ – בתורת הבעש"ט, און אויך נישט בכלל אין די תורה, ביכער פון אנדערע רעליגיעס האב איך נאך דערווייל נישט געליינט, דער אייבערשטער זאל העלפן ווייטער.

דער אר"י הק' האט אונז מגלה געווען די סודות ווי אזוי די וועלט איז באשאפן געווארן, אז קודם איז אלעס געווען אין סוף, אן קיין אנהויב און אן קיין ענדע, און ווען דער אייבערשטער האט באשלאסן צו באשאפן די וועלט האט ער מצמצם געווען עצמותו כביכול צו די זייטן אז אינמיטן זאל בלייבן א חלל הפנוי, א ליידיגע פלאץ, וואס דארט האט ער באשאפן די אלע עולמות, אדם קדמון, אצילות בריאה יצירה און דער עולם העשי' ווי מיר געפינען זיך.
אבער פארשטייט זיך אז גארנישט קען נישט לעבן אן באקומען חיות פונעם אייבערשטן האט ער געמאכט קו, א שטריך וואס דורך דעם ציט די אלע עולמות זייער חיות פונעם אייבערשטן.
און דאס איז דער חילוק פון "ממלא כל עלמין" און "וסובב כל עלמין"
עיין כל זה בכתבי האר"י באריכות, כ'האב נאר געברענגט די תמצית און כ'האב גארנישט מחדש געווען.

יעצט איז געווען א מחלוקת צווישן דעם הייליגן בעש"ט און דער הייליגער גר"א וועגן דעם ענין פון חלול הפנוי אויב עס איז כפשוטו אבער נישט כפשוטו.
דער גר"א האט געהאלטן אז די חלול הפנוי איז כפשוטו, דער אייבערשטער האט זיך טאקע מסלק געווען לצדדין, און ער שיקט נאר אריין דאס חיות צו די מענטשן אינסייד די חלל.
דער בעש"ט האט געהאלטן אז עס קען נישט זיין כפשוטו ווייל דער אייבערשטער איז מלא כל הארץ כבודו, מען קען אים נישט אפטיילן פון די זאכן וואס ער האט באשאפן, און דערפאר האט ער געהאלטן אז די חלל הפנוי איז באמת נישט געשעהן, עס איז נאר בדמיון אזוי געשעהן, אבער באמת איז נישטא גארנישט אויסער דעם אייבערשטן.
און איך וועל עס בעסער מסביר זיין.
אזוי ווי א פאפעט שפיל, מען טוט זיך אן מענטשעלעך אויף די הענט און מען ווייזט ווי איינער קומט און איינער גייט איינער רעדט און איינער טאנצט, און א קינד וואס זעהט עס ווערט אינגאנצן פארגאפט, די זעלבע כביכול האט זיך דער אייבערשטער פארשטעלט אין פאפעט'ס.
עס איז ווייטער נאר דא אין סוף, אבער ער האט זיך אנגעטוהן מיט לבושים, ער האט זיך פארשטעלט ווי א וועלט, ער האט זיך פארשטעלט ווי א טיש א באנק, א הויז א קאר, ווי דומם ווי צומח ווי חי און ווי מדבר, אבער אלעס איז ער אליינ'ס, ער פירט אלעס, ער מאכט אלעס.
דאס איז די ידיעה, און אויסער דעם איז דא א בחירה, אז יעדער מענטש קען זיך נאך אלץ אויסקלויבן צו ער זאל זיין וואויל אדער נישט, דאס איז די סתירת הידיעה והבחירה, וואס עס איז נישטא קיין געהעריגע תירוץ דערויף, אבער איך בין א נער און איך גלייב, ווייל דער אייבערשטער האט אזוי געזאגט.

לפי זה קומט אויס אז גשמיות ורוחניות געפינט זיך אינעם מענטש'ס מח, אויב קוקט ער אויבערפלעכליך אויף די וועלט זעהט ער די גשמיות'דיגע זאכן וואס מען זעהט אויף די וועלט, און עס זעהט אויס ווי אלעס פירט זיך בדרך הטבע, מענטשן קומען און גייען עס געשעהן זאכן וכו', אבער אויב ער איז "דבוק אינעם אייבערשטן" דאס מיינט אז זיין מח טראכט פונען אייבערשטן אזוי ווי כ'האב געברענגט פון יושר דברי אמת - "ונמצא אם נזכה לזה הדביקות להכירו היטב בלב זך לא כאשר כעת שמדומה לכל שמבין זה אבל אין זה בינה כלל, וההבנה היא שיראה זה בשכלו שכן הוא בודאי אפילו לא ראה ולא שמע משום אדם יבין בעצמו ע"י דביקות ומחשבות נפשו המחשבת תמיד בהשי"ת כי מי שאינו מחשב בהשי"ת תמיד אע"פ שמאמין בזה אעפ"כ אינו באמת כן מצוייר לפניו כי תמיד מצוייר העולם בלבו בלתי מחשבות השי"ת בלבו" - אזא מענטש, ווען ער זעהט עפעס, טראכט ער גלייך אז דער אייבערשטער איז באהאלטן אין די זאך, גראב גערעדט: "די זאך איז בכלל נישט קיין זאך, עס איז דער אייבערשטער אליינ'ס וואס האט זיך פארשטעלט אין די זאך".

און דערפאר איז דער עולם העשי' מער גשמי ווי די עולם היצירה א.א.וו. ביז אצילות וואס איז ממש רוחני, ווייל ווי ווייטער מיר זענען פונעם אין סוף (אין אונזער מח) אלץ מער זעהן זאכן אויס ווי גשמיות, אין עולם האצילות האט זיך דער אייבערשטער נישט אזוי שטארק פארשטעלט, און די ווייטערע עולמות האט ער זיך מער פארשטעלט, ביז אין אונזער עולם העשי' האט זיך גאר שטארק פארשטעלט, אז מען קען זיך דא דרייען גאנצע זיבעציג יאר, און בכלל נישט טראכטן אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט, אבער באמת איז מלא כל הארץ כבודו ולית אתר פנוי מיני', דער אייבערשטער איז איבעראל, און וואס מיר זעהן פאר די אויגן איז דער אייבערשטער אליינ'ס וואס האט זיך פארשטעלט ווי די זאך.

כ'האב מאריך געווען, אבער דאס וואס איך האב געשריבן איז גשמיות ורוחניות בתורת "הבעל שם טוב", און ווי כ'האב אנגעהויבן קען איך נישט פיליזאפיע ביכער, און נישט קיין אנדערע רעליגיע ביכער.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
ברסלבער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2038
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 12:07 pm
האט שוין געלייקט: 4342 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4029 מאל

הודעהדורך לולקע-ציבעך » דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 7:28 pm

נשמה יתירה האט געשריבן:אנטשולדיגט מיר פאר די שאלה, ס'איז נישט ח"ו לקנטר. אויף אן אמת, דו ווייסט נישט די טריקענע חילוק פין גשם ביז רוח? אדער דו ווייסט נישט די צוגעלייגטע געפילן פין 'פארגרעבט', און 'עפעס העכער'? איז נישט די טריקענע חילוק, מער גוש און ווייניגער גוש? וואסער איז גשמי און ווינט איז רוחני. משיב הרוח ומוריד הגשם. דארפען מיר, אויב אזוי, פארטייטשען די ווארט 'גוש'.

איז ריכטיג אז אייז איז מער דבר גוש ווי וואסער, אין וואסער איז מער דבר גוש ווי ווינט? איז נישט די חילוק פין אייז ביז וואסער, די פארפרוינע הארטקייט אירע, אז זי לאזט זיך ווייניגער רירען פין וויאזוי זי איז אויסגעשטעלט, ווי וואסער? איז די הארטקייט אין איר אוועקשטעל, און איר נישט זיך בייגען קיין זיז כל שהו פין וויאזוי זי איז אויסגעשטעלט, די סיבה פארוואס מיר רופען איר מער דבר גוש ווי וואסער? איז דאס אז וואסער לאזט זיך אויך נישט אזוי שפייען אין די קאשע אויף אזא פארנעם ווי ווינט, די סיבה פין אונזער זעהן אין איר מער "גושדיגקייט" ווי ווינט? ווינט איז דאך אוודאי מער בויגזאם ווי וואסער. כמעט וואס דו רעכענסט דיך נישט מיט איר לגמרי. איר כאראקטער איז אזוי בויגזאם אז דו קענסט פארגעסן אז זי עקזיסטירט בכלל. דו גייסט אהן מיט דיינע מעשים כאילו זי איז נישטא. דאס קענסטו נישט טון מיט וואסער.

אגב, ווינט איז נישט חלל. ווען עס בלאזט א ווינט מיינט דאס אז קליינע פיצענקע זאכען פליען מיט א אימפעט. די אלא אומזעבארע קלייניקע זאכען האבען דעם כלליותדיגען נאמען ווינט. אט די זאכען ריקען זיך פאר דיר און לאזען דיך פירען דיין טעגליכער ווירטשאפט כמעט ווי זיי וואלטען נישט געווען דא. גאר א שטארקע דערגרייכונג אין בויגזאמקייט.

איז דאס טאקע אמת אז לויט וויפעל א זאך איז אומרירבאר פין איר אוועקגעשטעלטקייט, אויף אזוי פיל הייסט זי מער דבר גוש? אויב יא, מיינט דאס אז ווי מער א זאך האלט זיך צו איינצעלנע הגדרות איז דאס מער גשם, אין ווי מער עס לאזט זיך טוישען אין איז ווייניגער מצמצום אין איר אוועקגעשטעלטע הגבלות איז עס אלס ווייניגער גוש.

קען מען אויב אזוי מיט אט די אפטייטש פין גשם און רוח גיין עד הסוף, אין זאגען אז דער רוחני ביותר מיינט מען דאס וואס האט בכלל נישט קיין הגדרה אין קיין שום גבול? בלי גבול, און אין סוף?

קען מען אויך זאגען אז דאס וואס מיר זאגען אז מיר ציען צו רוחניות מיינט בסך הכל אז מיר ווילען ארויסגיין פין אונזער פארשפארטקייט און פין אונזער צמצומים?

אויב א יעדעס מאל ווען מען האט מיך אויסגעלערנט א נייע ווארט אלס קליין קינד, האט מען מיר פארקלאפט די אמתע געפיל און עס איינגעצוימט אין דעם איינעם ווארט, אין דעם איינעם קאנצעפט. אויב אין די צייט וואס עס איז דא זיבען מיליאן פארשידענארטיגע שמייכלען, האט מען עס אלעס פארדעקט דורך געבן עס איין אויבערפלעכליכער שם הכולל "שמייכעל". האבען דאך אויב אזוי די אלע ווערטער אין קאנצעפטן מיך פארקלאפט, איינגעשפארט, און מצמצם געווען אין א קליין שאכטעלע. מען לאזט מיך נישט אריינאטעמען די פרייער עקסיטענץ אהן די אלע אייגן באשאפענע איינצוימינגען, הגדרות, און הגבלות. איז עס דאך פשוט קעגן מיין עכטער מציאות. קעגן מיין בלי גבולדיגער מציאות וואס איך בין געווען איידער איך האב טועם געווען פינעם עץ הדעת, איידער מען האט מיר געגעבן זעקס ווערטער אויסצדריקען די אהנע שיעור פארשידענארטיגע געפילן וואס איך האב פאר ליבע. אפי' דאס ווארט ליבע איז שוין אויך צופיל גערעדט, צופיל געטראכט, צופיל פילאזפירט. לאמיך זיין אהן שום קאנצעפטן ווי איך האב נאך גארנישט קלאציפירט אלס דאס און יענס, אלס איך און די, אלס דער און יענער. אפי' זאגען אז איך וויל 'אחדות' איז א פארשוועכונג פין אט דעם עכטען טיעפן בענקעניש צו מיין און דיין און אונזערע עכטער מציאות. אפי' אחדות איז שוין צופיל גערעדט. גענוג מיט די קלעפצעטליך. איך וויל אראפ מיט אלעס. אז מען דארף יא עפעס אן הגדרה זאל עס נאר זיין שלילי, 'אין', 'אין-סוף', בלי-גבול. זיי מיר נישט מסביר דאס וואס איך זיך מיט נאך מושגים, נאך נעמען. געב עס אזא נאמען וואס לאזט זיך גאר נישט זיין קיין נאמען. לאז זאכען אזוי ווי עס איז ביטע, אהן א נאמען. עס איז וואס עס איז, דאס איז די נאמען.

בסך הכל ווילען מיר פשוט פרייהייט פין די אלע גדרים אין צוימען? לאו דוקא. מיר באגענוגען זיך נישט מיט פשוט זיין פריי, מיר ווילען דוקא דעם געשמאק פין מעבדות לחירות. אבער לעת עתה וואלט איך געוואלט הערן וואס די זאגסט בנוגע אונזער עיקר געשפרעך, גשם און רוח.

הער, נשמה יתירה. (און ברסלב: אנטשולדיג מיר פאר'ן פארשפעטיגטן ענטפער. איך בין נישט געווען דאהי אין די לעצטע כמעט-צוויי וואכן.)

ווי איך פארשטיי, איז דער ענין אזוי. גשמיות און רוחניות זענען בעצם נישט קיין זיכערע, אבסעלוטע זאכן מיט קלאר-באשטימטע גרעניצן. דאס האב איך פרובירט קלאר מאכן אינעם ערשטן פאסט, מיט וועלכן איך האב געעפנט דעם אשכול. ביידע זענען רעלאטיוו, און ווענדן זיך אין דער השגה פון ווער אדער צו וועמען מען רעדט. דו ברענגסט א משל פון אייז און וואסער. אבער, ווי דו אליין זאגסט, איז דאס "שטרענגע", אומבאוועגליכע אייז א גשמי בלויז ביחס צום "פרייליכן", באוועגליכן וואסער. אייז פאר זיך און וואסער פאר זיך, ווען מיר שטעלן זיי נישט איינער קעגן דעם צווייטן, זענען נישט רוחני און נישט גשמי. דאס זעלבע איז מיט אלעם. א גוט שטיקל בשר בהמה איז אויך רוחניות לגבי א טויטן שטיין אינמיטן וואלד. דאס פלייש קען געגעסן ווערן אין א סעודת מצוה; א איד קען דערויף מאכן א ברכה מיט כוונה. ער קען מיט'ן כוח וואס דאס פלייש גיט אים דערנאך טאן נאך גוטע זאכן.

דער געדאנק וואס דו ברענגט לגבי גבולים און צמצומים איז זייער א שיינער. אבער, מען מוז דאך דערביי אבער געדענקען אז גבולים און צמצומים זענען מושגים וואס זענען אויך באשאפן געווארן. זיי זענען נכלל אין דער בריאה. דאס הייסט, אז אפילו אי-הגבלה, אפילו א מציאות פון זערא גבולים, איז אויך גשמיות, ביחס צו ברואים וואס זענען אינדרויסן פון אונזער עולם העשי', (כ'ווייס נישט וואס וואלט געווען א פאסיגער משל פאר אזא זאך. אפשר "שרפים" און "חיות הקודש"?) און בכלל נישט מוגבל ביי דעם מושג פון הגבלה. במילא, זע איך נישט וויאזוי מען זאל קענען קאטעגאריזירן גשמיות און רוחניות אפילו לויט דיין אזוי-ברייטער הגדרה. ווייל מען דארף דאך געדענקען אז דער בעש"ט און אנדערע ספרים ניצן גשמיות און רוחניות פאר ממש אלעם, אריינגערעכנט "העכערס" -- זאכן וואס זענען מחוץ די גבולים פון אונזער בריאה. לויט'ן בעש"ט קען מען מפשיט זיין יעדע זאך אלץ ווייטער און ווייטער עד אין סוף. "אין סוף" אליין איז שוין למעלה מהשגתינו פה בעולם העשי'. ניין?
כמעט אלעס וואס כ'שרייב האב איך געהערט, געלייענט, אדער געזען. איך געדענק אבער נישט וואס, וואו, און ווען. זאל די דעקלאראציע ברענגען גאולות לעולם.
באניצער אוואטאר
לולקע-ציבעך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 125
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 14, 2013 7:00 pm
האט שוין געלייקט: 76 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 424 מאל

הודעהדורך לולקע-ציבעך » דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 7:47 pm

נשמה יתירה האט געשריבן:ברסלבער, די פארשטייסט וואס עס באדערט פאר לילקע? ער האט לובש צורה געווען דורכ'ן זיך קורא שם זיין, לילקע ציבעך. די וואס ווייסען ווייסען אז דאס איז געווען א גאנגבאר ארטיקעל ביים בעש"ט ותלמידיו. רעדט מען דאך אויב אזוי פין א גשמיותדיגער פארגעניגען וואס דער בעשה"ק האט זיך משתעשע געווען. ווערט מאליו ערוועקט די שאלה מה חלק ללילקע ציבעך בבית עושי רצון השם? איז דען נישט די כלל גדול פינעם חובות הלבבות שער חשבון הנפש פרק ג - אינעם פינעף און צוואנציגסטען חשבון "וכבר אמר אחד מן החכמים: כאשר לא יתחברו בכלי אחד המים והאש, כן לא תתחבר בלב המאמין אהבת העוה"ז ואהבת העוה"ב, ואמרו: העוה"ז והעוה"ב כשתי צרות, כאשר תרצה האחת מהן, תקציף השנית". דעריבער האט ער געשפירט דעם אינערליכען געדרענג ביודעים אדער בלא יודעים אנצוהויבען זיין סאמע ערשטע סלאווא אויף דעם פארהייליגטען פונאנדערשייד פין גשם ביז רוח.
מיט זיין בארייכערטע [תרתי משמע] שפראך וויל ער אונץ געבען צו הערען אז גשמי ורוחני איז אזא מקרהדיגער הבדל, בכלל נישט עצמי עיין בדבריו המאירים. אין תוך גערעדט מיז איך זאגען אז כדי בעסער צו פארשטיין וואס ער זאגט דארף מען צוקומען צו מיינע ווערטער. א שטייגער ווי זאגען אז דער עכטער פארגעניגען פינעם לילקע ציבעך קען מען נאר מיטן נשמה יתירהדיקער צוגאנג. רש"י זאגט דאך שוין די אפטייטש פין נשמה יתירה. תענית כז: ד"ה נשמה יתירה - שמרחיבים דעתו לאכילה ושתיה. אין ביתר ביאר איז דאס דער הייליגער מגיד בספרו מדל"י אות כח- מסביר אז דער אייבערשטער האט דאך גאר א געוואלדיגען געשמאק אין פארגעניגען ווען דער מענטש האט א תענוג. ממילא ווען ער איז שורה אינעם מענטש ביתרון נשמה, שפירט דער מענטש גאר א שטארקען רצון צו תענוג. וואס ביים מענטש מאניפעסטירט זיך דאס מיט אכילה ושתיה.
דא האט איר די אותיות מחכימות "באתי לגני אחותי כלה אכלתי יערי עם דבשי. על דרך יותר ממה שהעגל רוצה לינק פרה רוצה להניק. ואלו היה אפשר שהפרה תשים את עצמה בתוך העגל כדי שיהיה לעגל יותר תאוה לינק היתה עושה זאת. ובשבת הנשמה יתירה בתוך האדם, לפיכך תאב לאכול יותר, כי הוא ית' כביכול שורה בתוך האדם. וזהו באתי לגני, ר"ל כשהוא ית' שורה בהאדם, אכלתי יערי עם דבשי, אפילו היער שאינו ראוי לאכילה, כביכול אף זה אכלתי. אף על גב דאצלו ית' לא שייך אכילה, מכל מקום יש תענוג כמו האב שמתענג על אכילת בנו".

זאגסט דאך אזוי גוט! די ווערטער קען מען דאך נישט געהעריג פארדייען אן א לולקע. (אלעקסיי? לויפזשע, ביטע, צום דערבייאיגן שטעטל און זע צי מ'קען באקומען אביסעלע טאביק. כ'בין אויסגעלאפן. איך וועל נישט קענען מיטפארן. אבער נאדיר מיין פאטשיילע. דו זעץ זיך אוועק מיט'ן ריקן צו די פערד, ווי תמיד, און ס'איבעריגע וועט שוין אליין געשען.)

נו, יעצט אז דער שטוב איז מיר פול מיט רויך, אזש דער קאמפיוטער סקרין איז מיר פארהויכט, לאמיר פרובירן פארשטיין: וואס איז טאקע פשט פון דעם מאכן אזא צימעס פון א תענוג גשמי? ווי שטימט דאס מיט די ווערטער פונעם חובת הלבבות? איז אזוי. "אהבת עולם הזה", לענ"ד, רעדט פון דער אהבת הגשמי שבעולם הזה. ווי מיר האבן אויבן געשמועסט, זענען בכלל נישט פאראן אזעלכע זאכן ווי אבסעלוט רוחניות און אבסעלוט גשמיות. ביידע קענען געזאגט ווערן אויף יעדער זאך און אין יעדן מצב. "עולם הזה" איז א מצב, נישט קיין טרוקענע, דעפינירטע מציאות. ווייל רוחניות עקזיסטירט דאך דא, יעצט, אין אונזער "גשמיות'דיגער" וועלט פון מענטשן, בלוט, פלייש, און מוגבלים.

"תענוג" איז א געוויסע מדריגה אין הנאה. תענוג און הנאה זענען באמת זייער פאראדאקסאל. פון איין זייט זענען זיי זייער דין-דקות'דיג -- כמעט וואס מען קען זיי נישט שילדערן אין ווערטער; פון דער אנדערער זייט, זענען א סך גורמים פון תענוג און הנאה דווקא גאר מגושם. דערפאר איז אין א וועג זייער שווער "ארויסצוקראצן" דעם רוחניות פון תענוג. דער לולקע ציבעך איז איין אזא מקור פאר תענוג וואס איז געווען אוועילעבל אין די ארעמע שטעטלעך פון יענע צייטן. דער בעש"ט, טראכט איך, האט דאס געניצט צו באקומען דאס הנאה-געפיל -- און דאס מפשיט זיין פונעם גשמיות.
כמעט אלעס וואס כ'שרייב האב איך געהערט, געלייענט, אדער געזען. איך געדענק אבער נישט וואס, וואו, און ווען. זאל די דעקלאראציע ברענגען גאולות לעולם.
באניצער אוואטאר
לולקע-ציבעך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 125
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 14, 2013 7:00 pm
האט שוין געלייקט: 76 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 424 מאל

הודעהדורך לולקע-ציבעך » דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 8:03 pm

ברסלבער האט געשריבן:איך וועל מודה זיין על האמת אז איך נישט קיין פיליזאף, און איך בין נישט אזוי באקאנט אין פיליזאפיע, איך ווייס נישט וואסע מיינט מאניזם און דאוליזם, אבער אזוי ווי דער קעפל זאגט "בתורת הבעש"ט", און אין ספרי חסידות וקבלה בין איך יא באקאנט, האב איך זיך ערלויבט אריינצורעדן דא.

יעצט דאס וואס דו ביזט אזוי ברוגז פארן ניצן נעמען, פארשטיי איך נישט בכלל, ווי אזוי קען מען רעדן פון א זאך אן ניצן נעמען? (אריין אין "סיג לחכמה שתיקה" אשכול) דער אייבערשטער אליינ'ס רופט זיך מיט כמה וכמה נעמען אין די תורה, אויב ווילסטו רעדן פון א ענין מיזטו ניצן נעמען, אדער עכטע נעמען אדער געבארגטע נעמען, און אויב ווילסטו נישט רעדן, זיי שטיל און פארטיג.

איך האלט ווי דו. די פענסי וויסנשאפטליכע נעמען רעפרעזענטירן בדרך כלל פשוט'ע קאנצעפטן פון וועלכע מען קען פונקט אזוי באקוועם שמועסן אויף א פשוט-וואכעדיגער שפראך. די וועלט איז היינט זייער סאפיסטיקירט און גלייכט שטארק סדר. דערפאר מוז יעדע זאך באקומען א נאמען, קאטעגאריע, סוב-קאטעגאריע, אא"וו. "מאניזם" און "דואליזם" קען מען פארטייטשן אין א ווארט (אויף וויפיל ס'איז אונז נוגע) על רגל אחת אזוי: רוחניות און גשמיות זענען בעצם צוויי דבר-והפיכו קאנצעפטן. מען קען זאגן אז די צוויי זענען יסודות'דיג צוויי אנדערע "זאכן" און קומען זיך בשום אופן נישט צוזאמען; אדער קען מען זאגן אז זיי זענען צוויי אספעקטן פון דער זעלבער זאך. ס'איז ענליך ווי, לאמיר זאגן, קאלטע און הייסע לופט. ביידע באשטייען פון ממש דעם זעלבן מאטעריאל. די סיבה פארוואס דאס איז קאלט און דאס אנדערע הייס האט צוטאן מיט דער ענערגיע (לאמיר נישט פארקריכן דא) אינעווייניג. אבער למעשה, אחרי ככלות הכל, פארמאגן ביידע די זעלבע "אינגרידיענטס". זיי זענען דבר והפכו פון איין זייט, אבער ממש די זעלבע זאך אויף אביסל א טיפערן שטאפל.

איך האב וואס צו באמערקן אויף די אנדערע נקודות, און וועל עס טאן אזוי שנעל ווי די (גשמיות-מוגבל'דיגע) צייט וועט מיר דערלויבן.
כמעט אלעס וואס כ'שרייב האב איך געהערט, געלייענט, אדער געזען. איך געדענק אבער נישט וואס, וואו, און ווען. זאל די דעקלאראציע ברענגען גאולות לעולם.
באניצער אוואטאר
לולקע-ציבעך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 125
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 14, 2013 7:00 pm
האט שוין געלייקט: 76 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 424 מאל

הודעהדורך נשמה יתירה » דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 10:59 pm

ברסלבר
בין איך דיר מחדש עפעס ווען איך זאג איז כולם בחכמה עשית מיינט חכמה לפני התחלקות? אז דאס איז די הבנה פין די אות י' וואס איז נאר א נקודה אהן קיין אורך רוחב וגובה. דהיינו עס האט נישט קיין שום הגבלה.? די האסט די נישט אנגעשטויסען אין אזעלעכע ענינים בשעת דיין לערנען חסידות? איך האב פריער אראפגעברענגט דעם מגיד לגבי תענוג. ער זאגט אז דאס איז די העכסטע מדרגה, און ער באניצט זיך מיטן לשון "רוחני בלתי מושג". די העכסטע מדריגה איז העכער פין אלע מינע מושגים. דער בעש"הק זאגט אז מלכות איז די דרגא ווי זאכען זענען ניכר פאר זיך דהיינו יעדע זאך איז קאנצעפט לעצמו. אחדות הפשוטה איז העכער אין פריער פין מושגים. נעמען זענען הגדרות. איך האב נישט קיין אהנונג וואס דו ווילסט מיט אנדערע רעליגיעס, לא עלי תלונותיך.
מיין שאלה צו דיר איז אבער בכלל נישט געווע די טיפע ענין פין בלי גבול אין בלי מושגים. עס איז פשוט געווען אז מען קען נישט זאגען דביקות בה' אז מען ווייסט נישט וואס מען מיינט דערמיט. מען קען אויך נישט זאגען אז דער אייבערשטער איז מחיה אלעס ווען מען ווייסט נישט וואס מען זאגט דא. עס איז דא א סיבה פארוואס קבלה ניצט די נאמען פין 'אין' אדער 'אין סוף'. ווען מיר רעדן פינעם אייבערשטען דארפען מיר וויסען וואס מיר מיינען.
קוק איבער וואס איך האב געשריבען וועסטו זעהן אז איך געב א שטיקל הבנה וואס מיר ווילען ווען מיר זאגען בלי גבול. וואס מיר מיינען צו זאגען אז אונזער פנימיות און די פנימיות פין די גאנצע בריאה איז אין סוף. און אז די אלא מושגים זענען נאר לבושים. און אז אט די טיפע בלי גבולדיגע פנימיות אונזערע, איז פארקלאפט, אין פארענגט דורך די אלע קאנצפעטן וואס געבן איר הגדרות והגבלות.
למשל א 10 יעריג קינד האט אהבה צום מאמען. דאס קינד האט באמת גאר א טיפע און ברייטע אהבה, אבער מיט זיין קינדיש שכל איז ער דאס מגביל אז ער האט ליב זיין מאמע וועגן די לאליס וואס זי קויפט אים. דאס הייסט גענימען א טיפע אין ברייטע נקודה אין עס פארהאקט אין פארענגט. מען קען פארשטיין אז במסתרי נפשו שפירט זיך די קינד עפעס נישט מסודר. ער האט דא א מעכטיגע געפיל פין אהבה אבער ער בלאקירט דאס פין זיך אליינס. די אהבה פין פנימיות נפשו איז גאר שטארק, אבער זיינע קינדישע הגבלות לאזען נישט אז עס זאל אים איבערנעמען.
דאס איז נאר א משל צום גאנצען מהות הפנימי אונזערע וואס איז בלי גבול.
בנוגע די סוד הצמצום פינעם אר"י ז"ל. לפי קוצר הבנתי זאגסטו עס נישט בדרך הבנה של חסידות. דער אייבערשטער האט זיך מצמצם געווען אין דאס גופא איז די בריאה. עס איז נישט די פשט אז ער האט זיך כביכול קליין געמאכט אין יעצט איז געווארען ליידיג פלאץ במקום החלל. דיין וועג פין פארשטיין קוקט עפעס אויס אז דער חלל איז קיים אהן דעם אייבערשטען ח"ו. נאר ביז יעצט האט ער עס אנגעפילט אין יעצט איז שוין דא פלאץ דארט.
סיכום הדבר זיי מיר מסביר בעסער וועלכען נקודה דו דינגסט דיך אין מיינע ווערטער, ביטע.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך נשמה יתירה אום פרייטאג יאנואר 25, 2013 2:40 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
נשמה יתירה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 129
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 13, 2013 8:22 pm
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל

הודעהדורך נשמה יתירה » דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 11:04 pm

דער געדאנק וואס דו ברענגט לגבי גבולים און צמצומים איז זייער א שיינער. אבער, מען מוז דאך דערביי אבער געדענקען אז גבולים און צמצומים זענען מושגים וואס זענען אויך באשאפן געווארן. זיי זענען נכלל אין דער בריאה. דאס הייסט, אז אפילו אי-הגבלה, אפילו א מציאות פון זערא גבולים, איז אויך גשמיות
בלי גבול מיינט דוקא אז עס האט נישט קיין שום מין גבול כלל וכלל. איז דאך דאס דער סאמע העכסטע דרגא. אמת דאס קען מען נישט משיג זיין ווייל השגה מיינט הגדרה. אין דא רעדט מען דאך פין בלי גבול. דערפאר טאקע זאגט די בעשה"ק אז דער אמת'ר אמונה איז דביקות. מיר האבען פשוט באלעבט אונזער נקודה פנימיות פין בלי גבול.
אויב אזוי איז דאך די אפטייטש פין בלי גבול אויסדריקלעך נישט גשמיות, לגמרי נישט.
נשמה יתירה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 129
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 13, 2013 8:22 pm
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל

הודעהדורך לולקע-ציבעך » פרייטאג יאנואר 25, 2013 2:55 pm

ברסלבער האט געשריבן:
נשמה יתירה האט געשריבן:אבער מיר ווילען דאך נישט סתם אזוי ניצען ווערטער. וואס מיינט דאס "דבוק אינעם אייבערשטער"? וואס מיינט דאס אז דער אייבערשטער איז מחיה יעדע זאך? אוודאי גלייבען מיר דערינען. אבער אין תוך גערעדט. וואס איז דאס וואס מיר גלייבען. ניץ נישט קיין נעמען, "אייבערשטער", "דבוק".
וואסארע גערעדעכטץ איז דאס אז דער אייבערשטער ליגט אין יעדע זאך? איז דאס סתם ווערטער, אדער קענען מיר עס באמת פארשטיין אין באלעבען?

יעצט דאס וואס דו ביזט אזוי ברוגז פארן ניצן נעמען, פארשטיי איך נישט בכלל, ווי אזוי קען מען רעדן פון א זאך אן ניצן נעמען? (אריין אין "סיג לחכמה שתיקה" אשכול) דער אייבערשטער אליינ'ס רופט זיך מיט כמה וכמה נעמען אין די תורה, אויב ווילסטו רעדן פון א ענין מיזטו ניצן נעמען, אדער עכטע נעמען אדער געבארגטע נעמען, און אויב ווילסטו נישט רעדן, זיי שטיל און פארטיג.

אן פרעגן רשות, וועל איך זיך נעמען די חוצפה און ענטפערן אנשטאט "נשמה יתירה". און אויב, נשמה'לע, דו פילסט זיך בא'עוולה'ט, זאלסטו וויסן אז דאס איז א נקמה פאר דעם אנגעזעצטן מצב אין וועלכן דו לאזט מיך איבער יעדן מוצאי שבת :)

די תועלת פון שפראך און ווערטער איז צו קענען קאמוניקירן, איבערגעבן א געדאנק אדער א נקודה פאר א צווייטן מענטש. די ווערטער זענען "כלים", מאס-מיטלען, אמצעים, פאר א מעסעדזש. צו געבן א שטיקל שפילעוודיגן משל: ווערטער זענען ווי א פּייפּ דורך וועלכן א מענטש גיסט אריבער אינפארמאציע צום שכל פון א צווייטן מענטש.

ווען איך מאך א סטעיטמענט ווי זיך "מדבק זיין אינעם אויבערשטן", האב איך באמת גארנישט געזאגט, און ווי דער פסוק זאגט: בלא בלא בלא. וואספארא אינפארמאציע האסטו מיר יעצט געגעבן? וואס דארף איך יעצט טאן? וואספארא מין באשעפעניש איז דער אויבערשטער? וויאזוי "קלעב" איך זיך צו צו אים? די ווערטער, "אויבערשטער" און "דביקות בה'", דארפן קאמוניקירן א מעסעדזש. עפעס דארף אריינקומען אין מיין שכל-השגה, וואס איז פריער נישט דארט געווען. אזוי לאנג ווי מיר זענען נישט אויפ'ן זעלבן פעידזש -- אזוי לאנג ווי מיר ווייסן נישט וואס איז דאס די זאך אין וועלכער איך וויל זיך צוקלעבן און צוטשעפענען, האבן מיר סתם ארויסגעווארפן ווערטער לבטלה. איך האב גערעדט און גארנישט געזאגט; דו האסט געהערט ליידיגע ווערטער וואס יחד כולם לא אמרו ולא כלום.

יא, מיר מוזן ניצן ווערטער, ווייל דאס איז דער מיטל וואס מיר האבן אויסצוטוישן אינפארמאציע. אבער קודם דארפן מיר האבן א השגה אין דעם מיין פון די ווערטער, און דערנאך קענען מיר זיי ניצן. דו רופסט זיי גוט אן, "געבארגטע ווערטער", ווייל וויאזוי מיר זאלן נאר נישט מפרש זיין דעם אויבערשטן און העכערקייט, וועלן מיר זיי נאר פארשטיין אזוי גוט ווי אונזער השגה דערלויבט אונז. אלוקית איז דאך אבער סך העכער און טיפער ווי מיר וועלן אמאל קענען פארשטיין. איז, זיי זענען טאקע "געבארגטע ווערטער", אבער אפילו געבארגטערהייט דארפן זיי פאָרשטעלן עפעס א ממשות'דיגן תוכן. אנדערש, איז דער גאנצער אזא שמועס סתם א ווערטערשפיל פארוויילונג: זיך ווארפן מיט מושגים סתם אין דער וועלט אריין.
כמעט אלעס וואס כ'שרייב האב איך געהערט, געלייענט, אדער געזען. איך געדענק אבער נישט וואס, וואו, און ווען. זאל די דעקלאראציע ברענגען גאולות לעולם.
באניצער אוואטאר
לולקע-ציבעך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 125
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 14, 2013 7:00 pm
האט שוין געלייקט: 76 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 424 מאל

הודעהדורך לולקע-ציבעך » זונטאג יאנואר 27, 2013 7:11 pm

ברסלבער האט געשריבן:יעצט איז געווען א מחלוקת צווישן דעם הייליגן בעש"ט און דער הייליגער גר"א וועגן דעם ענין פון חלול הפנוי אויב עס איז כפשוטו אבער נישט כפשוטו.
דער גר"א האט געהאלטן אז די חלול הפנוי איז כפשוטו, דער אייבערשטער האט זיך טאקע מסלק געווען לצדדין, און ער שיקט נאר אריין דאס חיות צו די מענטשן אינסייד די חלל.
דער בעש"ט האט געהאלטן אז עס קען נישט זיין כפשוטו ווייל דער אייבערשטער איז מלא כל הארץ כבודו, מען קען אים נישט אפטיילן פון די זאכן וואס ער האט באשאפן, און דערפאר האט ער געהאלטן אז די חלל הפנוי איז באמת נישט געשעהן, עס איז נאר בדמיון אזוי געשעהן, אבער באמת איז נישטא גארנישט אויסער דעם אייבערשטן.

און מיר, קליינע מענטשן, מיט א השגה וואס איז סך מער מוגבל פון ביידן, דעם בעש"ט און דעם גר"א, בלייבן נישט מיט קיין אנדערער ברירה ווי זאגן "אלו ואלו". די צוויי זעען טאקע אויס ווי א סתירה. אבער מיר האלטן דאך נישט דארט. קודם לאזן מיר פארשטיין די צדדים, און דערנאך וועלן מיר זען צי די צוויי קענען שטימען. (באין ברירה וועלן מיר אפירנעמען דעם אלטן, אויסגעפרואווטן "תיקו".)
כמעט אלעס וואס כ'שרייב האב איך געהערט, געלייענט, אדער געזען. איך געדענק אבער נישט וואס, וואו, און ווען. זאל די דעקלאראציע ברענגען גאולות לעולם.
באניצער אוואטאר
לולקע-ציבעך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 125
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 14, 2013 7:00 pm
האט שוין געלייקט: 76 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 424 מאל

הודעהדורך נשמה יתירה » זונטאג יאנואר 27, 2013 7:16 pm

שיין געענטפערט לולקע. .
דאס וואס דו ביסט מסביר בנוגע תענוג איז מיר נישט אזוי קלאר. לאמיתו של דבר, בין איך אויך נישט אינגאנצען קלאר אין די נושא. איך ווארט שוין אויפען טאג וואס איך וועל זיין קלאר דערין. ווייל עס קוקט מיר אויס אז אויב מען כאפט פונקטליך וואס דער בעשה"ק האט געמיינט בנוגע תענוג, וועלן מיר קענען באמת האבען אלע מיני תענוגים אויף די ריכטיגע אופן.
דא האסטו אפאר נקודות בענין תענוג לפי הבנתי בדרר הבעשה"ק. בכלל נישט אויסגעשטעלט אויף א גוטען סדר. ויה"ר שיהיה לתועלת.
זיין סתם אין א מצב תמידי פין נישט האבען קיין צער, איז בכלל נישט קיין תענוג. תענוג תמידי אינו תענוג.
ענג איז די מצב ווען מען גייט ארויס פין נגע. מען מיז האבען דעם נגע, און ארויסגיין דערפין, דאס איז תענוג. אין ענג בלא נגע.
דאס איז דער סיבת הבריאה. דער אייבערשטער וויל האבען כביכול א מצב פין חשך, און פין דארט ארויסגיין צו אור. נתאוה הקב"ה לעשות לו דירה בתחתונים. נעמען דעם תחתון שאין תחתון למטה הימנו, און דאס אויפהייבען, דהיינו ארויסגיין פין אט דעם ענגשאפט און פחיתות, אין כאפען דארט אויך דעם בלי גבול, וואס דאס מיינט א דירה פארען אייבערשטען, א דירה פארן בלי גבול. אין טאקע דוקא מתוך א מצב פין העדר דירתו, כדי צו האבען דעם יתרון האור הבא מתוך החשך.
א יעדער תענוג גשמי איז באמת א נקודה פין יציאה ממצר. דאס איזו וואס תענוג איז באיזה אופן שיהיה. גשמי רוחני, נישט קיין חילוק. צאמגעצויגענקייט קען זיך אויסשטעלען פיזיש אין עס קען זיך אויסשטעלען אין קאפ. אויפעפענען אט די צאמגעצויגענקייט איז תענוג רוחני וגשמי.
גשמי און רוחני זענען די זעלבע זאך נאר גשמי האט מער צימצומים. [מער גבורות, מער דינים]. סאיז פשוט נידריגער אינעם ראנג פין צאמגעצויגענקייט.
מיט ביידען איז מען מקיים דעם תכלית הבריאה ווען מען איז זיך מתענג. בלשון חז"ל זעהט מען ווען א איד איז בצער איז דער אייבערשטער בצער. עס איז פשוט אז מען רעדט אויך פין גשמיותדיגע צער. איז דאך מדה טובה מרובה, אז ווען א איד האט תענוג גשמי, האט דער אייבערשטער אויך תענוג. כענין ווי איך האב צוגעברענגט פינעם מגיד, בענין נשמה יתירה.
ווי גרעסער דער שפרונג איז אוועק פין נגע, אלץ גרעסער איז דער ענג. דעריבער איז די חכמה זיך צו דערברייטערן אין עפענען מער ווי פינעם גשמיותדיגער צאמגעצויגענקייט. עס איז בעסער צו גיין פין א גאר שטארקען גשמיותדיגער צאמגעצויגענקייט, צו א גאר ברייטע רוחניותדיגע אפענקייט. דעמאלט איז דער טויש סאך גרעסער. וואס דאס איז דאך די נקודה פין תענוג, דער טויש פין נגע צו העדר נגע.
ממילא, כאטש דער מכווין ווערט נתקיים מיט סיי וואסערע תענוג, איז אבער פשוט אז עס לוינט זיך צו גיין ווייטער און טיפער ווי גשמיותדיגער יציאה ממיצר. מען וויל ווי מער תענוג, דהיינו מער רוחני, און ווייניגער צימצום, וויניגער גשמי.
ביז אהער איז סתם די הבנה פין תענוג רוחני וגשמי.
דער בעשה"ק זאגט אבער אויך [תולדות יעקב יוסף שלח] "כי הנשמה אי אפשר לשמוח ברוחני עד שישמח החומר בגשמי. דער ענין ווערט דערמאנט אויך מיט א משל פין א מלך ששל אגרת לבנו, און ער האט אנגשיכורט די פויערן כדי ער זאל זיך קענען פרייען מיטן בריוו. והנמשל אז מען דארף מהנה זיין דעם חומר כדי די נשמה זאל קענען זיין בשמחה.
די הבנה אויף דעם בין איך נישט אזוי קלאר. אפשר איז די פשט אז מען קען נישט עפענען צימצום ג' איידער מען האט געעפענט צימצום ב'. דהיינו לויט ווי מיר פארשטייען אז גשמי איז פשוט מער צאמגעצויגענקייט ווי רוחני, איז דאך מובן אז מען קען פשוט נאר ארויסגיין קודם פינעם קלענערן מיצר און דערנאך פינעם גרעסערען. ייתכן אז אויב א מענטש טוט אנדערש, איז עס פשוט דמיון.
עס קען אויך זיין אז דער ביאור איז כענין הידוע מהבעשה"ק אז מען דארף האבען דעם תענוג גשמי כדי מעורר צו זיין ביי אונז די מדה פין תענוג. און פין דארט לאזט מען די מדה פארען ווייטער. דהיינו אז א מענטש איז אין א מצב פין התפתחות, פארט ער ווייטער און ווייטער דערמיט. דערפאר דארף מען קודם גשמי ווייל דארט איז ווי מיר זענען און דארט פאנגט מען אן, און מען גייט פין דארט ווייטער.
וואס זאגסטו?
סוף דבר, עס קוקט מיר אויס אז דער בעשה"ק האט מגלה געווען א וועג פין תענוג דא בגשמיות. נישט נאר מען מעג, נאר עס פעלט פשוט אויס. אמת דער יושר דברי אמת שרייט געוואלד אז עס איז נישט געמאכט פאר פשוטע מענטשען. אבער מיר מעגן פרובירען פארשטיין דאס, אפי' נאר להלכה ולא למעשה. וביותר אויב זענען מיר פין די מענטשען וואס פאקטיש קויפען מיר אייז קרעימס און עסען אין געשמאקע רעסטעראנען, אין נאך אנדער הנאות ותענוגים הרבה מאד, איז אפשר בכהאי גוונא יא וויכטיג מען זאל עס כאטש טון אויף א וועג וואס לויטען בעשה"ק איז דאס גאר די גאנצע מכווין הבריאה. ווער ווייסט אפשר קען דאס לעבען זיין צוקער זיס. ממילא פרעג איך אלע יודע דת ודין, אפשר איז דא א גיטע הבנה, און אויך א גיטע מהלך, וויאזוי צוצוקומען דערצו.
נאך אלעם, וואס זיכען מיר דען אלע טענות ומענות זענען דאך אז מען מאכט ענג און מען לאזט נישט האבען א געשמאק לעבען. איז דאך אפשר כדאי צו זעהן אונזער מסורה פינעם בעשה"ק. אפשר ליגט גאר דארט די תירוץ.
די פראבלעם אסאך מאל איז אז מענטשען וואס האבען נישט פארשטאנען האבען גענומען תורת הבעשה"ק און מהפך געווען הקערה על פיה.
נשמה יתירה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 129
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 13, 2013 8:22 pm
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל

הודעהדורך נשמה יתירה » זונטאג יאנואר 27, 2013 7:19 pm

לולקע-ציבעך האט געשריבן:
ברסלבער האט געשריבן:יעצט איז געווען א מחלוקת צווישן דעם הייליגן בעש"ט און דער הייליגער גר"א וועגן דעם ענין פון חלול הפנוי אויב עס איז כפשוטו אבער נישט כפשוטו.
דער גר"א האט געהאלטן אז די חלול הפנוי איז כפשוטו, דער אייבערשטער האט זיך טאקע מסלק געווען לצדדין, און ער שיקט נאר אריין דאס חיות צו די מענטשן אינסייד די חלל.
דער בעש"ט האט געהאלטן אז עס קען נישט זיין כפשוטו ווייל דער אייבערשטער איז מלא כל הארץ כבודו, מען קען אים נישט אפטיילן פון די זאכן וואס ער האט באשאפן, און דערפאר האט ער געהאלטן אז די חלל הפנוי איז באמת נישט געשעהן, עס איז נאר בדמיון אזוי געשעהן, אבער באמת איז נישטא גארנישט אויסער דעם אייבערשטן.

און מיר, קליינע מענטשן, מיט א השגה וואס איז סך מער מוגבל פון ביידן, דעם בעש"ט און דעם גר"א, בלייבן נישט מיט קיין אנדערער ברירה ווי זאגן "אלו ואלו". די צוויי זעען טאקע אויס ווי א סתירה. אבער מיר האלטן דאך נישט דארט. קודם לאזן מיר פארשטיין די צדדים, און דערנאך וועלן מיר זען צי די צוויי קענען שטימען. (באין ברירה וועלן מיר אפירנעמען דעם אלטן, אויסגעפרואווטן "תיקו".)

אויב איז דאס א זאך וואס מען קען זאגען דערויף תורה הוא וללמוד אני צריך, זאג איך אז בעניי פארשטיי איך דעם בעשה"ק מער ווי דעם גר"א. אויב מעג מען לערנען א תוס' אהן זאגען "קליינע מענטשען", איז דאך ה"ה כאן.
אה, דו זאגסט דאך אז מיר מעגן זעהן די צדדים און דערנאך גיין ווייטער. איז דאך גוט.
נשמה יתירה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 129
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 13, 2013 8:22 pm
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » זונטאג יאנואר 27, 2013 11:45 pm

מיר מענטשען זענען מוגבל פינטעל.
איז וואס איז רעדט מען דא ארום פון בלי גבול .ס'האט נישט קיין שייכות מיט אונדז , מיר פארשטייען דאס נישט. אפי' די ווערטער ''בלי גבול' איז אויך ביי אונדז א 'זאך' וואס האט נישט קיין גבול. א זאך איז שוין ווייטער נישט גערעט צים זאך. ווייל מיר פראבירן צי רעדן פון נישט זאכן.
)מיין נישט זאכן איז א זאך)
במילא לאמיר זיך נישט ברעכן קאפ מיט זאכן וואס האט נישט צי אונדז קיין שייכת.
איך פרעג נאר ,כ'האב נישט קיין אנונג וואס מ'רעדט דא.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3802
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 4661 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1881 מאל

נעקסט

גיי צוריק תורה און מחשבה

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Majestic-12 [Bot] און 3 געסט