גוטע ווערטער בפרשת השבוע

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות

גוטע ווערטער בפרשת השבוע

הודעהדורך בן תמליון » דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 12:35 pm

איך האב געטראכט עס וואלט געווען פאסיק אן אשכול ווי דער עולם זאל שרייבן גוטע ווערטער און תורות אויף די וואכעדיקע סדרה. מיר אלע ביים שבת טיש ווילן זאגן א גוט ווארט פאר די קינדער צו אין ביהמ"ד אדער פארברענג. נא זאל מען קענען קומען דא אין שטיבל נאשן א גוט ווארט.
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1455
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1535 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1868 מאל

הודעהדורך בן תמליון » דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 12:38 pm

"ולא קרב זה אל זה כל הלילה"

ולא קרב זה אל זה, ווען אידישע קינדערלאך זענען נישט איינער מיטן אנדערן באחדות מען איז צושפליטערט. איז כל הלילה אינגאנצן נאכט און פינסטער. (לעכוויטשער)
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1455
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1535 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1868 מאל

הודעהדורך בן תמליון » דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 12:44 pm

"ה' ילחם לכם" גאט וועט אייך געבן ברויט. טייטשט דער רבי ר מאיר פרעמישלאנער, אבער "ואתם תחרישון" איר גייט אקערן.
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1455
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1535 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1868 מאל

הודעהדורך בן תמליון » דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 1:28 pm

"ותען להם מרים שירו לה' כי גאה גאה סוס ורכבו רמה בים"

איז שווער פארוואס האט פונקט מרים אויסגעוועלט צו זינגען פאר די פרויען דוקא דעם פסוק פון די גאנצע שירה?

אט איז א גוט פשט: (געזען ערגעץ דא אנליין)

די ווייבער זענען געקומען צו מרים און געפרעגט מילא די מענער גייען האבן ריוח פון דעם יציאת מצרים זיי גייען מקבל זיין די תורה אבער וואס וועלן די פרויען האבן פונעם גאנצן עסק?

האט מרים געזאגט "סוס ורוכבו רמה בים" ווען די מצריים זענען נאכגעלאפן די אידן פארשטייט מען פארוואס זיי זענען באשטראפט געווארן אבער וואס זענען די פערד געווען שולדיק?

דער תירוץ איז דער פערד איז באשטראפט געווארן ווייל ער האט געפירט דעם רייטער די זעלבע וועלן די פרויען באקומען שכר פארן פירן און אינטערהאלטן די מענער.

דאס זאגט דער פסוק אין שיר השירים: כסוסתי ברכבי פרעה דימתיך רעיתי
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1455
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1535 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1868 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » פרייטאג יאנואר 25, 2013 1:13 am

א שיין שטיקל צל"ח אויפן ענין פון העלאת הניצוצות פון מצרים און דער איסור צוריק צוגיין אהין, און א שיינע טייטש אין ובאו האובדים וגו' וואס לכאורה וואלט געדארפט שטיין האבודים [כשה אובד?].
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3593
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7097 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7054 מאל

הודעהדורך יאיר » פרייטאג יאנואר 25, 2013 1:25 am

ייש"כ ונבנתה, א שיין ווארט. אינטערעסאנט אז דער חיד"א ברענגט אקוראט דעם זעלבן געדאנק, אז מען טאר נישט גיין קיין מצרים ווייל ס'איז שוין אויסגעליידיגט פון די ניצוצות. און מיט דעם פארענטפערט ער ווי אזוי דער רמב"ם און נאך גדולים האבן געמעגט אהינגיין, ווייל דעמאלט זענען שוין געווען נאך עבירות פון די אידן פון אלכסנדריא של מצרים וואס זענען אהינגעגאנגען שלא כהלכה, און מען האט ווידער געמוזט ארויסשלעפן די ניצוצות וואס זענען פארפאלן געווארן.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7887 מאל

הודעהדורך בן תמליון » פרייטאג יאנואר 25, 2013 11:41 am

כי אני ה' רופאיך

כי אני ה' דאס אז איר וועט וויסן אני ה איך בין גאט און שטיי אינטער אלעם, רופאיך וועט זיין דיין בעסטע רפואה אויף אלע ווייטאקן. (תורת אבות)

פקוד יפקוד אלקים אתכם

פקוד אז א איד א אויף א שוואכע מדריגה מלשון חסרון, יפקוד אלקים אתכם דאך האט אייך דער גאט ליב און רוהט צווישן אייך. (תפארת שלמה)


האט א לעכטיקן שבת זיסע ברודער.
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1455
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1535 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1868 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » דאנערשטאג מאי 30, 2013 11:22 pm

איך האב פריער געלערנט אביסל חומש, וועל איך מעלה זיין אפאר הירהורים, טאקע נישט קיין 'גוטע ווערטער', אבער אז עס שלאפט קען איך דאך אריינווארפן מיינע חלומות.

דער רמב"ן שרייבט אז דער סדר איז געווען צו שיקן נאר צוויי מרגלים, ווי עס איז געווען שפעטער ביי יהושע, אבער דער אייבערשטער האט געהייסן משה שיקן פון גאנץ כלל ישראל אז אויב זיי זאלן דורכפאלן '...שתהי' הגזרה שוה בכל העם', בבחינת We're all in this together.

-----

החזק הוא הרפה, זאגט רש"י אז ער האט זיי געגעבן א סימן אויף דעם, אויב זיצן זיי אין אפענע שטעט זענען זיי גיבורים וכו', אין נעקסטן פסוק שטייט דאך אבער בפירוש הבמחנים אם במבצרים? [לויט'ן אבן עזרא אז 'מחנים' איז מלשון מחנה, אז זיי וואוינען ווי די בעדואינער וואלט אפשר גוט געווען, אבער רש"י לערנט 'הבמחנים' אין אפענע שטעט אהן א חומה].

------

והימים ימי ביכורי ענבים, דער ספורנו לערנט פארקערט ווי מען פארשטייט לכאורה, עס מיינט אז די פירות זענען נאכנישט אינגאנצן פארטיג, און אעפ"כ האט זיך משה סומך געווען אויף זייער גוטסקייט.

------

די בני ענק האבן געוואוינט אין חברון - קרית ארבע, דער רמב"ן לערנט אז 'ארבע' איז דער נאמען פון א מענטש, ער האט געהאט א זוהן 'ענק', זיינע קינדער אחימן וכו' זענען געווען ילידי 'הענק', און על שמו האבן זיי געהייסן די ענקים.

------

רש"י: וישאהו במוט בשנים, ממשמע שנאמר וישאוהו במוט איני יודע שהוא בשנים? מה תלמוד לומר בשנים (סוטה לד.) בשני מוטות, הא כיצד? שמונה נטלו אשכול, אחד נטל תאנה ואחד רמון, יהושע וכלב לא נטלו כלום, עכ"ל.

איך האב די רש"י קיינמאהל נישט פארשטאנען, וישאוהו במוט איני יודע שהוא בשנים הייסט לכאורה איין מענטש ביי יעדע עק, איז ווי אזוי האט ער פלוצלינג אכט מענטשן ווען מען רעדט אז עס זענען געווען צוויי שטאנגען? פון דעם לשון 'הא כיצד, שמונה נטלו וכו' איז משמע אז דאס איז עפעס יעצט געווארן פארשטענדליך נאכ'ן מחדש זיין אז עס זענען געווען שתי מוטות, ווער עס וועט מיר עס מסביר זיין וועל איך איהם מכיר טובה זיין בבא.

-------

די מרגלים זענען צוריק-געקומען נאך פערציג טעג, זאגט רש"י אז ארץ ישראל איז ד' מאות פרסה אויף ד' מאות פרסה, חוץ פון דעם וואס בפועל איז אר"י ענדערש א רעקטעינגעל ווי א סקווער, האט דאך רש"י אליין געשריבן אויבן [ממדבר צין עד רחוב לבוא חמת] אז זיי זענען געגאנגען 'כמין גאם' וואס מיינט געווענטליך ווי א 'ך'?

-------

וילכו ויבואו, זאגט רש"י מקיש הליכתן לביאתן אז בשעת הליכה זענען זיי שוין געווען רשעים, איי אויבן זאגט רש"י כולם אנשים באותה שעה כשרים היו? מוז זיין אז בשעת שילוח זענען זיי נאך געווען כשרים, אבער בשעת הליכה שוין נישט, און פארדעם איז כלב געגאנגען קיין חברון מתפלל זיין באלד פון אנפאנג.

-------

אפס כי עז העם, פשוט טייטשט מען אפס 'אבער', דער רמב"ן שרייבט אז אפס איז מלשון גארנישט, אויסגעגאנגען, זערא, האפס לעולם חסדו, 'אבל רשעם במלת אפס, שהיא מורה על דבר אפס ונמנע מן האדם, שאי אפשר בשום ענין', דהיינו, דאס לאנד איז טאקע פיין אבער די אפשרות - די טשאנס אנצוקומען אהין איז זערא.

קען זיין אז אפס-אבער נעמט זיך טאקע פון דעם, פונעם אפס שבמספרים, אז נאכ'ן מקדים זיין א געוויסע זאך פרעגט מען עס אפ מיט אן 'אבער'.

-------

ויהס כלב, ויהס מיינט ער האט שטיל געמאכט, זאגט רש"י: כן דרך בני אדם הרוצה לשתק אגודת אנשים אומר שי"ט.

-------

ונהי בעינינו כחגבים וכן היינו בעיניהם, בשם קאצק [ווי מען זאגט אין פוילן]: וכן היינו בעיניהם איז א חלק פון די פראבלעם, וואס גייט דיר אהן ווי אזוי יענער קוקט דיר אהן?
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3593
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7097 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7054 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » פרייטאג מאי 31, 2013 1:14 am

ונבנתה העיר האט געשריבן:איך האב פריער געלערנט אביסל חומש, וועל איך מעלה זיין אפאר הירהורים, טאקע נישט קיין 'גוטע ווערטער', אבער אז עס שלאפט קען איך דאך אריינווארפן מיינע חלומות.

דער רמב"ן שרייבט אז דער סדר איז געווען צו שיקן נאר צוויי מרגלים, ווי עס איז געווען שפעטער ביי יהושע, אבער דער אייבערשטער האט געהייסן משה שיקן פון גאנץ כלל ישראל אז אויב זיי זאלן דורכפאלן '...שתהי' הגזרה שוה בכל העם', בבחינת We're all in this together.

די רשב"ם שרייבט אז די באשעפער האט נישט געוואלט ממנה זיין ווער די מרגלים זאלן זיין, אנדערש ווי ביי די נשיאים וואס ער האט יא ממנה געווען, ווייל מ'האט מכריז געווען אז ווער ס'וויל מרגל זיין זאל זיך מעלדן, ער האט געוואלט דרייסטע מענטשען זאלן זיך אליין אנטראגן, און פון די מענטשען וואס האבן זיך אנגערופן האט מען אויסגעוועלט צוועלף.

ונבנתה העיר האט געשריבן:ויהס כלב, ויהס מיינט ער האט שטיל געמאכט, זאגט רש"י: כן דרך בני אדם הרוצה לשתק אגודת אנשים אומר שי"ט.

דאס איז דאך געווען די פעיוורעט רש"י אין חדר, א גאנצע וואך האט מען קוים געווארט די רבי זאל עס פארלערנען.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6940
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5477 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7444 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » פרייטאג מאי 31, 2013 3:53 am

תניא פרק כ"ט:

אך עוד אחת צריך לשית עצות בנפשו' הבינונים, אשר לפעמים ועתים רבים יש להם טמטום הלב שנעשה כאבן ולא יכול לפתוח לבו בשום אופן לעבודה שבלב זו תפלה. וגם לפעמים לא יוכל להלחם עם היצר לקדש עצמו במותר לו מפני כבדות שבלבו, וזאת היא עצה היעוצה בזהר הקדוש, דאמר רב מתיבתא בגן עדן אעא דלא סליק ביה נהורא מבטשין ליה כו'. גופא דלא סליק ביה נהורא דנשמתא מבטשין ליה כו', פי' נהורא דנשמתא שאור הנשמה והשכל אינו מאיר כל כך למשול על חומריות שבגוף. ואף שמבין ומתבונן בשכלו בגדולת ה', אינו נתפס ונדבק במוחו כל כך שיוכל למשול על חומריו' הלב מחמת חומריותן וגסותן, והסיבה היא גסות הקליפה שמגביה עצמה על אור קדושת נפש האלהית ומסתרת ומחשיכה אורה. ולזאת צריך לבטשה ולהשפילה לעפר, דהיינו לקבוע עתים להשפיל עצמו להיות נבזה בעיניו נמאס ככתוב ולב נשבר רוח נשברה היא הס"א שהיא היא האדם עצמו בבינונים, שנפש החיונית המחיה הגוף היא בתקפה כתולדתה בלבו נמצא היא היא האדם עצמו. ועל נפש האלהית שבו נאמר נשמה שנתת בי טהורה היא, שנתת בי דייקא מכלל שהאדם עצמו איננו הנשמה הטהורה, כי אם בצדיקים שבהם הוא להפך שנשמה הטהורה שהיא נפש האלהית הוא האדם וגופם נקרא בשר אדם. וכמאמר הלל הזקן לתלמידיו כשהיה הולך לאכול היה אומר שהוא הולך לגמול חסד עם העלובה ועניה הוא גופו, כי כמו זר נחשב אצלו ולכן אמר שהוא גומל חסד עמו במה שמאכילו, כי הוא עצמו אינו רק נפש האלהית לבד כי היא לבדה מחיה גופו ובשרו, שהרע שהיה בנפש החיונית המלובשת בדמו ובשרו נתהפך לטוב ונכלל בקדושת נפש האלהית ממש בצדיקים. אבל בבינוני מאחר שמהותה ועצמותה של נפש החיונית הבהמית שמס"א המלובשת בדמו ובשרו לא נהפך לטוב הרי היא היא האדם עצמו, וא"כ הוא רחוק מה' בתכלית הריחוק, שהרי כח המתאוה שבנפשו הבהמית יכול ג"כ להתאוות לדברי' האסורים שהם נגד רצונו ית', אף שאינו מתאוה לעשותם בפועל ממש ח"ו רק שאינם מאוסים אצלו באמת כבצדיקים כמש"ל [פ' יב]. ובזה הוא גרוע ומשוקץ ומתועב יותר מבעלי חיים הטמאים ושקצים ורמשים כנ"ל, וכמ"ש ואנכי תולעת ולא איש וגו', [וגם כשמתגברת בו נפשו האלהית לעורר האהבה לה' בשעת התפלה אינה באמת לאמיתו לגמרי מאחר שחולפת ועוברת אחר התפלה כנ"ל ספי"ג].

ובפרט כשיזכור טומאת נפשו בחטאת נעורים והפגם שעשה בעליוני', ושם הוא למעלה מהזמן וכאלו פגם ונטמא היום ח"ו ממש, ואף שכבר עשה תשובה נכונה, הרי עיקר התשובה בלב, והלב יש בו בחי' ומדרגות רבות והכל לפי מה שהוא אדם ולפי הזמן והמקום כידוע ליודעים, ולכן עכשיו בשעה זו שרואה בעצמו דלא סליק ביה נהורא דנשמתא מכלל שהיום לא נתקבלה תשובתו ועונותיו מבדילים או שרוצים להעלותו לתשובה עילאה יותר מעומקא דלבא יותר, ולכן אמר דוד וחטאתי נגדי תמיד. וגם מי שהוא נקי מחטאות נעורים החמורים, ישים אל לבו לקיים מאמר זה"ק להיות ממארי דחושבנא, דהיינו לעשו' חשבון עם נפשו מכל המחשבות והדיבורים והמעשים שחלפו ועברו מיום היותו עד היום הזה אם היו כולם מצד הקדושה או מצד הטומאה ר"ל, דהיינו כל המחשבות והדיבורים והמעשים אשר לא לה' המה ולרצונו ולעבודתו שזהו פי' לשון ס"א כנ"ל [בפ"ו], ומודעת זאת כי כל עת שהאדם מחשב מחשבות קדושות נעשה מרכבה בעת זו להיכלות הקדושה שמהן מושפעות מחשבות הללו, וכן להפך נעשה מרכבה טמאה בעת זו להיכלות הטומאה שמהן מושפעות כל מחשבות רעות וכן בדבור ומעשה. עוד ישים אל לבו רוב חלומותיו שהם הבל ורעות רוח, משום שאין נפשו עולה למעלה וכמ"ש מי יעלה בהר ה' נקי כפים וגו', ואינון סטרין בישין אתיין ומתדבקן ביה ומודעין ליה בחלמא מילין דעלמא וכו' ולזמנין דחייכן ביה ואחזיאו ליה מילי שקר וצערין ליה בחלמיה כו' כמ"ש בזהר ויקרא [ד' כ"ה ע"א וע"ב] ע"ש באריכות.

והנה כל מה שיאריך בעניינים אלו במחשבתו וגם בעיונו בספרים להיות לבו נשבר בקרבו ונבזה בעיניו נמאס ככתוב בתכלית המיאוס ולמאס חייו ממש, הרי בזה ממאס ומבזה הס"א ומשפילה לעפר ומורידה מגדולתה וגסות רוחה וגבהותה שמגביה את עצמה על אור קדושת נפש האלהית להחשיך אורה. וגם ירעים עליה בקול רעש ורוגז להשפילה, כמאמר רז"ל לעולם ירגיז אדם יצ"ט על יצה"ר שנאמר רגזו וגו', דהיינו לרגוז על נפש הבהמית שהיא יצרו הרע בקול רעש ורוגז במחשבתו לומר לו אתה רע ורשע ומשוקץ ומתועב ומנוול וכו' ככל השמות שקראו לו חכמינו ז"ל באמת עד מתי תסתיר לפני אור א"ס ב"ה הממלא כל עלמין היה הוה ויהיה בשוה גם במקום זה שאני עליו כמו שהיה אור א"ס ב"ה לבדו קודם שנברא העולם בלי שום שינוי כמ"ש אני ה' לא שניתי כי הוא למעלה מהזמן וכו', ואתה מנוול וכו' מכחיש האמת הנראה לעינים דכולא קמיה כלא ממש באמת בבחי' ראייה חושיית.

והנה על ידי זה יועיל לנפשו האלהית להאיר עיניה באמת יחוד אור אין סוף בראייה חושיית ולא בחי' שמיעה והבנה לבדה כמ"ש במ"א שזהו שרש כל העבודה, והטעם לפי שבאמת אין שום ממשות כלל בס"א, שלכן נמשלה לחשך שאין בו שום ממשות כלל וממילא נדחה מפני האור, וכך הס"א אף שיש בה חיות הרבה להחיות כל בעלי חיים הטמאים ונפשות אומות עכו"ם וגם נפש הבהמית שבישראל כנ"ל מ"מ הרי כל חיותה אינה מצד עצמה ח"ו אלא מצד הקדושה כנ"ל, ולכן היא בטלה לגמרי מפני הקדושה כביטול החשך מפני האור הגשמי, רק שלגבי קדושת נפש האלהית שבאדם נתן לה הקב"ה רשות ויכולת להגביה עצמה כנגדה, כדי שהאדם יתעורר להתגבר עליה להשפילה ע"י שפלות ונמיכת רוחו ונבזה בעיניו נמאס, ובאתערותא דלתתא אתערותא דלעילא לקיים מ"ש משם אורידך נאם ה' דהיינו שמסירה מממשלתה ויכלתה ומסלק ממנה הכח ורשות שנתן לה להגביה עצמה נגד אור קדושת נפש האלהית, ואזי ממילא בטילה ונדחית כביטול החשך מפני אור הגשמי.

וכמו שמצינו דבר זה מפורש בתורה גבי מרגלים שמתחלה אמרו כי חזק הוא ממנו אל תקרי ממנו כו' שלא האמינו ביכולת ה', ואח"כ חזרו ואמרו הננו ועלינו וגו', ומאין חזרה ובאה להם האמונה ביכולת ה', הרי לא הראה להם משרע"ה שום אות ומופת על זה בנתיים, רק שאמר להם איך שקצף ה' עליהם ונשבע שלא להביאם אל הארץ, ומה הועיל זה להם אם לא היו מאמינים ביכולת ה' ח"ו לכבוש ל"א מלכי' ומפני זה לא רצו כלל ליכנס לארץ, אלא ודאי מפני שישראל עצמן הם מאמינים בני מאמינים, רק שהס"א המלובשת בגופם הגביה עצמה על אור קדושת נפשם האלהית בגסות רוחה וגבהות' בחוצפה בלי טעם ודעת, ולכן מיד שקצף ה' עליהם והרעים בקול רעש ורוגז עד מתי לעדה הרעה הזאת וגו' במדבר הזה יפלו פגריכם וגו' אני ה' דברתי אם לא זאת אעשה לכל העדה הרעה הזאת וגו', וכששמעו דברים קשים אלו נכנע ונשבר לבם בקרבם כדכתיב ויתאבלו העם מאד, וממילא נפלה הס"א מממשלתה וגבהותה וגסות רוחה, וישראל עצמן הם מאמינים, ומזה יכול ללמוד כל אדם שנופלים לו במחשבתו ספיקות על אמונה כי הם דברי רוח הס"א לבדה המגביה עצמה על נפשו, אבל ישראל עצמן הם מאמינים כו', וגם הס"א עצמה אין לה ספיקות כלל באמונה, רק שניתן לה רשות לבלבל האדם בדברי שקר ומרמה להרבות שכרו, כפיתויי הזונה לבן המלך בשקר ומרמה ברשות המלך, כמ"ש בזה"ק.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3593
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7097 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7054 מאל

הודעהדורך MickyMouse » פרייטאג מאי 31, 2013 6:15 am

ונבנתה העיר האט געשריבן:
רש"י: וישאהו במוט בשנים, ממשמע שנאמר וישאוהו במוט איני יודע שהוא בשנים? מה תלמוד לומר בשנים (סוטה לד.) בשני מוטות, הא כיצד? שמונה נטלו אשכול, אחד נטל תאנה ואחד רמון, יהושע וכלב לא נטלו כלום, עכ"ל.

איך האב די רש"י קיינמאהל נישט פארשטאנען, וישאוהו במוט איני יודע שהוא בשנים הייסט לכאורה איין מענטש ביי יעדע עק, איז ווי אזוי האט ער פלוצלינג אכט מענטשן ווען מען רעדט אז עס זענען געווען צוויי שטאנגען? פון דעם לשון 'הא כיצד, שמונה נטלו וכו' איז משמע אז דאס איז עפעס יעצט געווארן פארשטענדליך נאכ'ן מחדש זיין אז עס זענען געווען שתי מוטות, ווער עס וועט מיר עס מסביר זיין וועל איך איהם מכיר טובה זיין בבא.


איך האב אלץ פארשטאנען אז מען האט עס געהאלטן מיט 4 שטאנגן צוויי סעטס אף ראדס. ווי א טיק טאק טאוי.
איך האף אז ס׳קוואליפייד פאר די מכיר טובה בבא. (:
אמור מעט ועשה הרבה.
MickyMouse
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 162
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אפריל 06, 2013 10:30 am
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 70 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » פרייטאג מאי 31, 2013 4:08 pm

ביי מיר אין קאפ האב איך אויך אזא בילד, רש"י זאגט אבער אז עס זענען געווען צוויי מוטות.

אויב ווילסטו זאגן אז יעדע מוט איז א סעט פון צוויי, וואלט דאך רש"י געדארפט האבן פיהר מענטשן אין אנפאנג ווען ער האט געהאט איין מוט.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3593
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7097 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7054 מאל

הודעהדורך MickyMouse » פרייטאג מאי 31, 2013 5:49 pm

די תוספות רבינו חננאל זאגט טאקע אז עס איז געווען נאר צוויי שטאנגן, און פיר מענטשען האבן אנגעכאפט איעדע שטאנג.
אמור מעט ועשה הרבה.
MickyMouse
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 162
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אפריל 06, 2013 10:30 am
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 70 מאל

הודעהדורך בן תמליון » דינסטאג יוני 18, 2013 10:51 am

ויאמר אליו בלק, לכה-נא איתי אל-מקום אחר אשר תראנו משם--אפס קצהו תראה, וכולו לא תראה; וקובנו-לי, משם.

זאגט דער קוצקער רבי, אויף יחידים דא אין דארטן ביי אידן קען מען טרעפן קריטיק און דורכפאלן, אפס קצהו תראה. אבער אויפן כלל ישראל אינאיינעם איז נישטא קיין איבלען און שמוץ כולם אהובים כולם ברורים כלם גבורים כלם קדושים, וכלו לא תראה.

(געהאט חשק תגובה טויזנט צו זיין בדברי תורה).
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1455
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1535 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1868 מאל

הודעהדורך זר זהב » דינסטאג יוני 18, 2013 3:32 pm

זענען עמון און מואב און אמורי געווען אין די גרעניצן וואס זענען היינט אין ארץ ישראל? ווער קען ברענגען א גוטע מאפע וויאזוי זיי וואלטן היינט אויסגעזען געאגריפקלי?

פון די מאפע זעהט אויס ווי ס'איז אין ירדן, אדער זעה איך נישט גוט?

Kingdoms_around_Israel_830_map.svg.png
Kingdoms_around_Israel_830_map.svg.png (106.8 KiB) געזען געווארן 2133 מאל
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4184 מאל

הודעהדורך בן תמליון » דינסטאג יוני 18, 2013 3:53 pm

עמון איז זיכער ירדן. די הויפטשטאט פון ירדן הייסט נאך היינט אמאן אין פסוק רבת בני עמון. אויף דיין מאפע איז מואב אדום אויך אין די געגנט, פעטרא איז אן אור אלטע שטאט היינט ירדן אמאל געווען מלכות נבט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך בן תמליון אום דינסטאג יוני 18, 2013 4:11 pm, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1455
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1535 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1868 מאל

הודעהדורך זר זהב » דינסטאג יוני 18, 2013 3:56 pm

וואאאו ס'מיר נישט בייגעפאלן אז אממאן די הויפט שטאט האט מיט עמון צוטין!
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4184 מאל

הודעהדורך האלאנד » מאנטאג יולי 01, 2013 6:33 am

אין פרשת פנחס שטייט די בנות צלפחד האבן געבטן פין משה רבינו אבינו מת במדבר ולא היה בעדת קורח אין שטייט ווייטער ויקרב את משפטן לפני השם .האביך געזען פשט ולא היה בעדת קורח מיט דעם האבן זיי געוואלט חנפענען משה .האט ער שוין נישט געמעגט פאסקנעו וועגן דעם איז ויקרב את משפטן לפני השם
האלאנד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 70
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 27, 2013 10:17 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » מאנטאג יולי 01, 2013 8:32 pm

כ'האף אז פרשת פנחס האט נאכנישט עקספייערט.

כ'האב געלערענט דעם פסוק פינחס בן אלעזר בן אהרן הכהן השיב את חמתי מעל בני ישראל בקנאו את קנאתי בתוכם, און כ'האב נישט פארשטאנען וואו די קאץ קומט איבערן וואסער. וואס האט פינחס'נס קנאות מיטן פארווישן דעם באשעפערס חימה? אז די באשעפער רעגט זיך אויף די אידן פארן טוהן מעשים אשר לא יעשו, ווי אזוי קען די מעשים פון א יחיד פארצייען פארן גאנצן פאלק?

די ספורנו זאגט זייער שיין, און קען זיין ס'איז נישט קיין חידוש פארן עולם, אבער פאר מיר האט עס שיין גע'פיט. דער באשעפער האט זיך שטארק גערעגט, די אידן קוקען צו ווי אידן זינדיגן, און זענען פאסיווע צוקוקער, קיינער מישט זיך נישט אריין, קיינער נעמט זיך נישט אן פאר כבודו יתברך. ממילא האט פינחס דירעקט געטוהן וואס ער האט געטוהן בפני כל עם ועדה, צו ווייזן דאס שטיין אין די זייט און זיך נישט מישן איז נישט ווייל זיי זענען מסכים, נאר ווייל אזוי זענען זיי, לאז מיך ארויס פון די פיקטשער, כ'גיי מיך נישט שמוציג מאכן. און דורך דעם וואס ער האט געוויזן אז ער האט געקענט טוהן פונקט די פארקערטע פון זמרי, און קיינער האט עם נישט געשטערט, האט ער משיב חמה געווען מיטן ווייזן אז מ'האנדלט דא פון סתם חברה וואס שטייען אין די זייט און ענדזשויען די שוי, און זיי נעמען נישט קיין צד.

עכ"פ אזוי האב איך פארשטאנען דעם ספורנו.
בְּקַנְאו אֶת קִנְאָתִי בְּתוכָם. שֶׁעָשָה נִקְמָתִי לְעֵינֵי כֻלָּם, כְּדֵי שֶׁבִּרְאותָם זֶה וְלא יִמְחוּ, יְכֻפַּר עַל אֲשֶׁר לא מִחוּ בַּפּושְׁעִים, וּבָזֶה הֵשִׁיב אֶת חֲמָתִי מֵעֲלֵיהֶם.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך געפילטע פיש אום דינסטאג יולי 02, 2013 12:35 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6940
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5477 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7444 מאל

הודעהדורך משה געציל » דינסטאג יולי 02, 2013 12:13 am

זייער שיין אריינגעלערנט פשט אינעם סיפורנו!
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2957 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2731 מאל

הודעהדורך זר זהב » דאנערשטאג יולי 04, 2013 2:07 am

CaptureN.JPG
CaptureN.JPG (53 KiB) געזען געווארן 2009 מאל
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4184 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מיטוואך יולי 10, 2013 10:39 am

די מאור ושמש האט שוין ליידער צוקלאפט אסאך קינדער, און לעצטנס איז געלאפן אין דער איד אפאר חינוך קאפיטלעך אז מען זאל צווינגען קינדער צו עסן - א זאך צו וועלכע איך בין זיך ע"פ רוב מתנגד - און זיך פאררופן אויף דעם שטיקל הנ"ל.

מען דארף טאקע אמאל געב א שטופ, אבער מאנכע עלטערן צווינגען די קינדער מיט געמיינע רשעות און ברענענדיגע קלעפ צו עסן אלעס וואס זיי אליינס האבן נישט ליב געהאט אלס קינד, און קענען נישט פארשטיין אז יענער האט א אנדערע טעיסט ווי דיר.

ויש להאריך בזה. עכ"פ ביי מיר איז קלאר אז נישט די סארט רשעות האט דער הייליגער מאור ושמש געמיינט.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15090
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17790 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18076 מאל

הודעהדורך בן תמליון » מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:49 pm

אין די פרשת היום שטייט צדק צדק תרדוף. זאגט רבי ר' בונם פון פשיסחא, אז די ווילסט דערגרייכן צדק, האסט א הייליקן ציל, זאלסטו אבער נאר דאס נאכגיין מיט צדק כשר'ע מיטלען. נישט ווי די וואס נוצן א מאטא פון "המטרה מקדשת את האמצעים" דער ציהל פארהייליקט די מיטלען. צדק דעם צדק, צדק תרדוף, גיי נאר נאך מיט צדק.
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1455
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1535 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1868 מאל

הודעהדורך בדחן » פרייטאג אוגוסט 16, 2013 1:17 pm

דער עולם שלאפט? איך האב בין געווען זיכער אז די וואך זיך דא טיען מיט הסברים איבער פרשת אשת יפת תואר והמסתעף און פארוואס די תורה זאגט נישט אז מען זאל זיך צירוק האלטען, אלע מפרשין התןרה זענענן עוסק בפרשה,

זעט אויס דער עולם איז פארשלאפען די וואך.
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 9:41 pm
האט שוין געלייקט: 199 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 678 מאל

הודעהדורך זר זהב » פרייטאג אוגוסט 16, 2013 1:20 pm

דער עולם איז ביזי מקיים פסק זיין
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4184 מאל

נעקסט

גיי צוריק תורה און מחשבה

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט