בלאט 1 פון 1

תורה קאודס - אמת אדער נישט?

נשלח: מיטוואך מערץ 28, 2012 8:49 am
דורך יידל
אסאך איז שוין געשריבן געווארן איבער די באקאנטע תורה קאודס מיסודם של הרב ווייסמאנדעל זצ"ל. בעיני, זענען די תורה קאודס בבחינת רמז. גאר שיינע רמזים, פיל מאל ברענגן זיי צו זיסע זאכן, ולא גרע משאר מיני רמזי תורה. אבער פון שיינע רמזים ביז צו די "באווייז" אין וואס מען האט עס פארוואנדעלט? גאר א ווייטע מהלך. פאר די וואס לייענען המודיע - פאריגע וואך איז געווען אן ארטיקל אין די ענין אפטיילונג וועלכע האט גערעדט מיט א מאטעמאטישאן איבער די זיכערקייט און שטארקייט פון די תורה קאודס. מער ווי איין מענטש איז צו מיר צוגעקומען מיר פארציילען דערוועגן, זאגנדיג מיט התפעלות ווי אפילו אין אזא הסתר פנים האבן מיר ממש אפענע באווייזן אז תורה מן השמים הוא.
אבער... אין הצר שוה בנזק המלך. מען דארף דעם ארטיקל דעמאסקירן און ארונטערייסען וויפיל מען קען נאר. די סיבה פארוואס מען דארף ארונטערייסען אזא ארטיקל איז ווייל דאס קען צוברענגן צו א אפשוואכונג אין אמונה ח"ו. וויאזוי קען דאס זיין אזא פאראדאקס, וועט איר דאך אודאי פרעגן? גאר פשוט. א מענטש ליינט עס, און דרייט זיך דערנאך ארום מיט מחשבות אז "עכ"פ איין מעכטיגע באווייז אז משה אמת ותורתו אמת האב איך". דערנאך ווערט ער צומאל געוואויר אז דאס איז ווייט פון זיין א באווייז, מעכטיג זיכער נישט. און דאן ווערט ל"ע זיין אמונה אפגעשוואכט. איך האב אביסעלע אנגעהויבן שרייבן א מאמר אויף דעם, אבער דערנאך האב איך באמערקט אז נעכטן האט הרב יצחק אדלערשטיין שוין געשריבן וועגן דעם, און הרב דוד קאמינעצקי און הרב ישעי' קארלינסקי האבן אויך מצרף געווען חתימתם. בלייבט מיר נישט איבער נאר צו לינקען צו זיינע (זייערע) רייד, וישמע חכם ויוסיף לקח. Bible Codes: Response To a Misleading Hamodia Article