שמעקעדיג האט געשריבן:און וועלכע שלום בית האט אחשורוש געהאט? נאך עטליכע וואכן נישט זיין מיט זיין באליבטע מלכה, זה שלשים יום! און ווען זי קומט אריין צו אים פרעגט ער איר מה לך אסתר המלכה, ער האט נישט קיין השגה וואס קוועטשט איר... אך און וויי פאר אזא שלום בית
יאיר האט געשריבן:שמעקעדיג, דו מיינסט טאקע אז אסתר איז געווען זיין איינציגסטע?
מוח שליט האט געשריבן:יאיר האט געשריבן:שמעקעדיג, דו מיינסט טאקע אז אסתר איז געווען זיין איינציגסטע?
עס איז געווען געשמאק צו זיין פון די שומרי הנשים. מיט אזויפיל פרויען וואס ווארטען אויף א ביסל אהבה, קען מען מאכען עפעס, ניין?
זעה טאקע אז אט די עצה פון יבקשו למלך נערות בתולות טובות מראה, קומט נישט פון די חכמים יודעי העתים. דאס קומט פון די "נערי המלך".זייט ווען געבען נערי המלך עצה'ס? נאר וואס דען, נאך א דזשאוק אויפען חשבות פון גאווערנמעט און עסטאבלישמענט. די נערי המלך זענען געווען אין די גוסטע פון קיבוץ גלוית פאר אלע בתולות טובות מראה. I love the subtlety here
מיינט טאקע סריסי המלך אז זיי זענען געווען נסתרס? קוק אין רד"ק מלכים ב פרק כלאדיך אפ האט געשריבן:מוח שליט האט געשריבן:יאיר האט געשריבן:שמעקעדיג, דו מיינסט טאקע אז אסתר איז געווען זיין איינציגסטע?
עס איז געווען געשמאק צו זיין פון די שומרי הנשים. מיט אזויפיל פרויען וואס ווארטען אויף א ביסל אהבה, קען מען מאכען עפעס, ניין?
זעה טאקע אז אט די עצה פון יבקשו למלך נערות בתולות טובות מראה, קומט נישט פון די חכמים יודעי העתים. דאס קומט פון די "נערי המלך".זייט ווען געבען נערי המלך עצה'ס? נאר וואס דען, נאך א דזשאוק אויפען חשבות פון גאווערנמעט און עסטאבלישמענט. די נערי המלך זענען געווען אין די גוסטע פון קיבוץ גלוית פאר אלע בתולות טובות מראה. I love the subtlety here
האלוי, נישט ריכטיג, זיי זענעןאלע געווען סריסים!! אפגעשטארבענע תאווות.
קוק אויך אין רש"ר הירש בראשית פרשת וישב פרק לז פסוק לווהיו סריסים - מחלוקת בדברי רז"ל מהם אמרו סריסים ממש ומה' אמרו שנסתרס' ע"ג בימיהם כלומר שהכירו הכל שאין בה ממש וי"ת רברבין כמו שרים ועל דניאל חנניה מישאל ועזריה אמר שהם היו בהיכלי מלך בבל ונאמר עליה' מבני יהודה והם היו מזרע המלוכ' כי כן אמר נבוכדנצר לבקש מזרע המלוכ' ומן הפרתמים:
סריס. שתי הוראות ל"סריס": מצד אחד - בלא ספק - הטלת מום בגוף, הנוטל ממנו את הכוח להוליד בנים, ומצד שני - בלא ספק גם כן - סתם עבד. הן פוטיפר זה היה נשוי, ואסנת, כנראה, בתו. "סרס" קרוב ל"זרז", "שרש". "זרז": להיות מהיר וקל תנועה, לקדם ענין במהירות. "זרזיר מתנים": בעל - חי זריז וקל במתניו, שרץ במהירות. כדרך ש"זרזיר" נגזר מ"זרז", כן "סרסור" בלשון חז"ל מ"סרס": סוכן המפעיל ומקדם עניני אחרים. "שָרֵש", ביסודו של דבר, גם הוא אינו אלא זה; שכן השורש הוא "סוכן" האילן. מ"שורש" נגזרה גם "שרשרות" =שרשרת: הסוכנת בין שני חלקים שונים של עצם אחד. בהתאם לכך יהיה "סריס" בדרך כלל: סוכן, וביחוד: סוכן חצר, משרת חצר, פקיד בסביבתו הקרובה של המלך, שעליו לדאוג לצרכי המלך, ולזרז את הבאתם. ההוראה האחרת של "סריס" תתבאר, כדרך ש"שרש" הוא היפוכו של "שורש", וכדרך ש"עֵקֶר" הוא שורש, ואילו "עָקָר" - מחוסר בנים, נטול כוח השורש להויה אנושית עתידה, כן גם "סריס": מי שנמנע ממנו לקדם ולהמשיך תולדות.
יאיר האט געשריבן: און דו מיינסט טאקע אז בגתן ותרש האבן אים טאקע פרובירט צו פאר'סמ'ען? מרדכי האט געקענט זיין קעניג, ער האט געוואוסט אז ער וועט די מעשה גאנץ שנעל אפקויפן.
יאיר האט געשריבן:עס איז אינטערעסאנט צו באמערקן אז דער קעניג xerxes פון פערסיע, וועלכער איז לויט אלע ווארשיינליכקייטן געווען אחשורוש, ווערט ברייט געשילדערט דורך דעם גריכישן היסטאריקער העראדאטוס, וועלכער שרייבט אז ער האט מלחמה געהאלטן מיט די גריכן, און קודם האט ער געווינען (און מסתמא נאכדעם איז געקומען די גרויסע פארטי) אבער צום סוף האבן זיי אים באזיגט, און זינט דעמאלט איז ער געווארן א פארביטערטער מענטש, א שיכור, און א שפילצייג אין די הענט פון זיינע מיניסטארן, ביז ער איז געווארן עלימינירט אין שושן דורך דער הויפט פון זיינע וועכטער. זעט אויס יענער האט בעסער געטויגט ווי בגתן ותרש.
ממי_שאמרו האט געשריבן:יאיר האט געשריבן:עס איז אינטערעסאנט צו באמערקן אז דער קעניג xerxes פון פערסיע, וועלכער איז לויט אלע ווארשיינליכקייטן געווען אחשורוש, ווערט ברייט געשילדערט דורך דעם גריכישן היסטאריקער העראדאטוס, וועלכער שרייבט אז ער האט מלחמה געהאלטן מיט די גריכן, און קודם האט ער געווינען (און מסתמא נאכדעם איז געקומען די גרויסע פארטי) אבער צום סוף האבן זיי אים באזיגט, און זינט דעמאלט איז ער געווארן א פארביטערטער מענטש, א שיכור, און א שפילצייג אין די הענט פון זיינע מיניסטארן, ביז ער איז געווארן עלימינירט אין שושן דורך דער הויפט פון זיינע וועכטער. זעט אויס יענער האט בעסער געטויגט ווי בגתן ותרש.
צו איז דאס נישט געווען דריווש? שטימט זייער אויב יא
מוח שליט האט געשריבן:מיינט טאקע סריסי המלך אז זיי זענען געווען נסתרס?....לאדיך אפ האט געשריבן:מוח שליט האט געשריבן:יאיר האט געשריבן:שמעקעדיג, דו מיינסט טאקע אז אסתר איז געווען זיין איינציגסטע?
עס איז געווען געשמאק צו זיין פון די שומרי הנשים. מיט אזויפיל פרויען וואס ווארטען אויף א ביסל אהבה, קען מען מאכען עפעס, ניין?
זעה טאקע אז אט די עצה פון יבקשו למלך נערות בתולות טובות מראה, קומט נישט פון די חכמים יודעי העתים. דאס קומט פון די "נערי המלך".זייט ווען געבען נערי המלך עצה'ס? נאר וואס דען, נאך א דזשאוק אויפען חשבות פון גאווערנמעט און עסטאבלישמענט. די נערי המלך זענען געווען אין די גוסטע פון קיבוץ גלוית פאר אלע בתולות טובות מראה. I love the subtlety here
האלוי, נישט ריכטיג, זיי זענעןאלע געווען סריסים!! אפגעשטארבענע תאווות.
מיט דעם אלעם, בין איך נוטה מסכים צו זיין צו דיר אז די סריסים שומרי הנשים והפילגשים זענען טאקע געווען נסתרס.
אעפ"כ איז נאך אלץ מסתבר אז די נערי המלך וואס זענען נישט געווען קיין סריסים, האבען געהאט חשק צו ברענגען אלע שיינע מיידלעך אויף איין פלאץ. אפי' זעהן שיינע מיידלעך איז נישט אוועקצומאכען. ווי די פסוק זאגט אויף אסתר ותהי אסתר נשאת חן בעיני כל רואיה. הרי לך אז איר יופי האט נושא חן געווען. עד כדי כך אז זי איז געפאלען אפי' פאר הגי וואס איז געווען א סריס. ווי עס שטייט ותיטב הנערה בעיניו.
וביותר אז כאמור לעיל, מיט אזא רבוי פון מיידליך/פילגשים וואס לעכצען נאך אביסל אהבה האט מען גיטע אויסזיכטען אויף אסאך מער ווי סתם קוקען.
ממי_שאמרו האט געשריבן:ניין, איך האב זיך טועה געווען (עפעס מעג דאך געשען אין א הענגאווער), איך האב געמיינט בלשאצר.
אויך געווינען און פארלוירן אסאך מלחמות. אויך גע׳הרג׳ט געווארן אדורך זיינע קנעכט. קען זיין איך בין זיך טועה. מיין מוח איז נישט ביי מיר געהעריג. זייער מעגליך.
יאיר האט געשריבן:מוח שליט האט געשריבן:מיט דעם אלעם, בין איך נוטה מסכים צו זיין צו דיר אז די סריסים שומרי הנשים והפילגשים זענען טאקע געווען נסתרס.
אעפ"כ איז נאך אלץ מסתבר אז די נערי המלך וואס זענען נישט געווען קיין סריסים, האבען געהאט חשק צו ברענגען אלע שיינע מיידלעך אויף איין פלאץ. אפי' זעהן שיינע מיידלעך איז נישט אוועקצומאכען. ווי די פסוק זאגט אויף אסתר ותהי אסתר נשאת חן בעיני כל רואיה. הרי לך אז איר יופי האט נושא חן געווען. עד כדי כך אז זי איז געפאלען אפי' פאר הגי וואס איז געווען א סריס. ווי עס שטייט ותיטב הנערה בעיניו.
וביותר אז כאמור לעיל, מיט אזא רבוי פון מיידליך/פילגשים וואס לעכצען נאך אביסל אהבה האט מען גיטע אויסזיכטען אויף אסאך מער ווי סתם קוקען.
א שנעלער זוך אין וויקיפידיע ווייזט מיר אז עס איז געווען א נארמאלע זאך צו מסרס זיין די באדינער פונ'ם קעניג אין די אור אלטע מיטל מזרח כדי זיי זאלן זיין אינגאנצן משועבד פאר'ן קעניג אן קיין שטערונגען, בפרט פאר די שומרים פונ'ם בית הנשים. איז עס סתם א צופאל דאס וואס דער נאמען פון קעניגליכע באדינער איז סריס, און דאס וואס טייל פון די סריסי המלך זענען געווען ממש מסורס? איך מיין אז ס'איז מער מסתבר אז פון די עכטע סריסים איז דער נאמען אריבער אויף אלע באדינער פונ'ם קעניג און מ'האט יעדן אנגערופן סריסים.
אויסער דעם, איך מיין אז א סריס פארלירט אינגאנצן די כח התאוה דורך די טויש אין די הארמאנס, ער קען נאכאלס אפשר הנאה האבן פון קוקן אויף א שיינע פרוי אזוי ווי אויף א שיינע בילד, אבער די תאוה איז נישטא דערין.
מוח שליט האט געשריבן:אמת, וויבאלד מען רעדט דא פון שומרי הנשים בין איך טאקע נוטה אז אט די שומרים זענען געווען מסורס כפשוטו.
אבער קוק דא אין פרק ב' אינעם צווייטען און דריטען פאראגראף, אנדערש ווי דו זאגסט. די חוקרים טענהן אז די ווארט סריס איז בשרשו צוויי ווערטער בלשון אשורית. די ווערטער מיינען איינער וואס איז בראש - א פקיד. שפעטער האט דאס אויך אנגעהויבען צו מיינען א מסורס. זיי זענען נישט מסביר פארוואס די ווארט האט פונקט די צוויי דעפיניציעס. לכאורה איז די פשט אז וויבאלד מען האט אנגעהויבען איינצופירען אוועקצונעמן די תאוה פון די סריסי/פקידי המלך דורכ'ן מאכען א ברית מילה כדבעי', און אפשניידען אלעס, דעריבער האט די ווארט סריס אנגעהויבען צו מיינען א פארשניטענער. אויך טענהן די חוקרים אז די גריכישע ווארט eunuch האט מתחילה אויך נישט געמיינט מסורס. עס האט געמיינט א פארלעסליכער געשולטער מענטש.
מוח שליט האט געשריבן:קוק ווייטער דארט section 4.1.2 ווי ער ברענגט א ראי' פון פוטיפר וואס איז געווען א סריס פרעה, אז עס האט נישט געמיינט מסורס. והא ראי' ער האט געהאט א ווייב און לכאורה אויך א טאכטער.
מוח שליט האט געשריבן:דארט שטייט אויך אז טייל סריסים [מסורסים] זענען טאקע געבליבען מיט'ן כח התאוה, אזוי ווי דו האסט געשריבען.
באניצער וואס לייענען דעם פארום: opensiteexplorer dotbot [Bot], SEMrush [Bot] און איין גאסט