וואס איז צער?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16550
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18710 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19040 מאל

וואס איז צער?

שליחה דורך שמעקעדיג »

ניין, איך בין נישט נשמה יתירה, נישט לולקע ציבעך, און אפילו נישט לעיקוואד, יאיר, ממי_שאמרו, אדער אנדערע געלערנטע טיפע טראכטערס. איך גיי מיך נישט אריינלאזן אין די טיפע מעמקים צו באשרייבן וואס גענוי איז "צער", מיט אלע סארטן געדאנקען און פסיכאלאגיע.

וואס איך וויל יא טון, איז באשרייבן וואס איך האב נישט לאנג צוריק געהערט פון א קלוגן איד, און איך האב זייער הנאה געהאט פון דעם, און איך שפיר אז איך זאל עס מיטטיילן דא פאר אונזערע חשוב'ע חברים.

עס איז א רעיון, וואס ווי מער איך טראכט אריין דערין, זעה איך מער תוכן אין דעם, און מער פאטענציעל עס צו נוצן אלס א מיטל איבערצוקומען שוועריגקייטן אין לעבן. אגב פארענטפערט מיר עס אויך דעם וועלטס ווערטל: "אז עס גייט נישט ווי עס עס וויל - וויל ווי עס גייט". איך האב קיינמאל נישט פארשטאנען דעם פשט דערין, וואספארא נארישע ווערטער זאגסטו מיר דא? איך וויל עפעס א זאך, און עס גייט מיר נישט; אנשטאט זיך רעגן, זאל איך גאר "וועלן ווי עס גייט"? מה הפשט? אויך שיינט עס א שטיקל ליכטיגקייט אויף דברי חז"ל אין פרקי אבות "בטל רצונך מפני רצונו".

איז אזוי. דער ענין פון צער באשטייט בעיקר פון איין זאך, און דער מענטש אליין איז זיך דאס גורם, בלויז מיטן האבן א רצון! דאס הייסט אזוי, יעדער מענטש האט א רצון פאר געוויסע זאכן. דער ארעסטאנט האט א רצון צו פארברענגען מיט זיין משפחה, בפרט שבתים וימים טובים, און זיך ענזשויען מיט די חברים אין ביהמ"ד. ער האט אזוי שטארק געוואלט האבן אביסעלע פרייהייט, א change of scene, (כאטש איינס פון בינג'ס הערליכע בילדער!...)

דער קראנקער וואס ליגט אין שפיטאל בעט און דער דאקטאר זאגט אים ערב פסח: "ר' איד, דו דארפסט פארבלייבן אין שפיטאל אונטער אויפזוכט לכה"פ פאר 2 וואכן"! שפירט אז ער פלאצט: וואס הייסט? גאנץ פסח וועל איך דא ליגן? איך וויל זיין ביים סדר טיש! איך וויל טרינקען ד' כוסות! איך וויל גיין חוה"מ האלטן מיט די משפחה! איך דארף היימישע קאמפעני!

דער קראנקער וואס דער דאקטאר גיט אים נעבעך בלויז 2 חדשים צו לעבן און ער איז נאך אפילו נישט אנגעקומען צו די 50 (ה"י), טראכט ביי זיך מיט ביטערניש: איך האב אזוי געוואלט זיך עלטערן אין פריידן מיט מיין ווייב/מאן, זעהן ווי די משפחה צעוואקסט זיך, שעפן אביסל ערליך-פארדינטע אידיש נחת נאך אזויפיל יארן פלאג וואס איך האב אריינגעלייגט אין די קינדער, וכו'.

דער שווערער ארבייטער באקלאגט זיך: איך האב אזוי געוואלט האבן מער OFF, גיין מער וואקאציע, האבן מער ישוב הדעת אין לעבן, קענען פארברענגען לענגער אין בית המדרש יעדן טאג און קאלעצן מיט די פארשלעפטע קאווע טרינקערס! קיינמאל קען איך נישט בלייבן, אלץ מוז איך זיך יאגן!

איינער וואס גלוסט יענעמ'ס א זאך, אשתו עבדו שורו וחמורו, יענעמ'ס קאר, הויז, משפחה, וואלט אזוי שטארק געוואלט האבן יענעמ'ס חפץ, אדער זיין אזוי ווי יענעם!

איך וועל נישט מאריך זיין מיט קיין משלים. יעדער פארשטייט דעם צער פון די אויבנדערמאנטע ביישפילן, און ענליכע צו דעם. האט איר אבער באמערקט א אינטרעסאנטע צופאל? יעדנס אויסדרוק האט אין זיך דעם ווארט "איך וויל"! "איך האב געוואלט"! אויב נעמט מען אוועק דעם חלק, פאלט אוועק דער גאנצער צער!!

א מענטש מאכט זיך א פלאן אין לעבן. א חתן האט א חזון ווי אזוי זיין הויז גייט אויסזעהן, וואספארא סארט ווייב ער גייט האבן, וועלכע מין משפחה, ווי אזוי ער גייט פירן זיין שטוב, וואו ער פלאנט צו ארבעטן, שפעטער אין לעבן מאכט ער א פלאן וואו ער וועט גיין וואקאציעס, וואו קען מען מאכן נאך אפאר דאלער, וואו ער וויל שיקן זיינע קינדער לערנען, ווי אזוי ער וויל זיי זאלן אויסקוקן, בניו כשתילי זיתים סביב לשלחנו, ער וויל און ער וויל, און ענדיגט נישט וועלן. אבער הקב"ה האט א אנדערע רצון! ער האט זיין אויסקוק, וואס ער האלט איז בעסער פארן מענטשעלע! און ווען דער יונגערמאן זעהט אז זיינע פלענער ווערן איהם גענצליך צורינען, אלעס גייט אנדערש ווי געפלאנט און פארט אנדערש ווי גע'חלומ'ט, ווערט ער זייער אנטוישט און מלא צער!

אבער ווען דער מענטש האט די כוחות הנפש (און מען קען ארבעטן אויף זיך עס צו באקומען) צו זאגן, יא, איך האב טאקע געוואלט איין זאך, אבער דער באשעפער וויל אנדערש, איך וועל מבטל זיין מיין רצון פאר אים! ער ווייסט בעסער פון מיר (און דא דארף אריינקומען א שטארקע דאזע פון אמונה), און וואס ער טוט וועט זיין גוט! ער גלייבט באמת אז כל מה דעביד רחמנא לטב עביד, און אז אלעס וואס "איך וויל" איז נאר ווילאנג עס איז נישטא קיין העכערע רצון פון מיר; איינמאל דער רבש"ע וויל אנדערש, איז מיין נארישע פיצעלע רצון בטל ומבוטל, ווי קען איך אפילו טראכטן אנדערש ווי דעם רצון פון מיין באשעפער? און דאן פאלט אוועק דעם צער פונעם מענטש, למחצה ולשליש ולרביע!

און דאס מיינט דער ווערטל, אז עס גייט נישט ווי דו ווילסט, אנשטאט זיין אנגעזעצט, מלא צער, זאלסטו ליבערשט וועלן ווי אזוי עס גייט! זיי מבטל דיין רצון פארן רצון הבורא! ווי אזוי האט דער הייליגער צאנזער רב געזאגט? א איד טאר גארנישט וועלן, נאר טון דעם רצון ה'!! איך מיין אז עס קען זיין די כוונה וואס איך שרייב דא...

איך האף אז קיין איין איד זאל קיינמאל נישט האבן קיין צער, איך וואונטש יעדן אלעס גוטס, אבער אין רעאליטי האט דאך יעדער זיין פעקעלע אויף דער וועלט וואס קומט נישט אן גרינג, איז כדאי אריינצוטראכטן אין די ווערטער, און דער לעבן וועט פארן פיל גרינגער בעז"ה!
וירח ה' את ריח הניחוח

דער אשכול פארמאגט 23 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר