איז אונזער וועלטל איינס פון אסאך?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות

הודעהדורך מאטי » דינסטאג מערץ 19, 2013 10:15 am

אפשר איז דער אייבישטער ארומגעגאנגען צו זיי אלע און געפרעגט האבן זיי געזאגט
ניין ניין!!!
מיר האבן אן אנדער מיין
לאז די תורה און univers earth
We don't feel it's for us being deserved
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2993
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3760 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4337 מאל

הודעהדורך מאטי » דינסטאג מערץ 19, 2013 10:24 am

יאיר האט געשריבן:געפילטע, דו מיססד די פוינט. ס'נישט אז מען האט געמיינט ביז יעצט אז אידן זענען די קלוגסטע און פלוצלינג ווערן מיר געוואויר אז אין עפעס א פארשטופט פלאץ זענען דא א פאלק וואס האט א העכערע איי קיו. די פוינט איז אז אויב ס'איז דא א גאנצע וועלט מיט ברואים ענליך צו מענטשן, פארוואס האט דער באשעפער מונע געווען פון זיי צו געבן די תורה פאר איינס אדער מער פעלקער? אויב איז ריכטיג אלעס וואס מיר ווייסן אז די וועלט קען נישט שטיין אן תורה, און אז דער תכלית איז ביאת המשיח ווען ס'וועט זיין ומלאה הארץ דעה את ה', די תורה וועט ווערן אויסגעשפרייט אויף די וועלט, וכו' וכו' און ס'איז אויך אמת אז די תורה איז נוגע פאר יעדן אין יעדע צייט אין די גאנצע וועלט און דאס איז די איינציגסטע אמת וכו' וכו', פארוואס ווייסט יענער פרעמדער וועלט גארנישט צו זאגן דערפון?

און אז 7 ביליון גוים אויף אונזער וועלט האבן נישט דער תורה פארשטייסטו יא למאי נפק״מ און וועלעכער פלאנעט מאיז ?ווילסטו זאגן אז דא האט מען די אפציע פון זיך מגייר זיין? ו
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2993
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3760 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4337 מאל

הודעהדורך אביגדור » דינסטאג מערץ 19, 2013 12:52 pm

ראה ספר העקידה שהאריך.
אביגדור
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1301
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 04, 2013 8:19 pm
האט שוין געלייקט: 2119 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1716 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » דינסטאג מערץ 19, 2013 1:49 pm

ולא מטעמיה האט געשריבן:
עתיד הקב"ה להנחיל לכל צדיק וצדיק ש"י עולמות, שטייט אין [איני זוכר כעת] אז דאס זענען פילע אומבאוואוינטע פלאנעטן וואס דאס איז דער עולם הבא וואס דערווייל עין לא ראתה אלקים זולתיך, און לימות המשיח וועלן די צדיקים געוועלטיגן אויף גאנצע פלאנעטן איטליכע באזונדער.

http://answers.yahoo.com/question/index ... 300AA29ZCV
?
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3862
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1769 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6034 מאל

הודעהדורך יאיר » דינסטאג מערץ 19, 2013 5:49 pm

די גמרא ברענגט א מחלוקת וואס ס'טייטשט די ווערטער ביי סיסרא "ארור מירוס ארור יושביה", חד אמר כוכב, וחד אמר וכו'. ס'דא וואס זאגן, אז "מירוס" איז Mars, דהיינו כוכב - א פלאנעט, און זי האט געזאגט ארור יושביה!

דאכט זיך מיר דער פסוק זאגט "מרוז".
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8089 מאל

הודעהדורך יאיר » דינסטאג מערץ 19, 2013 6:05 pm

moti107 האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:געפילטע, דו מיססד די פוינט. ס'נישט אז מען האט געמיינט ביז יעצט אז אידן זענען די קלוגסטע און פלוצלינג ווערן מיר געוואויר אז אין עפעס א פארשטופט פלאץ זענען דא א פאלק וואס האט א העכערע איי קיו. די פוינט איז אז אויב ס'איז דא א גאנצע וועלט מיט ברואים ענליך צו מענטשן, פארוואס האט דער באשעפער מונע געווען פון זיי צו געבן די תורה פאר איינס אדער מער פעלקער? אויב איז ריכטיג אלעס וואס מיר ווייסן אז די וועלט קען נישט שטיין אן תורה, און אז דער תכלית איז ביאת המשיח ווען ס'וועט זיין ומלאה הארץ דעה את ה', די תורה וועט ווערן אויסגעשפרייט אויף די וועלט, וכו' וכו' און ס'איז אויך אמת אז די תורה איז נוגע פאר יעדן אין יעדע צייט אין די גאנצע וועלט און דאס איז די איינציגסטע אמת וכו' וכו', פארוואס ווייסט יענער פרעמדער וועלט גארנישט צו זאגן דערפון?

און אז 7 ביליון גוים אויף אונזער וועלט האבן נישט דער תורה פארשטייסטו יא למאי נפק״מ און וועלעכער פלאנעט מאיז ?ווילסטו זאגן אז דא האט מען די אפציע פון זיך מגייר זיין? ו

אויף דעם דארף צו זיין דער ענטפער אז לעתיד לבא וועט פארשפרייט ווערן די תורה אויף די גאנצע וועלט:
רמב"ם הל' מלכים פי"א האט געשריבן:אבל מחשבות בורא עולם--אין כוח באדם להשיגם, כי לא דרכינו דרכיו ולא מחשבותינו מחשבותיו. וכל הדברים האלו של ישוע הנוצרי, ושל זה הישמעאלי שעמד אחריו--אינן אלא ליישר דרך למלך המשיח, ולתקן את העולם כולו לעבוד את ה' ביחד: שנאמר "כי אז אהפוך אל עמים, שפה ברורה, לקרוא כולם בשם ה', ולעובדו שכם אחד" (ראה צפניה ג,ט).
יב כיצד: כבר נתמלא העולם כולו מדברי המשיח, ומדברי התורה ומדברי המצוות, ופשטו דברים אלו באיים רחוקים, ובעמים רבים ערלי לב; והם נושאים ונותנים בדברים אלו, ובמצוות התורה--אלו אומרים מצוות אלו אמת היו, וכבר בטלו בזמן הזה, ולא היו נוהגות לדורות. ואלו אומרים דברים נסתרות יש בהם, ואינן כפשוטן, וכבר בא משיח, וגילה נסתריהם.
יג וכשיעמוד המלך המשיח באמת, ויצליח וירום ויינשא--מיד הם כולן חוזרין ויודעים ששקר נחלו אבותיהם, ושנביאיהם ואבותיהם הטעום.

אבער דאס אז עס ווערט כמעט נישט דערמאנט אין אונזערע מקורות אז ס'איז בכלל דא אנדערע וועלטן, און נאר די סייענטיסטן אפיקורסים וואס גלייבן אז די וועלט איז פערצן ביליאן יאר האבן אנטדעקט א נייע וועלט וואו דער משיח וועט קענען פארשפרייט זיין תורה, איז אביסל מאדנע.
אבער לאמיר זיך נישט נארן, ארטאדאקסיע האט טויזנט מאל גרעסערע טשאלענזשעס ווי דאס. מיין קשיא איז נאר געווען אויף הרב לאם, פארוואס ער באפאסט זיך נישט מיט די, פיל וויכטיגערע, קשיא.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8089 מאל

הודעהדורך מאראנצןזאפט » זונטאג יולי 14, 2013 12:47 am

@הוגה לכאורה איז דיין כונה געווען איבער דעם שטיקל רבי פנחס.
דיין פשט איז א חידוש, אז ער מיינט א מקום וואו די מראה פון מתן תורה קומט אקורשט אן.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 3:15 pm
האט שוין געלייקט: 1818 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2374 מאל

הודעהדורך הוגה » דאנערשטאג יולי 18, 2013 4:57 pm

@מאראנצןזאפט, כ'האב נישט אריינגעלערנט קיין שום פשט אינעם אמרי פנחס, כ'האב עס נאר דערמאנט אלץ א מעגליכקייט.

בנוגע די קשיא פון די עץ חיים וואלט איך אויך פארענטפערט אזוי ווי אנדערע האבן שוין געענטפערט דא ובהוספת נופך. די באשעפער איז נישט מוגבל, נישט במקום און נישט בזמן. אפילו היינט איז ער נישט מוגבל. דאס וואס מיר זאגן אז בריאת העולם איז געווען 5773 יאר צוריק איז נאר ווייל אזוי זעהט עס אונז אויס. אבער למעשה איז בריאת העולם געווען היינט, מארגן, נעכטן און אינפינייט צייט צוריק. השתלשליות און צמצומים האבן נישט גענומען קיין יארן אדער מינוטן, ס'נישט בכלל שייך אזעלכע מושגים כלפי די בורא. דאס איז כעין וואס מיר זאגן ואלוקינו שבשמים, איז ער דען אין הימל? מיר זאגן עס נאר אזוי ווייל דאס איז אונזער שפראך, וואס מיר פארשטייען. ממילא איז נישט שייך צו פרעגן די קשיא פון פארוואס פונקט דעמאלטס.

עס איז נאר א פלא אז ער (עץ חיים) האט דען נישט געוואוסט דערפון? אלא מאי עפעס אנדערש האט אים געבאדערט.

בנוגע די תירוץ פון רבי פנחס קאריצער, איך מיין אז איר זענט צו שטארק מדייק. ער האט עס סך הכל געזאגט אלץ א טעאריע. און ער זאגט טאקע נישט וואס קומט פאר אין יענע עולמות. ס'מעגליך אז זיי זענען וויסט, אפשר זענען זיי פיל מיט עליאנס און דיינעסארס, אפשר דינען דארט די שטיינער די באשעפער, אדער אפשר זענען דארט דא נבראים וואס מיר קענען זיך בכלל נישט פארשטעלען, ואפשר שבעת ההיא יש איזה עולם שמשה רבינו נותן התורה. אלץ איז אפשר, מען קען נישט וויסן אויף זיכער.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2850
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7342 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6557 מאל

איז אונזער וועלטל איינס פון אסאך?

הודעהדורך מי אני » מיטוואך פעברואר 26, 2020 2:45 pm

געפילטע פיש האט געשריבן:איך זאג נישט נסתרים דרכי ה', און נישט גיין קאפ אין וואנט, נאר איך פרעג פון ווי דו נעמסט די הנחה אז די פאלק פאר וועם מ'גיבט די תורה מוז זיין די קלוגסטע. כלל ישראל בכללותו (אינקלודינג ספרדים און אשכנזים) איז לאו דוקא די קלוגסטע פאלק, איז דאס עפעס א סתירה מיטן עם הנבחר? מלאכים קענען זיין קלוגער ווי מענטשען, אבער די אייבישטער האט דוקא געוואלט געבן די תורה פאר די נידעריגע ערדישע ברואים, איז זע כלל נישט קיין פראבלעם מיטן טרעפן מער אינטעליגענטע לייף ערגעצוואו אינעם בריאה.

קאררערט מי איף איים ראנג.

געפילטע פיש האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:געפילטע, דו מיססד די פוינט. ס'נישט אז מען האט געמיינט ביז יעצט אז אידן זענען די קלוגסטע און פלוצלינג ווערן מיר געוואויר אז אין עפעס א פארשטופט פלאץ זענען דא א פאלק וואס האט א העכערע איי קיו. די פוינט איז אז אויב ס'איז דא א גאנצע וועלט מיט ברואים ענליך צו מענטשן, פארוואס האט דער באשעפער מונע געווען פון זיי צו געבן די תורה פאר איינס אדער מער פעלקער? אויב איז ריכטיג אלעס וואס מיר ווייסן אז די וועלט קען נישט שטיין אן תורה, און אז דער תכלית איז ביאת המשיח ווען ס'וועט זיין ומלאה הארץ דעה את ה', די תורה וועט ווערן אויסגעשפרייט אויף די וועלט, וכו' וכו' און ס'איז אויך אמת אז די תורה איז נוגע פאר יעדן אין יעדע צייט אין די גאנצע וועלט און דאס איז די איינציגסטע אמת וכו' וכו', פארוואס ווייסט יענער פרעמדער וועלט גארנישט צו זאגן דערפון?

איך הער וואס דו זאגסט.

(מ'קען זיך טענה'ן אז אונזער תפקיד איז צו טרעפן די אנדערע וועלטן און פארשפרייטן די תורה אהין אויך..., אבער איך גיי זיך נישט טענה'ן).

מ׳קען אפשר זאגן נאך טיפער אין דעם מיט דר. ניק באסטראם׳ס מימרא בנוגע דאס מענטשהייט:
“Far from being the smartest possible biological species we are probably better thought of as the stupidest possible biological species capable of starting a technological civilization - a niche we filled because we got there first, not because we are in any sense optimally adapted to it.”


יעצט, עס איז מסתבר אז די זעלבע, אדער עכ״פ ענליכע, אוועראל (עוואלוציאנערישע) מעכאניזם ארבעט לגבי די היפאטעטישע ברואים אויף אנדערע וועלטן (רעדנדיג, פארשטייט זיך, בתוך אונזער אוניווערס און אונזערע געזעצן פון פיזיקס וכו׳; @יאנקל’ס צווייטע דרך). דעמאלטס וועט לכאורה באסטראם׳ס באמערקונג אנגיין אויף זיי אויך (to some extent; למחצה לשליש ולרביע). דעריבער, קען טאקע זיין אז ביחס צו אונז זענען זיי בעסער וכו׳, אבער ביחס צו זייער וועלט זענען זיי פונקט אזוי שפל ווי אונז צו/לגבי אונזערס. איז דעריבער איינמאל אינטעלידזשענס (ובחירה) ווערט דערגרייכט (אז מ׳נעמט אן אז דאס איז די מינימום וואס דארף דערגרייכט ווערן בכלליות כדי לקבל התורה), אויף/דורך אזא סארט (עוואלוציאנערישע) פארנעם און דברי באסטראם קענען פונקט אזוי אנגיין אויף זיי, קען מען טענה׳ן אז זיי זענען נישט מער יחסנים ווי אונז כדי לקבל התורה. דאס איז הגם זיי זענען בעצם מער אינטעליגענט ווי אונז, ווייל בנוגע וביחס צו זייער וועלט זענען זיי פונקט אזוי פחותי ערך ווי אונז צו/לגבי אונזערס (הגם אונז זענען אינטעליגענט) וכנ״ל.

אפשר קען מען אפילו זאגן אז דאס איז געווען א בחינה/טעם פארוואס מ׳האט געגעבן די תורה פאר מענטשן ווי איידער די מלאכים - ווען מ׳רעכענט דעם בריה ביחס צו זיין ״עולם״.

דאס פארענטפערט אבער נישט @יאיר’ס הערה/קשיא, אז פארוואס גיבט מען נישט די/א תורה צו יענע וועלט (עכ״פ) אויך? ואולי קען מען זאגן אז ס׳פעהלט נאר אויס (עכ״פ יעצט, פאר לע״ל) אז ס׳זאל זיין די תורה ערגעץ אין די פיזישע וועלט. דאס איז כעי״ז אז אויף די וועלט איז די תורה דא הגם נאר ביי א מיעוט (בעצם).

הגם, מ׳קען אויף דעם פרעגן אז ס׳איז אינו דומה. אויף די וועלט איז כאטש שייך אז די תורה זאל נתפשט ווערן צו יעדן איינעם [אינטעליגענטע ברואים] וכו׳, און אזוי ווי מ׳זאגט אויף לע״ל, משא״כ פאר די אנדערע וועלט וואס האט דאס אינגאנצן נישט. מ׳קען אפשר אויף דעם פארענטפערן (טאקע בדוחק קצת) אז אויב נעמט מען אן א מער ״ראזי״ בליק אויף די צוקונפט/דעסטיני פון דאס מענטשהייט וועט די תורה טאקע אנקומען אהין אויך ברבות הימים (ספעיס טרעוול וכו׳ וכו׳; אויב עקזיסטירן אנדערע אינטעליגענטע ברואים כמובן) (ואולי איז דאס א חלק פון דאס מושג פון ״לעתיד לבא״) וכדברי @געפילטע פיש; הגם מ׳דארף קלערן פארוואס זיי באקומען עס ״שפעטער״ (ואולי אכן זה כבר דומה להא ד(רוב )אומות העולם קבלו ענין מאראל [התורה] מאוחר לבני ישראל, ולהא דאכן יקבלו ענין התורה לע״ל ודוק).

או יאמר אז די חלק התורה וואס דארף צושפרייט ווערן איבעראל איז די חלק המאראל, וואס צו דעם קען מען דאך בעצם צוקומען דורך ריין ראציאנאל (ועיין בהאמונות והדעות מאמר ג פ״ב). הגם, עס בלייבט נאך אלס שווער, טאקע פארוואס נאר דאס? ועוד, דער רס״ג זאגט אין זיין הקדמה, אז די תורה האט מגלה געווען די סארט ראציאנאלע מצות וכו׳ כדי מען זאל שנעלער צוקומען דערצו ווי איידער בעיון וואס דויערט צייט ע״ש (ועיין ג״כ במאמר ג פ״ג שנבואה והתורה הוצרכה לפרטי הדברים בראציאנאל ע״ש). איז אויב אזוי פארוואס האט מען זיי נישט געגעבן די מעלה? (דאס גייט גראדע נישט זיין אזוי שווער אויב זענען זיי טאקע מער אינטעליגענט ווי אונז.)

בכל אופן, אויב נעמט מען יא אן די הנחה קען מען צוריק קומען צו אונזער פריערדיגע טענה אז די אנדערע אינטעליגענטע ברואים אויף די אנדערע וועלט(ן) זענען נישט מער יחסנים כדי לקבל התורה ווי אונז הגם זיי זענען בעצם מער אינטעליגענט וכנ״ל.

פארשטייט זיך אז טאמער מ׳נעמט אן דעם ענין פון ״סגולה״ און וועגן דעם האבן אונז באקומען די תורה (ועיין בכוזרי מאמר א אות כז) איז אויך נישט אזוי שווער [אפשר איז דארט נישט דא די ״סגולה״].

והגם מ׳קען אויף דעם אליין פרעגן, הא גופא פארוואס האט הקב״ה נישט באשאפן דארטן אינדיווידואלן וכו׳ מיט די ״סגולה״? איז אבער די קשיא נישט אזוי שווער. ווייל לויט׳ן כוזרי איז די חילוק פון די ״סגולה״ [ביי (נביאים בפאטענשאל של) עם ישראל] נישט א חילוק אין מדריגה בתוך אינטעלידזשענס, נאר עס איז א חילוק במין ממש; אזוי ווי צווישן סתם א בע״ח און אינטעלידזשענס (ועיין לעיל שם במאמר א אות לט-מג). יעצט, פונקט אזוי ווי מ׳פארשטייט אז ס׳איז נישט קיין קשיא אויב איז דא א פלאנעט וואס האט נאר נישט אינטעליגענטע בע״ח, איז דאס לויט׳ן כוזרי אויך נישט שווער (ועיין להלן שם באות קג
(ואות קיא) ובמאמר ב אות מד). איי, פארוואס ״פונקט נאר״ ביי אונז איז דא די ״סגולה״? באנו לכלל ערך ענטראפיק פרינציפ, שבסתם נוגע לכל זה כידוע.

***

ובנוגע דאס וואס מ׳האט ערווענט לגבי הקשר בין שאר עולמות לענין למעלה מהזמן און דאס וואס דער בעל התניא האט געזאגט בנוגע דעם אז ביי ק״ש איז דא די ענין פון למעלה מהזמן, קען מען זאגן אז דאס איז די קשר בין סוף המשניות לתחלתו. דהיינו, עס איז מסיים בענין עולמות אחרים [ש״י עולמות] און עס איז מתחיל בהלכות ק״ש (של ערבית, וואס ביי אירע ברכות דעמאלטס איז מען מזכיר ״ומחליף את הזמנים״).

***

viewtopic.php?f=19&t=299

***

ולגבי ענין זמן, והקב״ה שהוא למעלה ממנו, עיין כאן (ולהלן שם) ומכאן ולהלן.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 952
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 5171 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 567 מאל

Re: איז אונזער וועלטל איינס פון אסאך?

הודעהדורך מי אני » מאנטאג מערץ 16, 2020 1:34 pm

ס׳איז אינטרעסאנט אנצומערקן אבער דער אור ה׳ (מאמר ד דרוש ב) דערמאנט אן ענליכע טענה צו דאס וואס מ׳האט ערווענט דא לגבי די טענה אז רצונו להטיב וכו׳ און דעריבער איז מסתבר (אלס דעם) אז ס׳דא נאך עולמות (עכ״פ וואס זאלן האבן אינטעליגענטע ברואים). ער פרעגט דאס אפ מכח דעם אז צו זאגן אז ס׳איז דא אן אינפיניט מספר פון עולמות איז מן הנמנע, עפ״י די אוממעגליכקייט אז עס זאלן זיין אן אינפיניט מספר פון גשמים ביחד (ועיין בהקדמה ב של המו״נ בריש ח״ב). וועט דאך דעריבער מוזן זיין א מספר צו די עולמות, איז אויב אזוי ׳עט מען דאך קענען פרעגן ביי די מספר וואו ס׳האט זיך אפגעשטעלט, פארוואס דוקא נאר אזויפיל? איז שוין, אלס דעם אליין, מער מסתבר צו זאגן אז ס׳איז נאר דא איין עולם להתדמות להמאציל כביכול שהוא אחד.

ער פירט אויס אז ס׳איז טאקע יתכן אז ס׳איז דא אנדערע עולמות (בערך) אזוי ווי אונזערס (און דאס איז שוין אפילו פון א דזשיאוסענטריק פערספעקטיוו) ע״ש.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 952
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 5171 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 567 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק תורה און מחשבה

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט