שיעור כזית

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות

שיעור כזית

הודעהדורך שלמה_דיין » דינסטאג אפריל 03, 2012 6:06 pm

ווי אלעמען באקאנט הערשט א גרויסע נערוועזקייט ביים עולם צי מען איז יוצא די מצוות החג, סיי אויף זהירות באיסור חמץ, סיי אויף מצוות מצה מיט אלע הידורים. נאך וואס דער איד איז אריבערגעקומען די אלע נערוועזקייטן ועוד בו נשמתו, קומט עם נאך צו די נערוועזקייט בשעת מעשה צי ער האט יוצא געווען מיט די כזיתים, און ווער רעדט נאך אויב וויל ער מהדר זיין אויף חזון איש כזיתים מיט די דיקע ערב פסח מצות און ער באנוצט זיך מיט די מעסטער פון נר מצוה און וויל מהדר זיין יוצא צו זיין די שיטה פון די אחרונים אראפ צו שלינגען ביידע כזיתים בבת אחת... דאן איז א נס אז ער קומט נישט אום על קידוש השם מיט מיתת חנק אויפן פלאץ.

ברם זכור אותו האיש לטוב, הרב נתן סליפקין, וואס האט זיך פאר צוויי יאר צוריק אריין געלייגט לאורכה ולרוחבה פון דער נושא און ארויס געקומען מיט אן הערליכע בירור אויף די שיעור כזית. דא קענט איר אפילו האבן א טבלא פאר א שיעור כזית וואס לויט די בירור פון רב סליפקין איז מען מיט דעם שיעור יוצא די דיעות פון רוב ראשונים. א דאנק די ארבעט פון רב סליפקין איז די געדאנק אויף געכאפט געווארן ברייטער אזוי ווי ס'איז קענטליך דא און דא. דער וואס זוכט א מער טראדיציאנאלער מהלך קען קוקען דא.

קודם איז רב סליפקין מברר פון די פשטות הגמרא און רמב"ם אז די שיעור פון א כזית קען נישט זיין מער ווי א דריטל כביצה, אבער וויפול ווייניגער א כזית איז פון א דריטל כביצה טענה'ט ער אז ס'איז נישט דא קיין שום הוכחה. און אנדערע ווערטער, פון די גמרא איז נאר דא אן הוכחה אז די מאקסימאלע שיעור פון א כזית איז א דריטל כביצה, אבער אויף קלענער איז נישט דא קיין ראיה אז נישט. מיט דעם עפענט ער א פתח צי קענען מברר זיין כדרכו וואס טוט זיך באמת אפ אין די מציאות אן דעם וואס דאס זאל סותר זיין וואס די גמרא זאגט.

דערנאך מאכט רב סליפקין אן ערענסטע הבדל ציווישן די ראשונים וואס האבן געקענט האבן בחייהם געזען א זית, צי די ראשונים וואס האבן געוואוינט אין אזעלכע מדינות וואס די נענסטע צי זען א כזית וואס זיי האבן געקענט ציקומען איז געווען א זיסע פאנטאזיע. די גדולי ספרד, האבן קיינמאל אין דער נושא גארנישט געשריבן, און דער הסבר דערויף איז ווייל זיי האבן אלע געהאט זיתים ביי זיך און האבן נישט געדארפט קיין הילף און מברר זיין די שיעור דערפין. משא"כ די גדולי אשכנז וואס האבן געוואוינט אין דער פארטריקענטע צפון אייראפע האבן א זית קיינמאל געזען און זענען דעריבער אנגעקומען צי די מאדערנע שיעורים וואס מיר באגעגענען היינט.

דערנאך איז רב סליפקין מברר די נושא פון נתקטנו הביצים. די נודע ביהודא ווי אלעמען באקאנט איז דאך מברר לויט די השוואות פון די שיעור האגודלים צי די שיעור כביצים אז די ביצים פון אמאל זענען אסאך גרעסער געווען. רב סליפקין ברענגט כמה הוכחות פון וויסנשאפטלער אז די ביצים היינט צוטאגס זענען בערך א דריטל גרעסער ווי בזמן המשנה. אויך איז ער מברר פון די מציאות אז די געהעריגע ארץ ישראל'דיקע זיתים וואס מיר קויפן היינט אין געשעפט לכבוד שבת זענען גענוי די זעלביגע זיתים וואס זענען געווען בזמן המשנה.
שלמה_דיין
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 49
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:05 am
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 83 מאל

Re: שיעור כזית - סליפקין

הודעהדורך יידל » דינסטאג אפריל 03, 2012 7:10 pm

ווי כ'האב שוין דערמאנט דא איז אויף היברו בוקס אויך פאראןא קונטרסל מעט הכמות ורב האיכות, וועלכע קומט אויך צו (אן די אלע וויסנשאפטליכע ראיות, נאר אויף א "טראדיציאנאלעם" מהלך) צו אן ענליכער שיעור ווי רב סליפקין. פאלגענד איז די טשארט וועלכע די צייכנסט צו:
Matzah Chart.png
Matzah Chart.png (25.08 KiB) געזען געווארן 1135 מאל
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4277 מאל

Re: שיעור כזית - סליפקין

הודעהדורך ידען » דינסטאג אפריל 03, 2012 7:13 pm

ווי גרויס דארף זיין מיין סקרין פאר דער שיעור כזית? :)
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3154
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 3708 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1088 מאל

Re: שיעור כזית

הודעהדורך יידל » דינסטאג אפריל 03, 2012 7:35 pm

אויפן ספר הפנים איז די פאלגענדע טשארט ארומגעפארן:
fb matzah chart.gif
fb matzah chart.gif (113.43 KiB) געזען געווארן 1129 מאל
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4277 מאל

Re: שיעור כזית

הודעהדורך קופערניקוס » דינסטאג אפריל 03, 2012 9:31 pm

יא אזא פנים טראגן מיר פון אזא נאטורליכע זאך ווי כ-ז-י-ת, פשוט, קעזייאיס, ווי אן איילבירט, וואס קען זיין קלארער? איז געווארן א סומאטאכע, א צלח, א שיעור חזון איש, חיבורים און מחלוקת'ן שיעור כלליס און כלים פון נר מצוה... ניתי איילבירט ונחזי!
אזא פנים האט מען ווען די שכל איז אין די ביצים און כידוע הרי נתקטנו הביצים
קופערניקוס
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1369
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 9:24 pm
האט שוין געלייקט: 2953 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4162 מאל

Re: שיעור כזית

הודעהדורך יאנקל » דינסטאג אפריל 03, 2012 10:42 pm

א דאנק דיין דקהילתינו שליט״א פארן מאריך זיין אין דעם פארוויקלטן ענין בטוב טעם ודעת. איך האב אייך דערפאר געגעבן א ׳גלייך׳ (פאר א דיין פאסט נישט צו זאגן בלשון עכו״ם ״לייק״). איך האב נאכנישט געקוקט די פילע לינקס מיט וועלכע איר האט אונז מזכה געווען, אבער חזקה על חבר אז זיי זענען שטארק אינפארמאטיוו אויף דער סוגיא, און איך וועל זיי האפנטליך דורכלייענען נאך פאר דעם יו״ט.
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3712 מאל

Re: שיעור כזית

הודעהדורך דבילה » מיטוואך אפריל 04, 2012 12:13 am

יאשערקויעח דיין פאר'ן באלייכטענדע הודעה.

אגב, פלעגט מיר די זיידע אלץ זאגן אז פון איין מצה פלעגט מען פארצייטנס ארויסקלאפן 10 כזיתים, און היינט ארבעט דאס קוים אויף צוויי. ירידת הדורות!
באניצער אוואטאר
דבילה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:17 pm
האט שוין געלייקט: 1399 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 622 מאל

Re: שיעור כזית

הודעהדורך שרגא » מיטוואך אפריל 04, 2012 2:52 am

קופערניקוס האט געשריבן:אזא פנים האט מען ווען די שכל איז אין די ביצים און כידוע הרי נתקטנו הביצים


אזא פנים האט מען ווען מ'ווערט פלוצלינג באגאסן מיט עפעס א פריש שטיקל אינפארמאציע וואס מ'קען נישט געהעריג פארדייען (און וואס קען מען טון אז ס'דא אזעלכע וואס דאס איז זייער גרעסטע תאוה). מעגסט נאך אלץ רעדן נארמאל און מיט אביסל כבוד.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך שרגא אום מיטוואך אפריל 04, 2012 11:27 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
באניצער אוואטאר
שרגא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 548
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 12:20 am
האט שוין געלייקט: 330 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 767 מאל

Re: שיעור כזית

הודעהדורך קארל » מיטוואך אפריל 04, 2012 3:00 am

יישר כוח כבוד הדיין פארן פותח זיין דעם אשכול, און צוצייכנען די אלע לעצטיגע שמועסן איבער דעם. א דאנק אויך יידל פאר די הוספות. קופערניקוס, דיין קאמענטאר איז געוואלדיג, נאדיר א לייק :like.

איך וויל נאר צולייגן אז הרב חיים פנחס בניש, דער בארימטער מחבר ספרים אויף שיעורי תורה, האט געשריבן א הערליכן מאמר אויף דעם שיעור כזית אין דעם קובץ בית אהרן וישראל אין תשנ״ד. איך בין זיכער אז מ׳קען עס גרינג געפינען אויף היברו בוקס, נאר יעצט האב איך נישט די מעגליכקייט נאכצוקוקן.
.Cogito ergo sum
René Descartes -
באניצער אוואטאר
קארל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 275
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 5:09 pm
האט שוין געלייקט: 148 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 465 מאל

Re: שיעור כזית

הודעהדורך קארל » מיטוואך אפריל 04, 2012 3:16 am

אקעי, הער יו גאו -
http://www.hebrewbooks.org/13108
.Cogito ergo sum
René Descartes -
באניצער אוואטאר
קארל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 275
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 5:09 pm
האט שוין געלייקט: 148 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 465 מאל

Re: שיעור כזית

הודעהדורך קופערניקוס » מיטוואך אפריל 04, 2012 1:36 pm

שרגא האט געשריבן:
קופערניקוס האט געשריבן:אזא פנים האט מען ווען די שכל איז אין די ביצים און כידוע הרי נתקטנו הביצים


אזא פנים האט מען ווען מ'ווערט פלוצלינג באגאסן מיט עפעס א פריש שטיקל אינפארמאציע וואס מ'קען נישט געהעריג פארדייען (און וואס קען מען טון אז ס'דא אזעלכע וואס דאס איז זייער גרעסטע תאוה). מעגסט נאך אלץ רעדן נארמאל און מיט אביסל כבוד.

שרגא שכוח פארן מוסרן, איך האב טאקע אביסל גראב געשריבן, אבער נו, א ווערטל אמאל שאדט נישט (אויב זי איז א גוטס, ווידעראום אויב זי איז קאורני חלילה, נח לו שלא נברא)
קופערניקוס
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1369
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 9:24 pm
האט שוין געלייקט: 2953 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4162 מאל

Re: שיעור כזית

הודעהדורך רואיק » דאנערשטאג אפריל 05, 2012 5:55 am

באניצער אוואטאר
רואיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 116
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2012 3:55 am
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 26 מאל

הודעהדורך ראובן » מאנטאג אפריל 07, 2014 8:48 pm

דוכט זיך אז מ'זאגט נאך בשם דעם חזון איש, אז נאך אלע חומרות דארף מען געדענקען אז דער פשוט'ער שיעור איז די גרויס פון אן איילבירט.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2411
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 2983 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9439 מאל

הודעהדורך איך אויך » מאנטאג אפריל 07, 2014 8:58 pm

דאכט זיך מען זאגט נאך בשם דעם חזון איש אז אלעס וואס מען זאגט נאך בשמו איז שקר.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5622
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7668 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2533 מאל

הודעהדורך מי אני » זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 10:05 am

איך אויך האט געשריבן:דאכט זיך מען זאגט נאך בשם דעם חזון איש אז אלעס וואס מען זאגט נאך בשמו איז שקר.

דאס רירט שוין אן אויף דעם ליגענער פאראדאקס...
מי אני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 325
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 2321 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל


גיי צוריק תורה און מחשבה

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט