בלאט 1 פון 1

שיעור כזית

נשלח: דינסטאג אפריל 03, 2012 6:06 pm
דורך שלמה_דיין
ווי אלעמען באקאנט הערשט א גרויסע נערוועזקייט ביים עולם צי מען איז יוצא די מצוות החג, סיי אויף זהירות באיסור חמץ, סיי אויף מצוות מצה מיט אלע הידורים. נאך וואס דער איד איז אריבערגעקומען די אלע נערוועזקייטן ועוד בו נשמתו, קומט עם נאך צו די נערוועזקייט בשעת מעשה צי ער האט יוצא געווען מיט די כזיתים, און ווער רעדט נאך אויב וויל ער מהדר זיין אויף חזון איש כזיתים מיט די דיקע ערב פסח מצות און ער באנוצט זיך מיט די מעסטער פון נר מצוה און וויל מהדר זיין יוצא צו זיין די שיטה פון די אחרונים אראפ צו שלינגען ביידע כזיתים בבת אחת... דאן איז א נס אז ער קומט נישט אום על קידוש השם מיט מיתת חנק אויפן פלאץ.

ברם זכור אותו האיש לטוב, הרב נתן סליפקין, וואס האט זיך פאר צוויי יאר צוריק אריין געלייגט לאורכה ולרוחבה פון דער נושא און ארויס געקומען מיט אן הערליכע בירור אויף די שיעור כזית. דא קענט איר אפילו האבן א טבלא פאר א שיעור כזית וואס לויט די בירור פון רב סליפקין איז מען מיט דעם שיעור יוצא די דיעות פון רוב ראשונים. א דאנק די ארבעט פון רב סליפקין איז די געדאנק אויף געכאפט געווארן ברייטער אזוי ווי ס'איז קענטליך דא און דא. דער וואס זוכט א מער טראדיציאנאלער מהלך קען קוקען דא.

קודם איז רב סליפקין מברר פון די פשטות הגמרא און רמב"ם אז די שיעור פון א כזית קען נישט זיין מער ווי א דריטל כביצה, אבער וויפול ווייניגער א כזית איז פון א דריטל כביצה טענה'ט ער אז ס'איז נישט דא קיין שום הוכחה. און אנדערע ווערטער, פון די גמרא איז נאר דא אן הוכחה אז די מאקסימאלע שיעור פון א כזית איז א דריטל כביצה, אבער אויף קלענער איז נישט דא קיין ראיה אז נישט. מיט דעם עפענט ער א פתח צי קענען מברר זיין כדרכו וואס טוט זיך באמת אפ אין די מציאות אן דעם וואס דאס זאל סותר זיין וואס די גמרא זאגט.

דערנאך מאכט רב סליפקין אן ערענסטע הבדל ציווישן די ראשונים וואס האבן געקענט האבן בחייהם געזען א זית, צי די ראשונים וואס האבן געוואוינט אין אזעלכע מדינות וואס די נענסטע צי זען א כזית וואס זיי האבן געקענט ציקומען איז געווען א זיסע פאנטאזיע. די גדולי ספרד, האבן קיינמאל אין דער נושא גארנישט געשריבן, און דער הסבר דערויף איז ווייל זיי האבן אלע געהאט זיתים ביי זיך און האבן נישט געדארפט קיין הילף און מברר זיין די שיעור דערפין. משא"כ די גדולי אשכנז וואס האבן געוואוינט אין דער פארטריקענטע צפון אייראפע האבן א זית קיינמאל געזען און זענען דעריבער אנגעקומען צי די מאדערנע שיעורים וואס מיר באגעגענען היינט.

דערנאך איז רב סליפקין מברר די נושא פון נתקטנו הביצים. די נודע ביהודא ווי אלעמען באקאנט איז דאך מברר לויט די השוואות פון די שיעור האגודלים צי די שיעור כביצים אז די ביצים פון אמאל זענען אסאך גרעסער געווען. רב סליפקין ברענגט כמה הוכחות פון וויסנשאפטלער אז די ביצים היינט צוטאגס זענען בערך א דריטל גרעסער ווי בזמן המשנה. אויך איז ער מברר פון די מציאות אז די געהעריגע ארץ ישראל'דיקע זיתים וואס מיר קויפן היינט אין געשעפט לכבוד שבת זענען גענוי די זעלביגע זיתים וואס זענען געווען בזמן המשנה.