מיינע הכנה לפסח געדאנקען

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
פראפעסאר שפירא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 6:27 pm
האט שוין געלייקט: 40 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 184 מאל

מיינע הכנה לפסח געדאנקען

שליחה דורך פראפעסאר שפירא »

מ'האלט מיר שוין דריי טעג פאר מען גייט זיך זעצען צום סדר, מען גייט נאכאמאל ברענגען צום אויסדריק די געפילען וואס מיר האבען פאר'ן באשעפער פאר די פרייהייט וואס ער האט אונז דאן געגעבען,

אבער צי קענען דאנקען דארף מען דאך פארשטיין וואס ס'האט פאסירט וואס פאר א פרייהייט האב מיר אונז באקומען,

נאך א שווערע וואך ארבעט טוט מען זיך אן ס'ווייסען קיטעל, מען פלאצירט זיך ביים שיין אנגעגרייטען טיש אין מ'גיימער לויבען דעם באשעפער, אין חז"ל האבען מחמיר געווען אז כל המרבה הרי זה משובח, דארף מען דאך פארשטיין וואס איז די פרייהייט אין וואס טוט מען אויף מיטען פארציילען, אזוי ווי דער זוהר הקדוש פרעגט שוין אז דער באשעפער ווייסט דאך סייווי אלעס,

איז לאמיר זאגען אשר על לבבי, אדם הראשון האט געזינדיגט אין דאן איז געווארען א מישמאש פין טוב ורע וואס איז ביז דאן געווען פינאנדערגעשיידט (חאטשיג ס'געווען ביידע),
אזוי האט דער רע באקומען א אחוזה אין די מענטש אליינס, אין די מענטשהייט האט אנגעהויבען זינדיגען אין אריינגעפאלען טיף אין בלאטע ביז ס'האט געדארפט זיין א מבול,

דא דארט האט זיך געמאכט א ערליכען מענטש, אבער ס'געווען זייער שווער צי גיין אויפען גוטען וועג ווייל דער "רע" וואס איז געווען פין אינווייניג אינעם מענטש האט פארפירט דעם מענטש,

ביז ס'געקומען אברהם אין האט אנגעהויבען צי פארדאמען די ע"ז אין אויסגעשריגען פאר די גאנצע וועלט אז ס'דא איין גאט וואס האט אלעס באשאפען אין אלע ע"ז זענען פוסטע נארישקייטען וואס מאכט נאר פראבלעמען, אברהם האט געחאפט דערפאר, פארען זיך דערווייגען צי טשאלענדזען די סטאטוס קווא, אבער צום סוף האבען מענטשען געזעהן אז ער רעדט צים זאך אין ער איז געווארען גרויס אין חשוב,

פארדעם האט גאט געזאגט פאר אברהם אז פין דיינע קינדארלעך וועט ארויסקומען א פאלק וואס וועט ארויסגיין פין די "רע" וואס איז צינויפגעמישט אין דעם מענטש אין זיי וועלען זעהן אז אלע ע"ז זענען נארישקייטען אין זיי וועל איך האלטען פאר מיין אויסדערוועלט פאלק,

"אבער" האט גאט געזאגט פאר אברהם אבינו ביים ברית בין הבתרים, אז צי צוקומען דערצי וועלען דיינע קינדערלאך דארפען אדורעך גיין אסאך פיין אין מצרים וואס דאס וועט זיי אויסלייטערען פין דעם שלעכטס וואס קומט נאך פין חטא אדם הראשון אין פין נאכפאלגענדע זינד וואס איז נגרם געווארען דערפין, אין נאכדעם וועל איך זיי אויסלייזען אין זיי אויפהייבען פין אלעס אין זיי וועלען זיין מיין באליבט פאלק,

אין אזוי האט פאסירט, אידען האבען זיך אסאך אנגעליטען אין מצרים, אבער נאכדעם האט זיך גאט באוויזען מיט זיין פראכט אין מיט נסים ארויסגענומען די אידען פין מצרים, אין "אויך" ארויס גענומען די אידען פין די מ"ט שערי טומאה אין וואס די וועלט איז געווען פארזונקען, ער האט זיין ארויס גענומען פין די קנעכטשאפט צי די שלעכט אין די מענטש אליין אין וואס די וועלט איז געווען פארזונקען,

אין פסח ביינאכט איז געווען די צייט ווען גאט האט אין איין רגע אויפגעהויבען די אידישע קינדער צי גאר גרויסע מדרגות, אין ארויס גענומען פין די טומאה אין וואס די וועלט איז פארזונקען געווען זייטען חטא פין אדם,

אין דאס איז דער עיקר וואס מיר דאנקען אין לויבען גאט, אויף דעם וואס ער האט אונז אויפגעהויבען פין די בלאטעס אין אונז אריינגעברענגט א לעכטיגקייט א הייליגקייט,

אידען זענען געווען פיהל מיט לויב צום באשעפער, די צער פין די יארען אין מצרים איז גארנישט געווען קעגען די לעכטיגקייט וואס דער באשעפער האט אין אונז אריינגעשיינט, נכדעם זעמער דורעך די ימי הספירה אין נאכדעם האמער זוכה געווען צום מעמד הנבחר קבלת התורה, וואס אידען זענען ציגעקומען ממש צי התפשטות הגשמיות אין ס'געווען פסקה זוהמתן,

אין דורך דעם וואס מיר פארציילען די ניסים פין יציאת מצרים אין אזא הייליגע נאכט, זענען מיר מעורר נאכאמאל די כוח פין דעמאלץ אין מיר קענען ארויס קומען אין זיך אויפהייבען פין די אייגענע צימצום אין שוועריקייטען אין אריינלייכטען אין זיך אין אין די קינדער די לויטערע אמונה אין די לעכטיגקייט פין דעמאלץ,

ס'איז א נאכט ווען אידישע קינדער פארגעסען פינעם גלות מען פארגעסט אביסעל פין די טאג טעגליכע שוועריקייטען אין מיטמאכענישען אין מען זעהט זיך אביסעל מיטען טאטען אין הימל, מען וועקט צוריק אויף די ליבשאפט געפילען צווישען אונז אין אונדזער גרויסען טאטען אין הימל, אין מען לייגט אריין אין די קינדער אויך א ליבשאפט צי די הייליגע תורה אין צי אונזער ריינע אמונה,

זאל דער באשעפער העלפען אז מיר זאלען טאקע קענען שפירען דעם לעכטיגקייט פינעם סדר נאכט, אונדזערע הערצער זאלען זיך עפענען צי גאט, אין מיר זאלען שפירען זיין ליבשאפט, אין ס'זאל איבער רינען אויף אונדזערע קינדערלאך, אין ס'זאל שוין נתעורר ווערען די גרויסע אהבה פין אונדזער ליבען טאטען ער זאל אונז שוין נאכאמאל אויסלייזען פין דעם לאנגען אין שווערען גלות, אין ס'זאל זיין והשיב לב בנים על אבות ולב בנים על אבותם, אמן

דער אשכול פארמאגט 6 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר