ענינים ארום דעם סדר והמסתעף

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16508
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18945 מאל

ענינים ארום דעם סדר והמסתעף

שליחה דורך שמעקעדיג »

ב"ה מ'איז פארנומען אריינברענגען דעם פסח, דער ליבער יו"ט.
עטליכע ענינים וואס איך וואלט געוואלט דא אויסשמועסן און הערן, כסדר קומט מיר ארויף שאלות, ספיקות, וכדומה.
כ'וועל אנפאנגען מיט וואס איך געדענק אויפן מינוט.

ערשטנס, וואס איז דער פשט פון די ד' קשיות היינטיגע צייטן, ווען פאר די קינדער איז גארנישט שווער, זיי זענען שוין צוגעגרייט אין חדר/סקול צו אלע שינויים, אפט מאל נאך בעסער ווי די עלטערן, און מען שטופט זיי אין מויל אריין די מה נשתנה, וואס זיי פרעגן נאך סתם נאכגעפלאפעלט, עס איז נישט קיין קשיות, עס ווערט זיי גארנישט פארענטפערט?

דעם ענין פון אפיקומן. ביי אונז אלס קינד איז עס געווען רעזערווירט פאר די קלענערע, טאקע מ'כלומר'שט צו האלטן אויף ביז שפעט. איי מען איז ממילא געווען אויף? מען איז דאך אפגעשלאפן א האלבן ערב יו"ט כדי צו קענען אויפבלייבן ביז שפעט? א גוטע קשיא. אבער היינט איז עס געווארן א גאנצע געים, און אפילו די עלטערע קינדער כאפן עס אוועק, און מאכן ערנסטע ביזנעס. מען מוז נאכגעבן אלע זייערע קאפריזן און טייערע מתנות וואס זיי פארלאנגען... כאילו ס'פעהלט זיי עפעס... אודאי לאז איך מיך נישט פירן ביי די נאז, אבער דאך איז עס נישט גרינג. איז עס א ענין? ווי אזוי זענט איר אייך נוהג? הן ביי אייערע עלטערן, און לגבי אייערע קינדער?

סתם א קשיא וואס פאלט מיר איין, וואס טוט זיך מיט קידוש במקום סעודה? פון קידוש וואס מען מאכט גלייך ווען דער טאטע קומט אהיים, ביז מוציא מצה נעמט א שיינע פאר שעה?

און דער עיקר וואס כ'וויל רעדן, איז דער ענין פון סיפור יציאת מצרים. יעדער טאטע - שטייט אין ספרים - באקומט א געוואלדיגער כח ביים סדר נאכט צו משפיע זיין אויף די קינדער, און די קינדער זענען מקבל. אודאי איז וויכטיג צו דערציילן די נסים פון יציאת מצרים, אבער די קינדער קענען דאך שוין דאס, צי פון די מוסדות, צי פון די פארגאנגענע יארן, יא מען קען מוסיף זיין א מדרש, א מעשה, אבער עס מוז זיין מער ווי דעם, מען קען אריינפלאנצן אמונה טהורה, ספעציעל אין דעם שוואכן דור אין וואס מיר לעבן, ווי אזוי טוט איר דאס? ווי אזוי לייגט מען דאס אריין אין זייער הארץ? וואס רעדט איר? וואס פארציילט איר? איך וואלט אפרישיעטעד צו הערן פון אונזערע חברים איידיעס און עצות.
וירח ה' את ריח הניחוח

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר