משנה ברורה לעומת ערוך השלחן - ווער איז פוסק אחרון?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2755 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4713 מאל

משנה ברורה לעומת ערוך השלחן - ווער איז פוסק אחרון?

שליחה דורך יידל »

און אן ארטיקל אויף הרהורים בלאג שרייבט הרב ארי ענקין אז די מציאות איז היינט אז די "ישיבישע" וועלט פאררעכנט דעם משנה ברורה אלץ פוסק אחרון, און די נישט-ישיבישע וועלט (די מער באלעבאטישע נישט-חסידישע עולם) קוקט ארויף צום ערוך השלחן אלץ פוסק אחרון. הרב ענקין וויל טענה'ן אז פאר'ן ערוך השלחן קומט זיך די משפט הבכורה.

ער הייבט אן מיטן פשוטן הסבר, אז בעת דער משנה ברורה פארנעמט זיך מיט מלקט זיין די לעצטיגע שיטות פון די פוסקים און אחרונים אן מבחין צו זיין אין די יסודות פון זייערע פסקים, טוט דער ערוך השלחן מברר זיין יעדע שאלה פון זיין מקור אין די גמרא און אין די ראשונים. דער פראבלעם פון משנה ברורה, טענה'ט ער איז, אז ווען מ'פרובירט צו געפעלן יעדעם בלייבט מען אויסגעשפילט פון ביידע זייטן... דאס הייסט, דער משנה ברורה וואס פרובירט זיך רעכענען מיט אלע גדולי הפוסקים פון פאר אים, קומט אפט צו צו אבסורדע חומרות וואס זענען אויף קיינעם'ס געדאנק נישט ארויפגעקומען. מה שאין כן דער ערוך השלחן האט זיך זיין אויסגערעכנט מהלך. ער זעט וויאזוי ס'שיינט אים פון די גמרא, ראשונים און די פריערדיגע פוסקים, און על פי זה פסק'נט ער די הלכה.

בשם דעם גרויסן פוסק הרב יוסף אליהו הענקין זצ"ל (שו"ת בני בנים ב, ח) ברענג הרב ענקין נאך אז ער האט אויך אזוי גע'טענה'ט אין פאר די פאלגנע סיבות: קודם כל, דער ערוך השלחן איז ארויסגעקומען הערשט נאכן משנה ברורה, און אין פאקט ברענגט דער ערוך השלחן אפט דעם משנה ברורה'ס שיטה פארן שרייבן זיין אייגענע. נו, איז דאך דער ערוך השלחן א פולקאמער "בתראי" אין פולען זון פון ווארט - האבנדיג געזען וואס דער משנה ברורה שרייבט. צווייטענס, טענה'ט הרב הענקין זצ"ל, איז בעת דער משנה ברורה פארנעמט זיך נאר מיט אורח חיים, דעקט דער ערוך השלחן אלע פיר חלקי שולחן ערוך. די מעלה דערפון איז אז אזוי האבן מיר איין קאנסיסטענט מהלך פון אנהייב ביזן סוף, און מיר דארפן נישט שפרינגען פון איין מהלך אין פסק צו א צווייטע.

נאך א מעלה וואס דער ערוך השלחן האט איבער משנה ברורה, זאגט הרב הענקין זצ"ל, איז אז דער ערוך השלחן געבט זיך פיל מער אפ מיט די הלכה'דיגע יסודות פון די פארשפרייטע מנהגים. און צום לעצט, דער מחבר פון משנה ברורה איז טאקע געווען א גרויסער תלמיד חכם, אבער ער איז למעשה נישט געווען קיין יושב על מדין, א רב וואס דארף פסק'נען שאלות. דער מחבר פוונעם ערוך השלחן, לעומת זה, איז געווען א רב אין דערפאר האט ער מער פארשטאנען וויאזוי זיך צו באנעמען מיט פראקטישע הלכה'דיגע שאלות.

נאך עטליכע אינטערעסאנטע פונקטן וואס הרב ענקין דערמאנט נישט, ווערן ארויסגעברענגט אין די תגובות צום ארטיקל. איין תגובה לויטעט אז דער חילוק צווישן דעם ערוך השלחן אין די משנה ברורה זענען אז דער ערשטער האט באשיינפערליך א "כוח הפסק" וואס נעמט זיל בפשטות פון זיין א שטאט'ס רב און פארשטיין די צורך פון א קהילה, בעת דער חפץ חיים איז געווען באוואוסט מיט זיין יראת ההוראה. און מען זעט טאקע פיל מאל מער דעם אויסדרוק "ובעל נפש יחמיר" אונעם משנה ברורה ווי אין דעם ערוך השלחן. הרב יואל רייך בשם הרב הערשל שעכטער ברענגט אויך ארויס א שטארקע נקודה, נעמליך, דער משנה ברורה איז טאקע נערך געווארן בהדרכת דעם חפץ חיים, אבער א גרויס טייל איז געשריבן געווארן דורך אנדערע. דערפאר קען מען צומאל טרעפן סתירות אין פסק וכדומה. מה שאין כן דער ערוך השלחן האט איין מענטש אליינס געשריבן מהחל ועד כלה.

ביי חסידים איז אויך דער משנה ברורה געווארן אנגענומען אלץ פוסק אחרון, חוץ במקום וואו דער בעל התניא קריגט זיך. דער פראבלעם איז נאר אז אנשטאט לערנען ביידע אין פארשטיין ביידענ'ס שיטה, לערנט מען אין א משנה ברורה "עם פסקי בעל התניא", וואס איז דאך נישט דער בעל התניא'ס חיבור נאר א ליקוט פון זיין חיבור. ווי באוואוסט קען מען דעם שולחן ערוך הרב נישט לערנען אויף איין פיס, אין כל שכן נישט פון א ליקוט בתחתית העמוד.

רעדנדיג פון ליקוטים פון פסקים, איז דא דער פלאץ צו דערמאנען דאס וואס עוז והדר האט געטון בנוגע דעם ערוך השלחן לעומת דעם משנה ברורה. אין זייער מהדורה פון "ערוך השלחן" האבן זיי ארייגעדריקט "פסקי המשנ"ב", ערקלערנדיג אין דעם הקדמה אז היות דער משנה ברורה איז דאל פאררעכנט אלץ פוסק אחרון איז כדאי צו האבען דעם משנה ברורה'ס פסק פאר די אויגן בשעת מען לערנט ערוך השלחן. לענ"ד איז דאס אן עולה נוראה, בפרט נעמנדיג אין באטראכט אז דער ערוך השלחן האט געזען די אלע פסקים און ווען ער האלט זיי גענוג חשוב ברענגט ער זיי פארן געבן זיין אייגענעם פסק, און פיל מאל שפירט ער ניטאמאל פאר וויכטיג צו ברענגען דעם משנה ברורה'ס פסק. יעצט, אז איינער וויל נעמען דעם משנה ברורה אלץ זיין פוסק - ווער קען אים דען אפשטעלן? אבער גיין אריישטופן דעם משנה ברורה פאר איינער וואס וויל זיך באנוצן מיטן ערוך השלחן אין פנים אריין?
לא רעב ללחם. לא צמא למים.

דער אשכול פארמאגט 186 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר