דער בריסקער מהלך הלימוד

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6659 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8360 מאל

דער בריסקער מהלך הלימוד

שליחה דורך יאיר »

אינ'ם אשכול משפיעים און זייערע השפעות האט זיך אנטוויקלט א שמועס איבער דעם בריסקער מהלך הלימוד, און אזוי ווי דאס פארקריכט פון יענעם ענין וויל איך עפענען א באזונדערע אשכול דערפאר. איך וויל בעטן די מנהלים מ'זאל ביטע אהערברענגען די דארטיגע תגובות אויף דעם נושא.
איך האב דארט געברענגט בשם דער גאון און חכם רבי יחילא יעקב וינברג, אז רבי חיים איז געווען א פרישער רמב"ם, אבער זיינע תורות אין רמב"ם זענען פשוט נישט אמת ווייל דער רמב"ם האט בכלל נישט געהאט דעם דרך הלימוד. מען האט דארט ארויפגעברענגט אז אנדערע ספרי פלפול זענען אויך נישט צופיל בעסער, רוב פון זיי זיי זאגן לאנגע פשט'לעך ואס איז גאר רחוק אז דער רמב"ם האט דאס געמיינט.
דער פראבלעם וואס איך האב מיט רבי חיים'ס מהלך איז עטליכע זאכן. ערשטנס. דער רמב"ם האט בכלל נישט געהאט זיין צורה אויף פלפול התורה וואס ער האט, ממילא איז נישט שייך צו זאגן אז למעשה שטייט דאס אין רמב"ם, פונקט ווי אלע אנדערע ספרי פלפול, ווייל די געווענליכע פלפולים זענען כאטש אויפ'ן זעלבן אופן ווי גמרא, מילא איז שייך צו זאגן אז מען שפינט ווייטער דעם מהלך אויך אויפ'ן רמב"ם, משא"כ רבי חיים איז געקומען מיט א נייע געדאנק וואס מען טרעפט ווייניג ביז אהין, און איז כרחוק מזרח ממערב פון רמב"ם. דאס איז אזוי ווי מ'זאל אריינלערנען די תורה'ס וואס מ'זאגט אויף שעיקספעיר אין די געריכט פאפירן אויף מציצה בפה. מ'קען זיך דינגען דערויף און מחלק זיין צווישן די גמרא וואס איז פלפול'דיג און רמב"ם וואס איז דירעקט דאס פארקערטע, ממילא אפילו סתם ספרי פלפול האט א שייכות מיט גמרא, האט דאס אבער נישט קיין שייכות מיט רמב"ם.
והשנית, ווען דו זאגסט כאטש א פלפול אויפ'ן סטיל פון שאגת אריה, איז דאס א לאגישע חשבון צו וואס דער רמב"ם מוז צושטימען נישט קיין חילוק אויב ער האט דאס געמיינט אדער נישט, אבער די גאנצע אויפטו פון רבי חיים איז דאך אז די אלע סתירות אין רמב"ם איז ווייל ער האט געהאט אן אנדערע הבנה אין דעם מושג. נו, אויב דאס איז נישט אמת, האט נישט זיין פשט'ל קיין הענט און קיין פיס.
נאך א זאך וואס באדערט מיר מיט דער בריסקער מהלך, אז זיי פארענטפערן רוב מאל נישט די קשיות מיט וואס זיי האבן אנגעהויבן. זיי נעמען צוזאם אלע קשיות, און זאגן, "אט דאס שטעיט דא, די גדר פון גזילה איז נישט אז מ'גנב'ט, נאר אז מ'האט געמאכט א מעשה וואס איז נחשב כאילו עס וואלט געווען א חפצא פון א גניבה, און דאס גייט אריבער אויף די גברא פונ'ם גוזל, און צוזאמען געשעט דא א פעולה פון א קנין אויפ'ן חפץ וואס וואלט יעצט באלאנגט צום גזלן ווען נישט ס'איז דא א חיוב פון והשיב." אדער, "דער שטר איז ניט א וועג ווי אזוי ארויסצונעמען געלט, שטרך בידי מאי בעי, איז אזא דין אזא, דער שטר ווערט דאס געלט. און וואס געשעט מיט דאס געלט, ס'איז צוויי מאל די זעלבע חוב, איין מאל אין שטר, א צווייטן מאל אין די געלט. " אבער איין רגע, פארוואס האט דער רמב"ם געהאט אזא קרומע הבנה אין גזילה? פארוואס האבן די חכמים געמאכט אזא לא יוצלח'דיגן שטר וואס איז געווארן דאס געלט אליין?
דאס דערמאנט מיר פון יענע מעשה איבער איינער וואס איז געקומען צום שניידער ער זאל אים גיבן א רעקל. דער שניידער האט אים אנגעמאסטן א רעקל און ער זעט אז ס'איז צו לאנג, האט ער אים געהייסן ער זאל איינבייגן די פוס אזוי וועט דאס ווערן קערצער. נאכדעם זעט ער אז איין האנט איז לענגער ווי די צווייטע, האט ער אים געהייסן איינבייגן די הענט. דערנאך באמערקט ער אז די קראגן איז געבויגן אויף איין זייט, האט ער געהייסן פארקרומען דעם קאפ אויף די אנדערע זייט. אזוי גייט ער ארויס פון געשעפט מיט א פארנויגטן קאפ און איינגעבויגן די הענט און פיס, און איינער אויפ'ן גאס רופט זיך אן: "קוק נאר וואספארא געלונגענער שניידער ער איז, פאר אזא קריפל צו קענען נייען א רעקל!"
דאס איז בערך דער צוגאנג פון רבי חיים. אנשטאט צו זאגן אז דער רמב"ם האט געהאט אן אנדערע גירסא, ווי דער גר"א פלעגט טון, נעמט ער צוזאם אלע סתירה'דיגע הלכות, און ער שטעלט אויס א פארקרומטער פארדרייטער מושג פון גזילה וואס לויט דעם מוז דער רמב"ם לערנען אלע סתירה'דיגע הלכות, און אלע חסידים שטייען און באוואונדערן די כשרונות פון זייער רבי'ן צו צושטעלן א מהלך אין גזילה פאר דעם פארקריפלטן רמב"ם.
והשלישית, און דאס האט נישט דוקא צו טון מיט די עצם נושא, אבער איך קען זיך נישט איינהאלטן פון עס ארויפברענגען, קען איך נישט סובל זיין די בריסקער גאוה אז זיי האבן דעם איינציגן ריכטיגן מהלך הלימוד און אלעס אנדערש ביז אהין איז כקליפת השום קעגן די 'אמת'ע תורה'. כאטש זיי זאגן עס נישט קלאר ארויס איז דאס ניכר פון זייער צוגאנג. רבי יצחק לעבאוויטש זאגט: "שני טעותים גדולים טעו הבריסקאים, האחד, שאין בתורה אלא פשט, והשני, שאין בפשט אלא בריסק." אזא גוטע הגדרה וואלט אפילו א בריסקער נישט געקענט זאגן.
האדם לא נברא אלא להתענג

דער אשכול פארמאגט 99 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר