הרב עובדיה יוסף ספראוועט זיך מיט די האלאקאסט

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4249
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 7225 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3628 מאל

הרב עובדיה יוסף ספראוועט זיך מיט די האלאקאסט

שליחה דורך טאמבל סאס »

[justify]אין א מוצאי שבת אין יאר 2000 חודש אוגוסט, אהן קיין ספעציעלע צוגרייטונגען, האט הרב עובדיה יוסף באשלאסן צו פארענטפערן פאר זיינע טויזנטע פארעהרער די שווערע בייסנדע פראגע וואס פייניגט יעדן גלויביגער: וויאזוי האט דער גוטע באשעפער וואס טוט נאר גוטס, און איז דער מקור פון גוטס, געקענט צולאזן אזא האלאקאסט צו פאסירן? פארוואס האט ער נישט אפגעהאלטן די נאצישע רוצחים פון הרג'ענען מיט מיתות משונות מיליאנען פון זיין אויסדערוועלט פאלק, אסאך פון זיי באהאפטן צו זיין גלויבן, און אסאך פון זיי קינדער וואס האבן נישט טועם געווען דעם טעם פון זינד.

די קרבנות פונעם האלאוקאסט - האט הרב עובדיה מסביר געווען - זענען גלגולים פון זינדיגע נשמות, וואס גאט האט אראפגעשיקט צום גיהנום פון אוישוויץ און טרעבלינקע מיט איין ציהל: זיי אויסצורייניגן פון די אנגעהויפנטע זינד און ערמעגליכן פאר זיי א פארצייאונג (כפרה) און א אייביגע פרידן. די רעיון איז א באקאנטער, אבער דאס אדאפטירונג דערפון, דורך אזא אנגענומענע תורה'דיגע פירער ווי רב עובדיה, האט געטוישט דעם באדייט דערפון, פון זייענדיג ביז היינט א אינטרעסאנטע כאפ פון מחזירים בתשובה, ביזן גענוצט ווערן אלס לעגעטימע ענטפער פאר די ביטערע אומגליק אין אידישע היסטאריע.

די ווערטער האבן אויפגעברענגט א מורא'דיגע צארן צווישן די פרייע. די חסידים פון רב עובדיה, אויך אויב זיי האט עס אויך דערצערנט מיט באדייטנדע אומבאקוועמליכקייט, זענען זיי נאכאלץ ארויסגעקומען זיך אננעמען פאר אים. אין געוויסע אנדערע פרומע קרייזן האט מען נישט אונטערגעשטיצט רב עובדיה'ס תירוץ פארן האלאקאוסט, אבער אין רוב פעלער האבן זיי זיך אויך צוריקגעהאלטן אים צו קאנפראנטירן אפענערהייט דערוועגן.

פון וואו שטאמט דאס גלויבן אין גלגול?

די מקורות ביי אידן פון וואו עס נעמט זיך דער מושג פון גלגול זענען נישט אזוי באגרינדעט. די ערשטע מקור פון גלגול איז דוקא פונעם ווייטן מזרח טייל פון די וועלט. צווישן די הינדוס און בודהיסטן, איז אנגענומען אין זייערע רעליגיעס אז נאכן טויט פונעם ערשטן גוף אין וועלכע די נשמה האט זיך אויפגעהאלטן, גייט די נשמה-נפש אריין אין אנדערע קערפערס, ווען אין יעדן גלגול באזונדער טוט זי פרובירן צו פאררעכטן די שלעכטע מעשים וואס זי האט אפגעטוהן אין די פארגאנגעהייט. לויט וויאזוי איר עבר האט אויסגעזעהן אזוי ווערט באשטימט איר שיקזאל (קארמא) און אויב וועט זי נישט פארבעסערן איר מעשים און זיך דאדורך אויסלויטערן, וועט זי ווידער דארפן מגולגל ווערן און נישט אנקומען צו איר אויסגעווארטעטע אייביגע רוה. (נירוונה).

אינדיע איז א לאנד ווי קראנקהייטן און ארעמקייט איז א שטענדיגע גאסט, און עס איז דא א שטארקע פארבינדונג צווישן די סארט נאטורליכע פייניגונגען און פאטאליזם (דער מושג פון אננעמען אלע געשעהענישן און זאכן אלץ אומפאמיידבאר) וועלכע פירט צו די קאנצעפט פון הימל'דיגע שיקזאל. אויך אין די אלטע יונישע פיליזאפיע טרעפן מיר די מושג פון גלגול. בפרט אין די כתבים פון אפלטון, וואס האט אויסגעמאלן מענטשן וועלכע ווערן מגולגל נאך זייער טויט פאר בעלי חיים.

איז גלגול אין קעגנזאץ מיט אידישקייט?

אין חומש און אין תלמוד איז נישטא קיין זכר פון גלגול. די געדאנק פון שכר ועונש (גוטס און שטראף) אין די תלמוד איז אין קאנטראסט צו די פרינציפאל פון גלגול. וויבאלד שכר ועונש איז פשט, אז דער טויטער קומט אן, אדער אין גן עדן אדער אין גיהנום און נישט אין א נייע קערפער. ווען דער מושג פון גלגול האט צוערשט ערשינען צווישן דאס אידישע פאלק, האט דאס גלייבן אין גלגול אויפגעוועקט א שטארקע קענגערשאפט צווישן די רבנים פון כלל ישראל. אזעלכע רבנישע פערזענליכקייטן ווי רבי סעדיה גאון און רבי יוסף אלבו האבן דאס שטארק אוועקגעמאכט. די רמב"ם האט אפילו נישט דערמאנט דעם רעיון, וואס איז ווארשיינליך גענצליך פרעמד געווען פאר אים. און ווייטער זיין זוהן, רבי אברהם דערמאנט דאס מיט נעגעטיוויזם.

אין די מיטלאלטער איז איינער פון די חכמים אויפגעקומען אז ער קען מיט א פשוטע איבערווייז איבערצייגן אין די סתירה צווישן די אידישע אידילאגיע און גלגול הנשמות – די עקזיסטענץ פון גלגול טוט איבערדרייען תחיית המתים פאר אוממעגליך. וויאזוי קען די נשמה אויפלעבן אסאך גופים אין וועלכע זי איז נתגלגל געווארן אין איר היסטאריע? אלע דארפן דאך אויפצושטיין ווען די צייט וועט קומען?! רבי יהודה אריה פון מודנה אין איטאליע, פון די ראנאסאנס תקופה אין די 16 יאר-הונדערט, האט אפגעחתמ'ט זיין קאנטרעווערסיעלע פסק קעגן די השקפה פון גלגול הנשמות אין די אידישע גלויבן מיט די ווערטער: "אויב סאקרעטעס און פייטעגרוס און זייערס גלייכן האבן געגלייבט אין גלגול, און רוב קדושים און חכמי ישראל, די רמב"ם און רבינו סעדיה גאון, די רשב"א [...] האבן עס פארלייקנט, יהי רצון אז מיין חלק זאל זיין מיט די פארלייקענערס און נישט מיט די גלויביגע".

ווידעראום אנטקעגן די דעות, אין די רייען פון די מקובלים, פונעם רמב"ן ביזן אר"י, איז די געדאנק פון גלגול גאר אנגענומען געווען. מ'קען זאגן אז ס'איז אפילו געווען א פונדאמענט, און עס האט א באדייטנדע ארט אויך אין די ספרי הזוהר.

די רמב"ן אין זיין פירוש צו ספר איוב, פארענטפערט דורך גלגול די אלטע שטארקע השקפה'דיגע קשיא פון איוב די שאלה פון "צדיק ורע לו". לויט זיין הסבר דארט, וואס איז באהאלטן אין די ווערטער אזוי ווי מען איז מרמז א פארבארגענע סוד, שטאמען די יסורים אויף צדיקים פון זייער זינד אין די פריערדיגע לעבנס. אזוי האט די רמב"ן מקדים געוען אהן צווייפל - א ערשטקלאסיגע תורה'דיגע אויטאריטעט אין אידישע היסטאריע אויף וועמען זיך צו פארלאזן – דעם הרב עובדיה יוסף. עס איז וויכטיג אנצומערקן אז די ספר איוב דוקא האט יא געגעבן א קלארע דייטליכע באשיידונג פאר די שאלה אויפ'ן מקור פון שלעכטס, און די רמב"ן האט נישט געדארפט גיין אזוי ווייט ביזן געדאנק פון גלגול הנשמות. לויט ווי ס'שטייט אין ספר איוב איז די סיבה פון איוב'ס ליידן געווען א וויכוח צווישן גאט און דעם שטן, אויב ער וועט נאכאלץ בלייבן באהאפטן צו זיין גלויבונג, טראץ זיינע יסורים. איוב האט געדארפט ליידן כדי אויסצוגעפונען ווער פון זיי עס וועט ארויסגיין א געווינער. דאס איז נישט קיין גרויסע טרייסט פאר דער פארפייניגטער גלויביגער צו וויסן אז די סיבה פאר זיינע ליידענישן, קרענק, פארמעגן פארלוסט, און אויך דאס שטארבן פון זיינע קינדער, איז ווי עס שטעלט זיך ארויס ווי כאילו א אינטערווענץ אין עפעס א הימלישע שענקהויז. דעריבער איז לייכט זיך פארצושטעלן פארוואס דוקא די תנ"כישן דייטליך ארויסגעשריבענע ערקלערונג פאר דעם ליידן-פראבלעם איז אוועקגעשטופט און פארגעסן געווארן, ווי כאילו ס'וואלט אינגאנצן נישט געשריבן געווארן, און אנשטאט האבן אנדערע פארשלאגן - אזעלכע וועלכע זענען קיינמאל דערמאנט געווארן, צווישן זיי די גלגול ערשיינונג, וועלכע איז אנגעקומען פון אינדיע, - פארנומען א צענטראלע חושיבע ארט אין די אידישע השקפה אין דעם געביט.

א ענטפער וואס בארעכטיגט די רוצחים?

צו טוט גלגול אמת'דיג צושטעלן א פארשטענדליכע שיינע הסבר פאר די קשיא אויף די געטליכע דערלאזונג פונעם האלאקאוסט? אויסער די שוואכע מקורות אין די אידישע מסורה צו גלגול, פון פאר די קבלה תקופה, איז נאך דא אסאך אסאך סיבות פארוואס עס צו אטאקירן. צוערשט: דער הסבר למעשה טוט פטר'ן היטלער פון זיין פאראנטווארטליכקייט פארן אויסטיליגונג פון דאס אידישע פאלק. אייכמאן האט זיך אוועקגעשטעלט ווי א ביוראקראט אין היטלער'ס דינסט. צודען קען היטלער זיך אויך בארעכטיגן אזוי, אדורכן טענה'ן אז ער איז געווען א ביוראקראט אינעם אלמעכטיגן באשעפערס דינסט? אייכמאן דער אויסגעשפראכענער געלאטין (טויטליכע שווערד – בוטשער) פון יהדות אייראפע איז געווען אומשטאנד צו זאגן ביי זיין געריכט: "איך דרוק אויס באדויער און צער פארן אדורכפירן דאס פארטיליגונג פון די אייראפעאישע אידן.... אבער איך בין געווען א מיטל-געצייג אין די הענט פון העכערע כוחות ווי מיר און העכערע אויטאריטעטן, און אין די הענט פון שיקזאל וואס ווייסט נישט פון קיין רחמנות" היטלער, מיט א פארטיידיגונג אין געשטאלט פון געטליכע באשטראפונג, וואלט זיך געקענט אויסדרוקן מיט די זעלבע ווערטער ממש.

מיט אט די שוועריקייט האבן זיך שוין געדארפט ספראווען די אידישע דענקער אין פארשידענע צייטן אין לויף פון היסטאריע. אויב יעדעס שטראף אויסגעפירט דורך מענטשליכע הענט, איז געטוהן געווארן מיט גאט'ס רצון, דאן מיט וואס האבן די באשטראפער געזונדיגט, אויב זענען זיי נאר די שליחים פונעם כול יכול. ? די אנגענומענע ענטפער לויטעט אז די געטליכע באשלוס צו ברענגען א עונש אויף עמיצן, איז נישט פארבינדן דאס מינדעסטן, מיטן צווינגען סיי וועלכן מענטש און ארויפלייגן אויף אים דעם תפקיד צו זיין דער באשטראפער. דער וואס פירט אדורך דעם תפקיד (ארבעט) וועהלט דאס אויס מיט א פרייוויליגן ווילן. דער וואס וועט איבערצייגט ווערן מיט דעם הסבר, וועט טענה'ן אז דער נאצישע פיינט האט מעגליך בלויז אויסגעפירט די ווילן פון השגחה, אבער מען קען נישט וועגן דעם, פארמינערן זיין מאראלישע שולד דערין, וויבאלד דאס אויספירן אזא פארכטיגע טאהט, און געטליכע רצון, וואלט נישט געלעגן אויף אים ווען נישט, זיין פרייוויליגע בחירה (טשויס – אויסוואהל)

באשולדיגן די קרבנות?

א צווייטע סיבה צו פארציטערט ווערן פון הרב עובדיה'ס טעאריע פון גלגול איז דאס אז גלייבן אין די ריכטיגקייט פון גלגול הנשמות, איז פשט אז דער וואס ליידט אין איין גלגול באצאלט ערליך אויף זיינע זינד אינעם פריערדיגן גלגול. אין אינדיע דער וואס טוט אפענערהייט זיך דערבארעמען אויף די היימלאזע ארימעלייט און קבצנים וואס זענען פארשעמט אין די אויגן פון די ארטיגע איינוואוינער, איז ערווארטעט צו באקומען א תשובה אז דער ארימאן האט א הימלישע סיבה פארוואס ער טראגט אזא ביטערע שיקזאל. דאס איז א טיפישע בארעכטיגונג, פון א פארשטאפטע הארץ, לויט וויאזוי עס איז פארשטאנען אין די טעאריע פון גלגול ביי די הינדוס. א מענטש וואס ליידט, איז אליין שולדיג פאר זיינע ליידן. מען דארף נישט האבן קיין באווייז אויף דעם באשילדיגונג, מען קען עס נישט קאנטראווערסיעלאזירן. אויב איז דא ליידן איז נישט קיין ספק אז ערגעצוואו אין א ווייטער גלגול איז דא זינד. צו אפלייען דעם השקפה מסביר צו זיין דעם האלאוקאוסט, איז פארהאן ערנסטע אומדערטרעגליכע קאנסקאוונצן,

און דאס איז וואס ערוועקט אזא צארן אויף רב עובדיה. אויב די זינד פון פריערדיגע גלגולים, פארלאנגען אזא הארבע שטראף פון גאז קאמערן, קרעמאטאריומס, און מאסן ברודער-גרובער, לויט וויאזוי עס קומט אויס לויט זיינע ווערטער, אויב אזוי איז די האלאוקאוסט פארשטענדליך און בארעכטיגט אין א באדייטנדע לעוול (שטאפל) און אירע קרבנות זענען זונדיגע וועלכע זענען ראוי פאר א שטראף, און דאס איז א טענה וואס לאזט זיך נישט אראפשלינגען כמעט.

די נעץ פון בארעכטיגן גאט ביים האלאוקאוסט

דאס איז א פראבלעם וואס איז שווער זיך ארויסצודרייען דערפון. אין די אויגן פון די גלויביגע האט די שואה פאסירט אין א תקופה פון א גאט וואס באהאלט זיין עקזיסטענץ "מי כמוך באלים ה'" שטייט אין ספר שמות (טו יא) און אין לויף פון די דורות האבן אידן געדרשנ'ט דעם פסוק מיט ביטערע איראניע "מי כמוך באילמים ה'". מיט א שטומעניש אנטקעגן די ליידן פון זיינע גלויביגע. דאס שווייגן פון גאט טוט צווינגען די וואס גלויבן אין אים, אבער זענען נישט גרייט זיך צו באגענוגן מיטן ציען די אקסלען קעגן גאט'ס מעשים אין היסטאריע און זאגן "איך ווייס נישט" – צו אננעמען איינס פון די דריי מעגליכקייטן (תירוצים). אלע פון זיי אומפארשטענדליך.

די ערשטע איז אז גאט פירט נישט זיין וועלט מיט גערעכטיגקייט, און עס קימערט אים נישט צו פארמיידן אומבארעכטיגטע מענטשליכע ליידן. אזעלכע שרעקליכע פאסירונגען ווי צום ביישפיהל דער שואה, באדערט אים נישט. אפשר טוט מענטשליכע ליידן אפילו צוהעלפן אביסל אין עפעס א וועג פאר גאט, ווי עס האבן געגלייבט למשל די אזטאקים, (אור אלטע רעליגיע) וועלכע האבן געהאלטן אז די גאט פון די זון נויטיגט זיך אין מענטשליכע קרבנות כדי צו שיינען, נאכדעם וואס ער האט פארלוירן בלוט ביים אונטערגיין. די צווייטע מעגליכקייט איז אז גאט איז באמת נישט קיין כול יכול. ער איז נישט געווען בכח אפצוהאלטן די שואה, ווייניגסטנס נישט נאך די באגרעניצונגען וואס ער האט אויף זיך געלייגט, פירענדיג אונזער וועלט. די דריטע איז אז די שואה איז געווען בארעכטיגט.

די ערשטע אויסוואהל, אז גאט האנדלט נישט מאראליש, איז גענצליך פרעמד לויט אידישע געדאנקענגאנג. מ'טרעפט שוין אין ספר בראשית ווי אברהם פרעגט מיט וואונדער "השופט כל הארץ לא יעשה משפט?" (יח כה) דאס גלויבן אין גאט'ס מאראלישקייט איז מעגליך אפ' א גרויסע מתנה וואס די אידן האבן געברענגט דעם מענטש. פאר ציוויליזאציע. פראפ' אבי שגיא, א פארשער אויף אידישע מאראל, טוט אנצייכענען אז ער האט געפונען ווייניג אויסנאמען צווישן אידישע השקפה'דיגע ערליכע דענקער אנבאלאנגט דעם שיטה און איבערצייגונג. צווישן די אויסנאמען שטארצט ארויס די ווערטער וועלכע עס האבן געשריבן א אידישע רב איידערן אומגעברענגט ווערן אין קריג, די רבי פון פיסאנצע, וואס שטייענדיג נעבן די פארכטיגע גאז קאמערן האט ער געפרובט בארעכטיגן גאט מיט עפעס (א פיליזאפיע) וואס האט אים איבערגעדרייט צו זיין נישט גערעכט, לויט אונזער שכל'דיגע אנגענומענע מאראלישע געזעצן. לויט אים דארף דער אויבערשטער נישט זיין גערעכט, ווייל אלע זיינע רצונות (שטרעבונגען) ווי מאדנע אדער אומשכל'דיג עס זאל נאר אויסקוקן זענען גערעכט. – בכלל איז נישטא קיין אמת און גערעכטיגקייט, סיידן וואס דער באשעפער הייסט"

עס דערקענט זיך און עס איז פארשטענדליך די יאוש אין וואס דער פיסאנצע רבי האט זיך געפונען, אבער דאס איז כמעט א איינזאמע קול אין די אידישע גלויביגע וועלט. און ס'קוקט אויס אז ס'איז בעסער אזוי. די פרעזענליכקייט פונעם פיסאנצע רבי איז געווען א שטיק מאראלישקייט און מדות טובות. לויט ווי הרב שלמה קרליבך פארציילט נאך פון דעם רב, וואס איז געהארגעט געווארן אין עלטער פון 54, ווערטער וואס זענען איינגעקריצט אין זיינע תלמידים'ס זכרון "זיסע קינדער, טייערע קינדער, די גרעסטע זאך אויף די וועלט איז צו טוהן א טובה פאר א צווייטן".

מאדערנע אידישע דענקער וואס א פארשוועכונג אין געטליכע מאראל, אדער פארקערט אין די כבוד פון די האלאוקאוסט קדושים, איז זיי צו שווער, זענען אויפגעקומען מיט א לייכטערע תירוץ פון זייער פרעספעקטיוו: אזא וואס טוט פארקלענערן גאט'ס שטארקייט. לויט זיי, האט גאט געליטן ביים שואה צוזאמען מיט זיין פאלק, אבער ער האט זיי נישט געקענט העלפן, נאכדעם וואס עס איז געגיבן געווארן פאר מענטשן די פרייהייט פון אויסוועהלן צווישן גוטס און שלעכטס, האט גאט מער גארנישט געקענט טוהן, נאכוואס די דייטשן האבן אויסגעוועלט אין אבסאלוטע שלעכטס. אזא השקפה, אויב זאלן מיר עס פארברייטערן, וועט אונז פירן אריינצוווארפן גאט אינעם מיסט קאנע פון היסטאריע. וועלכע פלאץ בלייבט נאך פאר אים, אויב די בחירה פון מענטשן איז אלץ וואס איז מחליט?!. אויף דעם אופן פון טראכטן, וועט אויסקומען אז די סארט מענטשן זעען א גאט אין א נאך מער פארטונקעלטען פארנעפלטע פארעם ווי די וואס זעען א גאט וועלכע טוט גורם זיין א רצון וועלכע טוט אינטערווענירן אינעם מענטשליכן באשטאנד.

די זענען כשלעצמם אפשר ארויפגעקוקטע דענקער, אבער די צווישן זיי וואס דערוואגן זיך מיט א פוהלן מויל צו רעדן אין נאמען פון די אידן, אויף אלע דורות, למשל אזעלכע ווי ישעיהו לייבאוויטש (דיסיסד) זענען פנים אנשטעלער. עס איז נישט קלאר אויב גאט קען באשאפן א שטיין וואס ער קען נישט אויפהייבן, א פאפולערע שאלה צווישן די שאלות וועלכע ווערן געפרעגט אין די חוזרי בתשובה צאמקנופטן, אבער דאס איז קלאר אז א אידישע גאט לויט ווי ער איז אילוסטרירט אין תנ"ך, די תלמוד אין די דורות נאכדעם, טוט נישט באשאפן א היסטאריע וואס ער קען נישט געוועלטיגן אויף איר. עס איז וויכטיג צו אונטערשטרייכן, אז אפילו ווען עס רעדט זיך נישט פון דאס אויסהרגענען א דריטל פונעם פאלק וואס גאט האט אויסגעוועהלט, נאר ווען מ'הרג'ט א יחיד נאר אפילו, וועט מען רוב מאל נישט טרעפן אז די ארגומענט: (טענה) "די שלעכטע שיקזאל פונעם געהר'גטן איז א רעזולטאט פונעם פרייוויליגן בחירה פון דעם רוצח" זאל בכלל פארנעמען א ארט אין די אנגענומענע מקורות פון אונזער מסורה. הלל ווען ער האט געטראפן א קאפ שווימען אויפ'ן וואסער אויבערפלאך האט ער עס אזוי אנגעקוקט: על דאטפת אטפוך, וסוף מטיפייך יטופון" – וויבאלד דו האסט יענעם דערטראנקן האט מען דיך דערטראנקען, און די סוף וועט זיין, דו וואס האבן דיך דערטראנקען וועט מען זיי דערטרענקען. עכ"פ, זעהען מיר, אז דער וואס הרג'ט א מענטש טראגט א שולד דערין, נאר די נרצח איז זיך אים געקומען דעם טויט, ווייל אויב נישט וואלט די השגחה נישט צוגעלאזט מ'זאל אים הרגענען.

בלייבט אלזא איבער איין ברירה. אויב באשולדיגן מיר נישט גאט מיטן פאראנטווארטליכקייט, וויבאלד ער איז שטענדיג גערעכט, און מען קען אויך נישט אוועקנעמען פונעם סצענע, איז נישט פארהאן קיין אנדער אויסוועג נאר צו באשולדיגן די אידישע קרבנות, אדער דאס אידישע פאלק בכלל, פארן געשעהעניש פונעם שואה. און דאס איז טאקע די אנגענומענע תירוץ לויט די פרומע השקפה, כאטש מען האט נישט ליב צורעדן דערוועגן, צוליב פארשטענדליכע סיבות.

ווער האט אויפגעבראכט גאט?

אין די חרדישע וועלט איז אנגענומען דעם הנחה אז השכלה און ציונות האט אויפגעברענגט דעם צארן פון גאט ביז אזוי ווייט, אז ער איז געצווינגען געווען צו ברענגען אויפ'ן פאלק א שרעקליכע אומגליק. דער טענה לויט וועלכע גאט'ס שטראף שטאמט פון די זינד פונעם פאלק – האט א באזיס אין פסוק. די תורה טוט מצייר זיין איינצעלהייטליך וויאזוי גאט וועט זיך נוקם זיין אין זיין זינדיג פאלק, ביז עס וועט הערשן א שרעקליכע הונגער אין וואו עלטערן וועלן אויפעסן זייערע קינדער, אזש ביז דאס אידישע פאלק וועט אין רעזולטאט פון די ביטערע צרות ווערן איבערצייגט אז ס'איז מער נישטא קיין גאט צווישן זיי. למעשה, טוען די גאט בארעכטיגער אינעם שואה, אנצייגן אויף די דאזיגע פסוקים כדי צו ווייזן אז די האלאוקאסט טוט זיי אינגאנצן נישט איבערראשן. גאט האט שוין פון פריער געסטראשעט מיט דעם, אלזא וואו איז שייך צו האבן טענות און זיך וואונדערן דערויף, נאכדעם וואס די ווארענונגען זענען פשוט פארווירקליכט געווארן.

אבער לויט ווי עס איז באקאנט איז נישטא קיין סאך בייוואוינער וואס לויט זיי זאלן עלטערן האבן געזאלט אויפעסן זייערע קינדער ביי די שואה, אבער עס זענען דא באקאנטע ערציילונגען אויף דערשטיקונגען אויף קליינע וויינענדיגע קינדער, אויס מורא זיי וועלן אויסגעבן זייער באהעלטעניש פאר די דייטשן, אזעלכע געשעהענישן ערוועקן א שרעק וואס איז פאסיג און ברענגט גוט ארויס די גרעניצלאזע געטליכע נקמה וואס ווערט פארזיכערט אין צוגעזאגט אין ספר דברים פאר די זונדיגער. די ענין פון די וויינעדיגע קינדער איז אפילו פאר זיך א הלכה'דיגע שאלה, און עס ווערט בדרך כלל געפסקנט אז זיי טראגן א "דין רודף" און מען מעג ארויפלייגן אויף זיי א קושן וואס איז אומשטאנד זיי צו דערשטיקן.

איינס פון די איבערווייזונגען צווישן א באהאלטענע פארבינדונג פון די זינד און די שטראף. צווישן השכלה און די האלאוקאוסט, איז די מדינה וואס האט געברענגט עקזיסטענץ פאר ביידע. דייטשלאנד. מיט דעם, אויב וויל מען טענה'ן אז די דאזיגע קשר ווייזט אויף א געטליכע צייכן צום סיבה פונעם האלאוקאסט. קען מען דאס אפפרעגן. די צאל איבערלעבער אין דייטשלאנד איז געווען רעלעטיוולי הויעך, - א לאנד ווי רוב פון זיי פרייע, - קעגן די צאל אידישע איבערלעבער פון מזרח אייראפע, וועלכע זענען כמעט טאטאל אפגעווישט געווארן. צווישן זיי גאר אסאך פרומע. דוקא די אויפשטייג פון די נאצישע פארטיי אין דייטשלאנד האט ערמעגליכט פאר די דייטשע אידן איינצוזען און פיהלן די גרויסע סכנה וואס לאקערט אויף זיי און זיך לויפן ראטעווען ווילאנג זיי קענען נאך. די קלעם פון די דייטשע אידן וועלכע האבן געזוכט רעפיודזשי האט געצויגן די וועלטס אויפמערקזאמקייט, בפרט נאכן קריסטאל נאכט. ווייניגסטנס האלב פון זיי האבן עמיגרירט. א טייל צו אנדערע לענדער, אבער ווייט פון היטלערס נעגל. ווידעראום די אידן פון מזרח אייראפע האבן קיין שום סימן צו פאראויסזעהן די חורבן וואס דערנענטערט זיך.

אויב גאט האט אויסגעוועהלט אנצופאנגען די שואה פון דייטשלאנד כדי מרמז צו זיין אויף דער מקור פון זינד און שולד, האט ער עס געטוהן מיט א פארכטיגע איראנישן טוויסט, גאנץ טיפיקל פאר אים. און צום סוף האט די שטאפלווייזע אינטערדריקונג אין דייטשלאנד גאר אויסגעהאלפן דוקא די פרייע אידן זיך צו ראטעווען, איבערלאזנדיג די מיליאנע אידן אין מזרח אייראפע אומבאהאלפן, ביז עס איז שוין צו שפעט געווען. און טאקע, תיכף נאכן קריג האט זיך אויפגעשטעלט דער חרידישע פובליצירער משה שיינפעלד און דעקלערט די סיבה פאר וואס דאס אומגליק האט מער באטראפן די חרדים. "כל המקודש מחברו, חרב ממנו יותר", האט ער געשריבן, און ערקלערט אז גאט האט געזוכט א קרבן און אויסגעוועהלט די וואס וואס זענען באהאפט צו אים האון היטן זיינע געבאטן.

די געטליכע דערצערעניש – מיט א היסטארישן בליק

אזוי ווי אייביג, איז נישט לייכט מסביר צו זיין אידישע היסטאריע עס זאל שטימען מיט די פשוטע פשט פון תורת חטא ועונש. די גרעסטע קאטאסטראפע ביזן שואה, אויפשטאנד פון בר כוכבא, האט אויך פאסירט נאר צוליב די אנטשלאסנקייט פון די אידן צו היטן די מצות און זייער אבזאגן זיך מוותר צו זיין אויף מילה. און די אויפשטאנד איז פייערליך געשטיצט געווארן דורך רבי עקיבה דער גרויסע תנא.
די פיוט "אלה אזכרה", וואס ווערט געלייענט אין די שוהלן יום כיפור, טוט אילוסטרירן די איום'דיגע נקמה פון די רומים אין די אידישע גרויסע רבנים, אבער אין א אנאכראניסטישע אופן, און מיט ווייניג צופאסונג צו היסטארישע פונקטליכקייט. די הויט פון רבי ישמאל איז אפגעשינדעט געווארן פון אים לעבעדיגערהייט און געגעבן געווארן פארן הערשער'ס טאכטער וואס האט אים געגלוסט, און אנדערע צדיקים האבן אויסגעהויכט זייערע נשמות מיט ברוטאלע מיתות משונות.
די איינציגסטע, זייער מאדנע בארעכטיגונג דערויף וואס דער שרייבער פונעם פאעט האט מצליח געווען צו געפונען פאר דעם שרעקליכן געשעהעניש איז אז דאס איז א שטראף געווען אויף די זינד פון יוסף'ס פארקויפונג דורך די ברודער, ווי ערציילט אין ספר בראשית. צו באשטראפן די מענטשן וואס האבן נישט אדורכגעפירט דעם זינד, נאך א צייט אריבערגאנג פון באלד טויזנט יאר, איז כמעט ווי צו זאגן אז די האלאוקאוסט איז א שטראף פאר די ברודער קריג בזמן בית שני. לויט ווי עס פארציילט די פיוט, האט גאט ארויסגעוויזן דאס גרעסטע אומגעדולד אויף די וואס האבן אויסגעדרוקט וואונדער אויף די סיבה וואס טוט בארעכטיגען דעם עונש. ווען די מלאכים האבן געשריבן מיט ביטערניש "זו תורה וזו שכרה" האט גאט זיי געסטראשעט אז אויב וועלן זיי נישט שטילשווייגן וועט ער צוריקדרייען די וועלט פאר תוהו ובוהו.

דורכאויס די קרייצצוגן, לויט די טאג ביכער וואס זענען געפונען געווארן, האבן אידן דאן ארויסגעוויזן א אידישע מסירות נפש וואס איז נאך קיינמאל בעפאר נישט געזען געווארן אין אידישע היסטאריע, זיי זענען געשחט'ן געווארן און געשחט'ן זייערע קינדער אבי נישט געטובל'ט ווערן צו קריסטענום. קיינער וועט קיין ספק נישט האבן אין די גרויסע מאס ערליכקייט און מסירות נפש וואס אידן האבן געוויזן אין יענע תקופה, און פונדעסטוועגן דאך איז עס נישט גענוג געווען משכנע צו זיין גאט זיי צו לאזן לעבן בשלווה.

די צרות ת"ח ות"ט וואס כאמעלניצקי'ס מענטשן האבן דורכגעפירט, האבן זיך אפגעשפילט אין פוילן וואס האט צו יענץ צייט געשפרודלט און געלעבט אין תורה. עס זענען געשריבן געווארן אויף די צייטן ערציילוגען און אילוסטרירונגען וועלכע זענען נאך ארגער אפילו פון די וואס זענען געשריבן געווארן אויפ'ן שואה. אינעם ספר "יוון מצולה" וואס דאקומענטירט די האר אויפשטעלנדע ספעקטאקלען און פאסירונגען, האט די מחבר, נתן נטע הנובר, אפגעמאלן א שרעקליכע בילד פון סאדיסטישע פייניגונגען לא יאומן כי יסופר, ווי למשל, דאס עפענען די בויך פון א פרוי ווען זי האט נאך געלעבט, און אריינלייגן א קאץ אינעווייניג. דער ציטאט לויטעט אזוי:

"א חלק פון זיי האט מען אפגעשינדעט די הויט פון זיי און די פלייש זייערע געווארפן פאר די הינט, און א טייל האבן זיי אפגעשניטן די הענט און די פיס און געווארפן (זייערע קערפערס) אויף די וועגן, און איבערגעפארן דערויף מיט וועגענער, און צעטרויטן מיט פערדן, א טייל האבן זיי פארוואונדעט מיט פולע וואונדן, אבער נישט גענוג אויף צו שטארבן דערפון, און ארויסגעווארפן אינדרויסן אז זיי זאלן נישט שטארבן שנעל, און זיי זאלן צאפלען אין זייער בלוט ביז זייער נשמה איז ארויס. אסאך האבן זיי באגראבן לעבעדיגערהייט. זיי האבן געשחט'ן קינדער אין די מוטערס ארעמעס. און אסאך קינדער האבן זיי צעריסן אויף שטיקער אזוי ווי פיש, טראגעדיגע ווייבער, האבן זיי צעשפאלטן זייערע בייכער און ארויסגעצויגן די עובר און צעקאליעטשט זייערע פענימער. א טייל האבן זיי צעריסן די בייכער און אריינגעלייגט א לעבעדיגע קאץ אין בויך און זיי געלאזט אזוי לעבעדיג, דערנאך זיי פארנייט די בויך, און אפגעשניטן זייערע הענט, כדי זיי זאלן נישט קענען ארויסציעהן די לעבעדיגע קאץ פון בויך, און זיי האבן אויפגעהאנגען די קינדער אין די ברוסטן פון זייערע מוטערס, און א טייל קינדער האבן זיי צעשניטן מיט א שפיז, און זיי געבראטן אויפ'ן פייער, דערנאך געברענגט פאר די מאמעס זיי זאלן עסן פון זיי. צומאל האבן זיי גענומען אידישע קינדער און געמאכט פון זיי א בריק אריבערצוגיין אויף זיי"

אויב די האלאוקאסט איז געווען א שטראף אויף השכלה, אויף וואס איז געקומען די שטראף פון גזירת ח"ח ות"ט, אין א לאנד ווי אידן האבן זיך געפלאגט און געהארעוועט אויף תורה, און א נייע רוח איז נאכנישט אריינגעטרעטן?. די פלפול אין תורה איז געווען די אורזאך צו דער אומגליק, האט געענטפערט די דרשן פון יענע תקופה, רבי ברכיה ברך, וואס האט געהאלטן פון א וועג פון לערנען באגרינדעט אויפ'ן שכל הישר, אהן פלפולים זיך איבערצוקלוגן מער פונעם מאס. אין זיין הקדמה צו זיין ספר דרשות על התורה שרייבט ער "און מיט אונזערע אויגן האבן מיר געזען אז פון ווען מ'האט איינגעפירט דער צעמישטער לימוד אין אונזער מדינה, איז געקומען א שרעקליכע צעמישעניש און טונקלקייט אין די וועלט און צרות צרורות" בלייבט נאר איבער זיך צו וואונדערן וואס נאך קענען אלץ זיין די סיבות פאר גאט צו ברענגען אזעלכע פארכטיגע צרות אויף זיין פאלק.

ציונות אדער אנטי ציונות?

אין די רייען פון די תלמידי רב קוק האט מען נישט באשולדיגט השכלה מיטן שואה, אבער באזירט אויף א הארבע השערה אפשר נישט ווייניגער פון די חרדישע – די שואה איז געקומען מיטן ציהל אויסצורייסן דאס אידישע פאלק פון גלות. איר מקור ביי א אונגארישע רב, הרב שלמה טייטכל, אליין א קרבן פון קריג, וואס האט געטענה'ט אז די שואה איז באשטימט געווארן כדי ארויפצוברענגען די אידן וואס האבן זיך פארזוימט אין גלות- צום לאנד. הרב טייטכל אליין האט זיך שארף ארויסגעשטעלט קעגן ציונות פאר'ן קריג, אבער שפעטער צוריקגעצויגן. זיינע קינדער וואס האבן איבערגעלעבט, און אויסגעקליבן צו בלייבן חרדים, האבן פרובירט צו פארגלעטן בדיעבד די רושם פון זיינע ווערטער.

איראניש איז אז די חסידי סאטמער נעמען א פונקט פארקערטע שטעלונג און באשולדיגן, נישט די התנגדות צו ציונות, נאר ציונות אליין אינעם פאראנטווארטליכקייט פארן קריג. ואכן די תלמוד טוט אנווארענען אז אויב וועט דאס אידישע פאלק זיך אנטזאגן פון אננעמען דעם עול הגלות, וועט גאט מתיר זיין זיין בלוט אזוי ווי די חיות פון פעלד. (כתובות קיא א). די חסידי סאטמאר זעען אינעם שואה א שטראף אויף די מרידה פון די ציונים אין גלות, און א פארווירקליכונג פון דער שרעקעדיגע גמרא. דער אידישע חוקר אליעזער שביד, א נויגונגלאזע פיליזאף געווענליך, האט ליב עס צו באצייכענען, דוקא מיט ווערטער גענוצט אינעם פסיכאטרישען פעלד: די מאס פון דער שארפע אידילאגיע איז ווי דער מאס פון פיינטשאפט, און די מאס פיינטשאפט – אזוי טיף ווי די עמאציאנאלע משוגעת וועלכע טוט איר אונטערשטיצן איז.

צום בענעפיט פון דעם גלגול קאנצעפט

צוריקקערנדיג זיך צום הסבר פון רב עובדיה, לויט אים זענען די קרבנות פונעם האלאקאוסט געווען ראוי צו די הריגות און פארגאזונגען זייענדיג גלגולים פון פריעדיגע זינדיגע נשמות.

די רעיון פון גלגול, איז אפשר צוליב אירע מקורות פון די אלטע מזרח, א אפגעפרעגטע זאך וואס שמעקט פון א אלטע פרימיטיווע געדאנקענגאנג, אבער ס'איז כדי אנצומערקן אז עס זענען געווען פרעסטיזשפולע מערב פיליזאפן וואס האבן זיך געטשאטשקעט מיט דעם געדאנק. אפילו שופנהאווער. ס'איז א ספק צו דאס גלייבן אין לעבן נאכן טויט, וואס אפ' אסאך פון צווישן די פרייע גלייבן דערין, שטייט בעסער ווי דאס גלייבן אין גלגול. אפילו ווען די אינדישע-קריסטליכע גרונטן פון די ערשטע זענען מער סאליד.

אויב זאלן מיר אננעמען א קאמפלעטע צוויי חלקים'דיגע קאנצפציע פון א צוזאמארבעט פון די גוף מיטן נפש, וואס לויט איר איז די גוף בלויז ווי א נישטיג קלייד פארן אמת'דיגן "איך" (קוק לולקע ציבעך – ווער בין איך) וואס געפינט זיך אינעם נפש, דאן איז א שטראף פארן נפש אויף אירע זינד אין א אנדערע גוף – קלאר א מאראליש פארשטענדליכע אקט. דאס אבסענץ פון זכרונות פון זינד טוט נישט פארמינערן זיין מאראלישע אחריות צו זיינע זינד. צודען וואלטן מיר פארגעשלאגן צו באפרייען פון לעבנסלענגליכע טורמע א רוצח וויבאלד א שווערע שטיין וואס איז געפאלן אויף אים אין תפיסה האט אויסגעמעקט זיין גאנצע זכרון פונעם זינד וואס ער האט אפגעטאן?. אוודאי נישט! א שולדיגער וואס געדענקט נישט זיין זינד, איז נאכאלס שולדיג. און אמנעזיע וואלט נישט געקענט אפראטעווען אייכמאנען פונעם תליה אין רמלה, אויך אויב וואלט עס אביסל פארמינערט מיט א משהו פונעם סיפוק אויף די גערעכטיגקייט וועלכע איז געטוהן געווארן מיט אים. און דעריבער קען מען אויך זאגן אין א פארקערטע היכי תמצא. א מענטש וואס איז ריין פון זינד, וואס מ'האט איינגעפאלנצט אין זיין זכרון זכרונות וואס לויט זיי איז ער באגאנגען א געפערליכע פארברעכן, א אינטרעסאנטע ערשיינונג וואס מאדערנע פסיכאלאגיע האט איבערגעוויזן אז ס'קען פאסירן – בלייבט אזא איינער נאכאלס ריין פון זינד. די זיכרון טוט נישט באשאפן א שולד אזוי ווי עס טוט עס נישט אויסמעקן.

פון א פרומע שטאנדפוקנט פארמאגט גלגול אפילו א חסד אין זיך. אנשטאט די נפש זאל זיך פייניגן אין די יסורי גיהנום, וואס די השקפה ספרים האבן נאך פאר דאנטה (א איטאליענישע פאעט וואס לייגט אראפ וויאזוי עס זעט אויס די עפטער לייף) נישט געשפארט קיין ווערטער זיי אויסצומשל'ן, ווערט איר געגעבן נאך א טשאנס צו פאררעכטן אירע זינד און צוריקקומען ריין פון זינד צו איר מקור מחצבתה נאכן טויט. ווער וואלט זיך נישט געוואונטשן צו באקומען א צווייטע טשאנס, נאכן אפטוהן א זינד אין זיין לעבן, ער זאל קענען אלץ פאררעכטן פונדאסניי אפ' פאר א טייער פרייז. נאכמער, די רעיון פון גלגול טוט אויך רעפרעזענטירן דעם קאנצעפט פון אינדיווידואלע באשטראפונג. ד.ה "איש בעוונו יומת" (ירמיהו לא כט). די נשמה פון יעדן איינציגן אומגעקומענעם ביים קריג איז זיך ווערט געווען איר גורל, און די שטראף פונעם שואה איז נישט געקומען צוליב א זינד פונעם כלל, ווי למשל פאר'ן פאשען אין פעלדער פון השלה און נישט אין די פעלדער פון ארץ ישראל.

מען קען זאגן אז מ'האט געטוהן א באדייטנדע עולה צו רב עובדיה יוסף. נישט אז די רעיון הגלגול איז א מייסטער ארבעט, אבער עס פאלט גארנישט ווייניגער ווי יעדעס אנדערע באשיידונג און ענטפער צום פראבלעם פון פעלערהאפטיגע ענטפערס אויף גאט און דער שואה.[/justify]
איבערגעזעצט פון יהודים על הירח
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.

דער אשכול פארמאגט 181 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר