ווארפט ארויס אייער אויוון פון דערהיים!

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6958
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 5107 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6778 מאל

ווארפט ארויס אייער אויוון פון דערהיים!

שליחה דורך געפילטע פיש »

אויב האט איר אן אויוון אינדערהיים, זאלט איר וויסן אז איר האט א חלק אין אלע מענטשן וואס אויוונעס אינדערהיים, און איר האט א חלק אין אלע עבירות וואס ווערן געטוהן דערמיט, וויפיל פרייע אידן ל"ע קאכן און באקן נבלות וטריפות, וויפיל פון זיי קאכן בשר בחלב, און מיט דעם וואס איר האט אן אויוון אינדערהיים זענט איר א מתחבר לרשע, און דער וואס איז זיך מתחבר לרשע, איז אין אלע עבירות וואס דער רשע טוט האט ער א חלק דערין. קומט אויס אז איר טוט גאר אסאך געפערליכע חטאים ח"ו, כאטש איר האט גארנישט הנאה דערפון, אבער אוי לרשע אוי לשכינו, ווייל איר אלע וואס האבן אויוונעס אינדערהיים האט א חלק אין דעם. און אזוי שטייט מפורש אין אבות דרבי נתן אז ווער עס איז זיך מתחבר צו רשעים, כאטש ער טוט נישט ווי זיי, ווערט ער באשטראפט פונקט ווי זיי.

קומט אויס אז מיט דעם וואס איר האט אן אויוון אינדערהיים, וואס מיט אויווענעס עסן מיליאנען פרייע אידן נו"ט, בשר בחלב, און כל מיני מאכלות אסורות רח"ל, זענט איר מחובר צו די אלע רשעים פון די גאנצע וועלט און איר האט א חלק אין אלע זייערע עבירות און מאכלות אסורות רח"ל.

דער אשכול פארמאגט 17 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר