בטחון און די Law of Attraction

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3109
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7511 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6612 מאל

בטחון און די Law of Attraction

שליחה דורך הוגה »

[justify]איך וויל דא שרייבן א נושא וואס איז בעצם א טיפע, לאנגע און פארצווייגטע נושא. איך ווייס נישט אויב איך וועל אלעס קענען דעקן, איך האב מורא אז איך וועל אויסלאזן אסאך פונקטן, אבער לא עליך המלאכה לגמור. איך וועל אנהייבן יעצט און איבער די צייט, מיט די הילף פון די חברים וועט מען צולייגן וואס עס פעלט.

The law of attraction

עס זענען דא אסאך ביכער טעיפס און ווידיאוס מוקדש צו ערקלערן דער א.ג. געזעץ, ווי אזוי עס ארבייט, און איר היסטאריע. אין קורצן זאגט עס אונז אז די מענטש איז מושך צו זיך און אריין אין זיין לעבן אלעס מיט זיין מחשבה און טראכטן. סיי גוטס און סיי שלעכטס. אויב טראכט ער גוטס וועט ער האבן גוטס און אויב טראכט ער שלעכטס וועט ער האבן שלעכטס.

History of the law of attraction

דער גאנצע נושא איז זייער פאפולער געווארן אין די לעצטע הונדערט יאר, ספעציעל ווען די באקאנטע נאפאליאן הילל האט ארויס געגעבן זיין בעסט-סעלער בוך Think and Grow Rich וועלכער איז באזירט אויף די יסודות פון דער געזעץ. עס איז נישט קלאר פון ווי דער איידיע שטאמט, מאנכע זאגן אז דאס שטאמט פון בודהא און פון אנדערע אור אלטע מיטל אזיע'שע קולטורן פון טויזנטער יארן צוריק. אני הקטן האלט (ווי איך וועל באלד ערקלערן מער באריכות) אז עס שטאמט פון די אור אלטע "אידישע קולטור".

How it works

עס זענען דא מערערע הסברים ווי אזוי עס ארבייט. די מערסט סייענטיפיק הסבר איז (כאטש עס איז קיינמאל נישט באשטעטיגט געווארן סייענטיפיקלי לפי ידיעתי) אז די וועלט איז פול מיט ענערגיע און די מח שיקט ארויס ענערגיע סיגנאלן. די פאזיטיווע סיגנאלן טרעפן אן די פאזיטיווע זאכן אינעם אטמאספערע און ברענגן עס צוריק צום מקור – דער מענטש. די זעלבע איז ווען מען שיקט ארויס נעגעטיווע סיגנאלן.

אין די ווידיאו און אין די בוך The Secret זענען זיי מסביר אז עס ארבייט אזויווי טעליוויזיע. ווען די דרוקסט אויף די רעמאוט קאנטראל א געוויסע נומער וועט די טעליוויזיע כאפן א געוויסע טשאנאל. וואס טוסטו אויב דו האסט נישט ליב דער טשאנאל? דאן דרוק אן אנדערע נומער וועט אויפקומען אן אנדערע טשאנאל. מיין נישט ווייל עס שפילט יעצט איין טשאנאל אויפן טעליוויזיע ביסטו סטאק דאס צו וואטשען. ניין, דו קענסט טוישן די טשאנאל. ווי אזוי? דורכן דרוקן אנדערע נומערן אויפן רעמאוט, דאס שיקט ארויס סיגנאלן צו די טעליוויזיע טראנפארטערס צו שיקן א ניי טשאנאל צו דיין באקסעלע.

די זעלבע איז מיט דיין לעבן. אויב האסטו א שווערע טאג היינט, איז עס בידך צו טוישן די מציאות פונקט אזוי גרינג ווי עס איז צו טוישן א טעליוויזיע טשאנאל. לויט די וואס גלייבן אין דעם, קען א יעדער מענטש האבן וואס ער וויל, ווילאנג ער קען טראכטן און גלייבן בשלימות אז ער האט דאס שוין. ווילסט זיין א גביר? טראכט און גלייב אז דו ביזט איינס וועסטו ווערן איינס. ווילסט ווערן דאר? מוזט נישט גיין אין דזשים, קענסט ווייטער פרעסן הערינג מיט קעיק, ווילאנג דו טראכסט און דו גלייבסט בשלימות אז דו ביזט דאר. איי וועסטו טענה'ן אז דו האסט געטרייט און עס האט נישט געארבייט? די תירוץ איז אז דו האסט נישט עכט געטוישט די טשאנאל, האסט נישט געגלייבט בשלימות.

א קליינע סברא מדעת עצמי

אויב א מענטש קען זיך קאנווינסען אז ער איז רייך וועט ווערן רייך. ווי אזוי? ווייל ווען א מענטש איז קאנווינסד אז ער איז רייך פירט ער זיך אויף ווי א גביר אטאמאטיש (ווייל אויב נישט, איז א ראי' אז ער איז נישט עכט קאנווינסד), און אויב ער פירט זיך ווי א גביר וועט ער דאך ארבייטן ווי א גביר. נו, אז מ'ארבייט ווי א גביר ווערט מען דאך א גביר. (נישט יעדער איז מסכים מיט דער סברא, דאס איז אן אייגנס.)

א יעדעס מענטש האט בעצם אינערליכע כוחות צו זיין א גביר. נאר וואס דען? געוויסע פאראדיימס קענען בלאקירן פארן מענטש צו טון וואס ער דארף צו טון ארויסצוברענגן די כוחות אל הפועל. אבער אויב קען ער טוישן די טשאנאל און זיך קאנווינסן אז ער איז א גביר, דאן פאלן דאך די אלע פאראדיימס אוועק און די אינערליכע כוחות קומען ארויס און ער ווערט טאקע א גביר. איי, וואס געשעהט פלוצלינג צו דעם גביר אז יארן שפעטער האט ער פארלוירן זיין פארמעגן? עפעס האט געמוזט געשעהן א קליינע זאך וואס האט אויפגעשאקלט זיין קאנפידענס און געטוישט זיינע געדאנקן צו נעגאטיוו און דאס האט געצויגן צו אים דאס ארימקיימט און אי-הצלחה. וכן הדין בכל עניני עוה"ז ואולי גם ברוחניות, דו"ק ותמצא.

אין פשוט'ע ווערטער ווערט עס אראפ געלייגט אזוי: thoughts produce emotions, emotions produce actions and actions produce results, וכנ"ל והבן.

פאקטן

אין אלע ביכער, ווי אויך די אינטערנעט איז דא פול מיט מעשיות פון מעטשן וואס האבן זיך אויסגעהיילט פיזיש נוצנדיג די law of attraction, מענטשן זענען געווארן רייך, פארלוירן און אראפגעהאלטן וואג און נאך.

לאמיר אייך ווייזן איין דוגמא וואס איך האב נארוואס בייגעוואוינט. איך פאר – פון צייט צו צייט - א לאנגע וועג צוליב ביזנעס באדערפענישן. איך האב מיך לעצטענס אפגערעדט פאר א קאלעגע אז איך ווייס נישט פארוואס אבער די וועג נעמט מיר זייער לאנג, עס איז אלעמאל דא טראפיק אין דער צייט וואס איך פאר. אויך נעמט מיר אלעמאל א פינף צען מינוט ביז איך טרעף פארקינג. זאגט מיר יענער אז אינטערעסאנט, ער פארט די זעלבע צייט ווי איך פאר, אויף די זעלבע וועג, און טראץ די טראפיק נעמט עס אים נישט אזוי לאנג. אויך טרעפט ער עפעס אלעמאל פארקינג ווי נאר ער קומט אן ביים דעסטינאציע. מיר האבן אפגעשמועסט ארויסצופארן די זעלבע צייט און קוקן אויפן זייגער און זעהן צו עס איז טאקע אזוי. די רעזולטאטן זענען געווען אז ער איז אנגעקומען א שיינע פאר מינוט פאר מיך און ער האט באלד געטראפן פארקינג. וואס איז פשט? ער האט זיך געזעהן אנקומען שנעל, איז ער אנגעקומען שנעל, ער האט זיך געזעהן טרעפן פארקינג באלד, וכך הווה. איך, פון די אנדערע זייט, האב אלץ געטראכט אז איך וועל זיכער זיין סטאק אין טראפיק, און איך וועל זיכער נישט טרעפן פארקינג, וכך הווה.

עטליכע quotes פון חוקרים פילזאפן און שרייבער

“What we are today comes from our thoughts of yesterday, and our present thoughts build our life of tomorrow: Our life is the creation of our mind.” – Buddha


“A man is but the product of his thoughts. What he thinks he becomes. – Gandhi”


“To acquire love, fill yourself up with it until you become a magnet.” – Charles Haanel


“The vast majority of people are born, grow up, struggle, and go through life in misery and failure, not realizing that it would be just as easy to switch over and get exactly what they want out of life, not recognizing that the mind attracts the thing it dwells upon.” - Napoleon Hill


“If you’re thinking of debt, that’s what you’re going to attract.” - Bob Proctor



עס שטימט מיט תורה ויהדות

די מהלך און טעאריע ווערט ארונטערגערוסן דורך אסאך חוקרים, די שטערקסטע טענה איז א מען קען דאס נישט אויפווייזן סייענטיפיש. די שאלה פאר אונז איז צו איז דאס אויסגעהאלטן ע"פ תורה. מיר זעהט אויס אז די law of attraction איז איינס און די זעלבע ווי בטחון. נישט קיין ברודער נישט קיין קוזין נאר דאס איז ער אליין.

קודם כל איז דער נושא נישט קיין נייעס ביי אונז אידן. "טראכט גוט וועט זיין גוט" מיינט לכאורה דאס. "סוף מעשה במחשבה תחלה" מיינט זיכער דאס, און עס ערקלערט אונז אויך אז מיר זאלן עס קענען זעהן בחוש.

יעדער וואס ליינט דא זאל כאפן א בליק ארום זיך און זעהן צו זיי קענען טרעפן איין זאך וואס איז דא דארט וואס האט זיך נישט אנגעהויבן מיט א מחשבה. עס איז נישטא אזא זאך! אויב איינער איז רייך האט ער עס געצויגן צו זיך רייכקייט דורך זיין מחשבה. איך האב נאך נישט געטראפן דער רייכער מאן וואס האט געלעבט מיטן מחשבה אז ער איז א לא יצלח, אדער אז זיין ביזנעס דיעל וועט אדורך פאלן. פארדעם זענען גבירים אסאך מאל זייער אראגאנט און איבער-קאנפידענט.

כדאי מיר זאלן קענען אריינטראכטן און זעהן צו דאס איז טאקע בטחון מוזן מיר קודם פארשטיין וואס איז דאס בטחון און ווי אזוי עס ארבייט?

המשך אין געציילטע מינוטן......




.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל

דער אשכול פארמאגט 58 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר