בלאט 1 פון 1

גשמי ברכה בימי הספירה

נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2013 12:37 am
דורך שלשלת
ווערנדיג באנעצט פון רעגן וואסער שפאצירענדיג אויף די גאס, האב איך זיך דערמאנט וואס איך האב אמאל געהערט, אז רעגן וואסער בימי הספירה - אדער נאר חודש אייר - איז א סגולה אויף כמה ענינים.

אויב איך געדענק גוט, זענען דא אזעלכע וואס פירן זיך צו טרינקן פון די וואסער. אנדערע פארמאכן בלויז די שירעם צו ווערן אביסל נאס פון די מסוגל'דיגע רעגן, אא"וו.

ווי איז די מקור?
וואס איז די ענין?