ערטער אויף די וועלט וואו מענטשן זענען נאכנישט צוגעקומען

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
מורינו הרב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1136
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 4:48 pm
האט שוין געלייקט: 110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 307 מאל

ערטער אויף די וועלט וואו מענטשן זענען נאכנישט צוגעקומען

שליחה דורך מורינו הרב »

ס'איז היינט געווארן א פארגעשריטענער וועלט, וואו יעדע פינטל אין די וועלט איז פארצייכנט קלאר. ס'איז נישט ווי אמאל וואס אויסער די צוויי דערפער ארום דיין שטאט האסטו שוין נישט געוויסט וואס טוט זיך, און אויב האט מען געוואלט, האט מען דיר געקענט איינרעדן אין הימל א יריד, אז עס איז דא א ווייטע לאנד וואס גרעניצט זיך מיט די לבנה און דארט זענען פאראן מענטשן מיט דריי קעפ... היינט איז דער וועלט אזוי קליין, אז רוב וועלט קענסטו באזוכן פון דיין אפיס דורך גוגל מעפס, און אפילו די וואס זענען נאכנישט אויף גוגל מעפס, ווייסט מען אבער פונקטליך וואס עס טוט זיך דארט, און גארנישט איז פארבארגן פון מענטש'נס אויגן.

פארט זענען פאראן פלעצער וואס לויט חז"ל עקזיסטירן זיי, אבער אויף די מאפעס פון די וועלט ווייסט מען נישט פונקטליך וואו זיי זענען. פארשטייט זיך אז כופרים וועלן גענצליך לייקענען אין די עקזיסטענס פון די פלעצער, נאך וואס מען געפינט זיי נישט; אויפגעקלערטע אידן, חוקרים, וועלן זיך נעמען די מיה און ערקלערן וואו מען קען זיי געפינען און וואס עס קען מיינען; ווידער חסידי'שע חניוקישע יונגעלייט וועלן נישט וועלן וויסן (ווייל ס'קען ברענגען מחשבות זרות...) און וועלן זאגן "אויב חז"ל זאגט אז ס'איז דא, דארף מען נישט גיין קוקן וואו ס'איז - ס'איז נישט קיין נפק"מ, מען דארף גלויבן בלינדערהייט".

פארנט פון מיינע אויגן ליגט מיר יעצט צוויי אזעלכע פלעצער אויפן געדאנק.
א. סמבטיון
ב. גן-עדן מקדם
(ווער עס האט נאך דגמאות איז מכובד אפירצוקומען דערמיט, און מען וועט עס מלבן זיין ברבים.)

בשעת דער סמבטיון איז אויסגעדראשן געווארן אויף פילע ערטער, רעדט כמעט קיינער נישט איבער דער מקום פונעם גן עדן התחתון. לויט די תורה ליגט עס אויף אונזער פלאנעט און ערגעץ אויפן גלאויב דארף עס צו זיין. אנדערש פונעם סמבטיון איז פאראן פארשידענע אנווייזונגען אין די תורה אויף איר ארט, וואו זי דארף זיך געפינען. למעשה לא מצאנו אז פיל זאלן זיך פארענען דערמיט.

אלזא, לאמיר אפירנעמען די מקומות בכלל, און גן עדן בפרט, צו זען וואו געפינט זיך דער ארט פון וואו מיר אלע זענען ארויסגעקומען - דער גן עדן התחתון וואו אונזערע זיידעס האבן זיך אויפגעהאלטן געניסנדיג מזיו השכינה, ביז זיי זענען פון דארט פארטריבן געווארן נאכן זינדיגן מיטן עץ הדעת.

דער אשכול פארמאגט 21 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר