אידישקייט ? אדער א היימישער קולטור

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3087
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

אידישקייט ? אדער א היימישער קולטור

שליחה דורך מאטי »

עירובין דף נג עמוד ב דף היומי שבוע שעבר: 
 רבי יוסי הגלילי הוה קא אזיל באורחא אשכחה לברוריה אמר לה באיזו דרך נלך ללוד אמרה ליה גלילי שוטה לא כך אמרו חכמים אל תרבה שיחה עם האשה היה לך לומר באיזה ללוד.

אין אידיש : ר יוסי הגלילי איז געפארן אויפן וועג צו לוד האט ער געפרעגט ברוריה וויאזוי קומט מען אן קיין לוד? האט זי אים געענפערט גלילי שוטה! האבן די חכמים דען נישט געזאגט אל תרבה שיחה עם האשה ? וואלסט געדארפט פרעגן ווי איז לוד ? און שוין.

לאמיר צולייגען די מעשה אויף קליינע טעלערליך. ר׳ יוסי הגלילי איז געפארן אויפן וועג צו לוד און האט זיך פארבלאנדשעט. האט ער אנגעהויבן צו פרעגן דירעקציעס, יא! ער אליין! בכבודו ובעצמו ער׳ט נישט געשיקט זיין הויז בחור/ גבאי און געבליבן זיצן אין וואגן אונטערן קאסטום מעיד פלארעסנט לייט,  און מעיין געווען אין א ספר.
נאר אליינס זיך געשטעלט מיטן ווייסן בעקיטשע און טילעפ ביים פרשת דרכים, ביי די הייוועי ביים בי קיו אי  און געפרעגט דיירעקשאנס.
 און וועמען האט ער געפרעגט, א חבר ?ניין! 
א גאז סטאנציע ארבייטער ? ניין!
 סחם א א גא ? ניין! 
 נאר וועמען יא?  נישט קיין אנדערן ווי ברוריה גאר! יא! ברוריה, די רעבעצין פונעם רשכבה״ג דער תנא ר׳ מאיר די מוסטער פון כל כבודה בת מלך פנימה פונעם דור, איר פרעגט ער! ער האט זיך נישט געמאכט ווי ער זעהט איר נישט און איר איגנארירט מרוב טהרתו קדושתו נאר פשוט און פראסט אליין צוגעגאנגען פרעגן דירעקציעס פונעם גרעסטן רעבעצין אינעם דור איר הערט א מעשה ? 

וועלכע וועג קומט מען אן צו לוד ? האט אפגעקלונגען די שאלה אינעם חלל פונעם פרשת דרכים.

איך פארשטיי נישט, פארוואס זאל אים בכלל בייפאלן אז א אידישע פרוי זאל קענען דירעקציעס צו ״לוד״ ? קענט איר אפשר א פרוי וואס קען די וועג צו לוד /די מאונטענס/מאנראו/ מאנסי אדער בארא פארק? ניין איך קען נישט אזא פרוי, צו מעיסיס? דאס יא! דאס ווייס איך א סאך פרויען וואס קענען די וועג.  צו זשימבריס , לארד אין טעילאר , אמעריקען גירלס, יא! אבער צו לוד?  ר׳ יוסי הגלילי׳ס דעסטינאציע ! וואס איז שוין געווען דארט אין לוד אז ס׳זאל בכלל זיין אינטערסאנט פאר אן אשה כשירה אויב ר׳ יוסי האט געוואלט אהין אנקומען צו קענען די וועג אז זי זאל אפילו אינאכט-נעמען וויאזוי אנצוקומען אהין? 

און ברוריה! זי האט זיך בכלל נישט דערשראקן, נישט געווארן אומבאקוועם, נישט אנגעהויבן צו שטאמלען און רויט ווערן, נאר צוריק געענפערט מיט א פרעכן קאנפידענס, נישט ווי א פרוי וואס איז געכאפט אין סורפרייז אז א פרעמדע מאן האט איר עפרויטשט. דאכט זיך פונם סיגנון המעשה זעהט מען איז זי שוין געווען געוואוינט צו אויסטוישן ווערטער און פארקערן מיט איר מאנס חברים. 
וואלט איר אודאי געקענט טראכטן און זאגן יא יא! זי איז געווען א ליבעראלער, א פאמוניסט, זי האט זיך אנגענומען פאר פרויע׳נישע רעכטן, זי האט געהאלטן אז פרויען זענען אויך אן אינטעגראלער חלק פון סאסייאיטי מיט אקווילע רעכטן.

לאמיר זען... וואס ענפערט זי פאר ר׳ יוסי  הגלילי, גלילי שוטה! וואס רעדסטו צו מיר מיט אזא אריכות הלשון? גיט זי אים אריין. וועלכע וועג קומט מען אן צו לוד האסטו געזאגט? זאג בלויז ״וואו איז לוד״ שרייט זי מיט פאטאס! האבן דען נישט די חכמים געזאגט אל תרבה שיחה עם האשה? 
פארשטיי איך אזוי, זי! באנוצט זיך מיט אזעלכע אזשאקטיוון ווי שוטה! און זי איז אים מסביר באריכות מיט זאפט במתק לשונה  ווי בקיצור ער וואלט ווען געדארפט רעדן צו איר, וואס גייט דא פאהר?
אגב, דערמאן איך מיר יעצט גירסה דינקותא פון מיין כתה ד׳ רבי,  אין פרשת נח דרוקט זיך די תורה אויס מיט אן אריכות הלשון ״ואת החיה אשר איננו טהורה״ וואלט ווען געדארפט שטיין בקיצור החיה הטמאה? נאר די תורה וויל אונז לערנען צו רעדן בלשון נקיה אפילו ס׳איז אן אריכות הלשון. 
וואלט מיר אינטערסאנט געווען צו וויסן אויב סקומען זיך צוזאם די צוויי פאראדאקסן אויפאמאהל צו דער אל תרבה איז גובר אדער דער לשון נקיה איז גובר. שוין, דאס איז אן אנדערע שמועס. ואכמ״ל. 

עכ״פ וואס קענען מיר ארויסנעמען פון די גאנצע שמועס איז אזוי.
די אפגעטיילטקייט פונעם מין זכר ונקבה ביי די אמאליגע איז געווען אויסגעבויעט אויף די זאך אליינס נישט מיט הוספות נישט מיט גרעון, דהיינו , די חכמים זאגן אל תרבה שיחה איז אל תרבה דייקא! רעדן וואס פעלט זיך אויס ,זיך וואוסענדיג מאכן , זיך אויפפירן מענטשליך זיכער יא! פארוואס דען נישט, די חכמים האבן דאס נישט געזאגט. די חכמים זאגן אויך נישט צום פרוי אל תרבה שיחה עם גבר נו פארוואס זאל ברוריה נישט אריין געבן ר׳ יוסי׳ן וואס קומט אים מיטן פולסטן זין פון איר נאטורליכען געשמאק וואס זי פארמאגט און איר וועג פון רעדן.
ביי אונז קען זיך מאכן מענער פרויען וואס איגנארירן זיך איינער דעם צווייטן מיטן גרעסטן מאס טיפשות אין איגנארענץ וואס איז נאר פארהאנען .
 זי שלעפט זיך אראפ די טרעפן מיט א דאבל טרעקטור טרעילאר א.ק.א. באגי באא און דער זייט זענען דא דריי עלטערע וואס טאנצן אויף איר און שלעפן איר צוזאמען מיטן וויהאקעל דעם פארקערטן ריכטונג. און ער!  זעט נישט און ווייסט נישט. גייט זיך ווייטער זיין וועג מיטן טעלעפאן צוגעשמידט צו זלמן ווידער! און איר פאלט ניטאמאל ביי צו בעטן הילף פון אים דאס איז ניטאמאל די לעצטע אפציע.
פארוואס איז דאס אזוי?
 ווייל אונזער אידישקייט איז געווארן א וואן סייז פיט אלל קולטור, מיר טוען אזוי פארוואס? ווייל יעדער טוט אזוי!  
מ׳וועט ענדערש דאווענען מנחה ביחידות ווייל מ׳האט נישט פונקט קיין רעקל און מ׳שעמט זיך אריינצוגיין אין שול אזוי.
וואס זאגט דאס? דאס זאגט אז פונקט ווי דער היפסטער יאפפי האט א וועי אף לייף א אייגען אויסגעבויעטע קולטור אזוי האבן מיר אזא אידישער מצוות אנשים מלומדה׳דיגער קולטור איך וועל נישט צוגיין  העלפן די נעבעך׳דיגער אומבאהאלפענע פרוי מיטן קערידש ווייל ווייל...... איך וויל נישט זיין אנדערש! קיינער טוט דאס נישט, איך קען נישט זיין היימיש גענוג מיט פרעמדע פרויען  צו פירן בשותפות א קערידש אראפ אפאר טרעפן דאס איז אן אויסגעשלאסענער זאך און פארטיג.
איי די תורה זאגט עזוב תעזוב עמו,  ואהבת לרעך כמוך, העלף ארויס א צווייטע איד/ אידענע ס׳איז פונקט אזא מצווה ווי בלאזן שופר ראש השנה מ׳וואלט געמעגט גיין אין מקוה פאר דעם .
אבער ווער קערט פאר די מינערוויכטיגע זאכן סך הכל דארף איך אריין בלענדן אין מיין קאמיוניטי טוען לייטישע שידוכים זיין א נארמאלע מענטש זיך פירן ווי דער קולטור זאגט און פערטיג. אויב איז דאס אויסגעהאלטן על פי תורה מה טוב ומה נעים און אויב נישט זאל דער אייבישטער זיך רוקן אין א זייט פארן קולטור..
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום מאטי, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves

דער אשכול פארמאגט 95 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר