די געפילטערטע וועלט

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות

די געפילטערטע וועלט

הודעהדורך לולקע-ציבעך » דינסטאג מאי 07, 2013 6:45 pm

מיר זענען צוגעוואוינט צו טראכטן אז מיר, דער מין מענטש וואוינט "אינעווייניג" אין זיך. ס'איז פאראן איך, וואס וואוינט אין "מיר"; דאן איז פאראן די וועלט, דארט אינדרויסן. אלעס וואס שפילט זיך אפ ביי זיך אליין, אינעווייניג, "ווייסט" דער מענטש פשוט דורכ'ן פילן, איבערלעבן, "עקספיריענסן". פון וואו ווייסט ער, דער מענטש, וואס עס שפילט זיך אפ "אינדרויסן" פון אים, אין דער וועלט ארום? דורך די חושים. מיר זעען, הערן, שמעקן, און טאפן. מיר זעען זאכן, הערן קולות, שמעקן ריחות, און טאפן חפצים. אונזערע חושים דערציילן אונז דאס אלעס. זיי זענען אונזערע נייעס-ברענגערס.

דער מענטש, לפי זה, לעבט עפעס ווי אין א צימער – זיין גוף; די חושים זענען ווי לעכער אין די ווענט, דורך וועלכע ער קען "ארויסקוקן" און זען וואס טוט זיך "אינדרויסן".

ס'איז אבער נישט קיין פינקטליכער משל. ווייל א שפאלט אין א וואנט מיינט, אז א חלק פון דעם "שטער", דער וואנט וואס לאזט נישט דורכזען, איז באזייטיגט געווארן. דאס הייסט, די סיבה פארוואס איך קען נישט זען וואס קומט פאר אינדרויסן איז, ווייל עפעס שטייט צווישן מיינע אויגן און די זאך וואס איך וויל זען. אז דו נעמסט אוועק דעם שטער – מאכסט א לאך אין וואנט – איז די מניעה אוועקגעקומען; אז דער אפהאלט איז באזייטיגט געווארן, קען איך זען.

די חושים ארבעטן אבער נישט גענוי אזוי. לאמיר נעמען די אויגן אלץ דוגמא. דער אופן וויאזוי די זע-קראפט ארבעט איז, אז ליכט-כוואליעס, וואס האבן זיך פריער אנגעשטויסן אין א חפץ, פליען אריין דורך די אויגן-לעכער אין מוח. דארט, אין מוח, ווערן די כוואליעס פארוואנדלט אין עלעקטרישע פולסן. דער מוח נעמט דאן די דאזיגע פולסן, און פורעמט אויס א בילד ביי אונז אין מוח. דער מוח שטעלט דאן צוזאמען א "בילד" פון די עלעקטרישע פולסן. ווען דער פראצעדור ענדיגט זיך, דעמאלט "זעען" מיר די זאך. ענליך צו דעם ארבעטן די אנדערע חושים.

קומט אויס, אז ווען מיר "זעען" עפעס, איז דא עפעס צווישן דעם חפץ און די אויגן: א פראצעדור, אין וועלכן די אינפארמאציע וואס די ליכט-כוואליעס טראגן אין זיך ווערן צענומען און צוזאמגעשטעלט.

דאס מיינט, אז מיר האבן באמת נישט קיין דירעקטן שייכות מיט דער וועלט אינדרויסן; דער פראצעס צווישן באקומען די אינפארמאציע און אונזער זי "באנעמען" דינט ווי אזא פארמיטלער. און ניצנדיג דעם פריערדערמאנטן משל: אנשטאט סתם מאכן לעכער אין די ווענט, זענען אין די נעמליכע לעכער אריינגעשטעלט געווארן קאמפיוטערס, וואס כאפן אויף וואס טוט זיך אויף דער אנדערער זייט, אינדרויסן, און "קאנווערטן" די אינפארמאציע אין א פארמאט וואס דער מענטש אויף דער אנדערער זייט קען באנעמען.

מיר לעבן, הייסט עס, לעולם אין א געפילטערטער וועלט; די חושים דינען ווי פילטערס צווישן אונז-אינעווייניג און דארט-אינדרויסן.

דאס זאגט אונז אין אנדערע ווערטער אז מיר קענען קיינמאל נישט וויסן אויף זיכער פינקטליך וואס גייט דארט פאר. איינמאל מיר האבן נישט קיין דירעקטן קאנטאקט מיט'ן דרויסן, קענען מיר וויסן נאר דאס וואס דער פילטער לאזט דורך – און נאר אויף דעם אופן וויאזוי דער פילטער/קאנווערטער גיט עס אונז איבער. די איינציגע זאך וואס איז זיכער איז, אז עס איז פאראן אינפארמאציע, דאטא-שטיקלעך, וואס קומען אריין צו אונז "אינעווייניג" דורך די חושים-"לעכער". (און אפשר מיינט דער "אור הגנוז" טאקע דאס: די מעגליכקייט צו באנעמען די בריאה אן קיין פילטער, נאר נאקעט ווי זי איז. איז דער אינטערנעט, וואס איז שלעכט ווי ער איז און זיין תיקון איז דווקא יא א פילטער טאקע פון דער סטרא אחרא...)

אבער עס גייט נאך ווייטער ווי דעם. אויב האבן מיר נישט קיין דירעקטן שייכות מיט דער וועלט אינדרויסן, נאר דורך א פילטער-פארמיטלער, איז דאך מעגליך אז דארט "אינדרויסן" זענען פאראן סך מער זאכן ווי מיר ווייסן אדער קענען זיך פארשטעלן. מיר ווייסן נאר נישט וועגן די דאזיגע "אנדערע זאכן", ווייל אונזערע חושים זענען נישט אויסגעשטאט, פראגראמירט, זיי צו קענען אויפכאפן און איבערגעבן. פונקט ווי אן אויג קען נישט הערן און א נאז קען נישט זען, איז דאך מעגליך אז עס זענען פאראן זאכן וואס זענען פון אזא וועזן, אז דער אופן וויאזוי זיי קענען באנומען ווערן איז נישט זען/הערן/שמעקן/טאפן, נאר גאר עפעס אן אנדערן אופן/פארמיטלער.

אונזערע חושים באשאפן דאך גארנישט; זיי געבן אונז נאר איבער די ידיעה, אז עפעס איז דארט דא. און זיי קענען איבערגעבן נאר דאס וואס זיי כאפן אויף. א טויבער וועט קיינמאל נישט וויסן אז עמיצער אין נעקסטן צימער מאכט קולי-קולות, ביז ער וועט אייגנטליך זען די כעס'יגע גרימאסן אויף יענעמס פנים. א טויב-בלינדן וועט דאס אויך נישט העלפן. אפשר זענען מיר די טויב-שטום-בלינדע ווען עס קומט צו דערשיינונג-X.

אונזער שייכות מיט דער וועלט, אין אנדערע ווערטער, באשטייט בלויז אין אן אויסטויש פון אינפארמאציע-שטיקלעך. וואס דארט שפילט זיך באמת אפ, קענען מיר נישט וויסן אויף זיכער.
כמעט אלעס וואס כ'שרייב האב איך געהערט, געלייענט, אדער געזען. איך געדענק אבער נישט וואס, וואו, און ווען. זאל די דעקלאראציע ברענגען גאולות לעולם.
באניצער אוואטאר
לולקע-ציבעך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 125
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 14, 2013 7:00 pm
האט שוין געלייקט: 76 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 424 מאל

הודעהדורך טאמבל סאס » מיטוואך מאי 08, 2013 9:23 am

אומגלויבליך שיין.
לולקע, איך וויל נאר פארשטיין די איינגערינגלטע. וואס מיינסטו מיטן ברענגען דעם אינטערנעט אלס משל. איך וואלט עס אזוי פארשטאנען. זאג מיר צו איך בין גערעכט:
די ברענגסט די אינטערנעט אלס דוגמא, כדי מ'זאל בעסער ארויסהאבן דיין קאנצעפט. דאס זעלבע ווי מ'זעט ביי די אינטערנעט, אז זי כאפט אויף און זעהט צו פיהל "שעדליכע" אינפארמאציע וואס שטערט דעם "הייליגן אויג און גייסט" און דעריבער דארף מען אויף איר א פילטער כדי אזוי ארום זאל די אינטערנעט ביי דעם ספעציפישן איד נישט אויפכאפן אלעס. די זעלבע מיר האבן פילטער'ס וואס לאזט נישט אלעס אויפכאפן, זעהן און פארשטיין [אולי, זאגאר פאר אונזער אייגענע טובה...]

ועוד, אפשר ביסטו מסביר די לעצטע ווערטער פון דיין חתימה: "זאל די דעקלאראציע ברענגען גאולת עולם" ??? וואס גענוי מיינט עס?
אויב דו מיינסט אז די נומערן וועלן אלעמאל זיגן - דערמאן דיך נאר וויפיל מענטשן די גאז קאמערן האבן געקענט פארנעמען אין א איינצלנע טאג? 10,000 לכל הדעות.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3268
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5459 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2808 מאל

הודעהדורך טאמבל סאס » מיטוואך מאי 08, 2013 9:26 am

אלזא, דער בלינדקייט צו די דארק מעטטער איז נישט צוליב די נאך צוריקגעבליבענע טעכנעלאגיע דערפאר.
מ'דארף פשוט מאדיפיצירן אונזערע זעה קראפט, אדער אנדערע חושים.
אויב דו מיינסט אז די נומערן וועלן אלעמאל זיגן - דערמאן דיך נאר וויפיל מענטשן די גאז קאמערן האבן געקענט פארנעמען אין א איינצלנע טאג? 10,000 לכל הדעות.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3268
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5459 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2808 מאל

הודעהדורך ברסלבער » מיטוואך מאי 08, 2013 10:44 am

לולקע, זייער שיין געשריבן, יישר כח.
אבער עס מוז נישט זיין אז עס וואלט געווען א טובה ווען מיר זעהן יא מער ווי די פילטער לאזט דורך, די גמרא זאגט (ברכות ו') אז ווען די פילטער וואלט נישט געארבעט וואלט מען נישט געקענט לעבן אויף די וועלט.
תניא אבא בנימין אומר אלמלי נתנה רשות לעין לראות (כל השדים העומדים לפניו - רש"י) אין כל בריה יכולה לעמוד מפני המזיקין. אמר אביי אינהו נפישי מינן וקיימי עלן כי כסלא לאוגיא. אמר רב הונא כל חד וחד מינן אלפא משמאליה ורבבתא מימיניה.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
ברסלבער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2038
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 12:07 pm
האט שוין געלייקט: 4342 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4029 מאל

הודעהדורך טאמבל סאס » מיטוואך מאי 08, 2013 11:17 am

אקעי, אצינד ווייס איך שוין וואס דארק מעטטער איז... "שווארצע שידים ורוחות"
אויב דו מיינסט אז די נומערן וועלן אלעמאל זיגן - דערמאן דיך נאר וויפיל מענטשן די גאז קאמערן האבן געקענט פארנעמען אין א איינצלנע טאג? 10,000 לכל הדעות.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3268
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5459 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2808 מאל

הודעהדורך טאמבל סאס » מיטוואך מאי 08, 2013 11:20 am

אבער ווען ס'איז פון יענעם, קען מען יענעם בלעימען.
אויב דו מיינסט אז די נומערן וועלן אלעמאל זיגן - דערמאן דיך נאר וויפיל מענטשן די גאז קאמערן האבן געקענט פארנעמען אין א איינצלנע טאג? 10,000 לכל הדעות.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3268
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5459 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2808 מאל

הודעהדורך לולקע-ציבעך » מיטוואך מאי 08, 2013 8:00 pm

שקויעך, טאמבל און ברסלב.

טאמבל סאס האט געשריבן:דאס זעלבע ווי מ'זעט ביי די אינטערנעט, אז זי כאפט אויף און זעהט צו פיהל "שעדליכע" אינפארמאציע וואס שטערט דעם "הייליגן אויג און גייסט" און דעריבער דארף מען אויף איר א פילטער כדי אזוי ארום זאל די אינטערנעט ביי דעם ספעציפישן איד נישט אויפכאפן אלעס. די זעלבע מיר האבן פילטער'ס וואס לאזט נישט אלעס אויפכאפן, זעהן און פארשטיין

יא, אבער כ'האב עס נישט געמיינט אזוי ערנסט :)

טאמבל סאס האט געשריבן:ועוד, אפשר ביסטו מסביר די לעצטע ווערטער פון דיין חתימה: "זאל די דעקלאראציע ברענגען גאולת עולם" ??? וואס גענוי מיינט עס?

האומר דבר בשם אומרו, מביא גאולה לעולם. כ'געדענק נאר נישט פון וועמען איך האב געהערט וואס. כ'האף נאר אז משיח זאל לכבוד דעם נישט זיין א בן בלי שם :פראבלעם

ברסלבער האט געשריבן:אבער עס מוז נישט זיין אז עס וואלט געווען א טובה ווען מיר זעהן יא מער ווי די פילטער לאזט דורך, די גמרא זאגט (ברכות ו') אז ווען די פילטער וואלט נישט געארבעט וואלט מען נישט געקענט לעבן אויף די וועלט.

גערעכט.

אגב, איז אינטערעסאנט אז דער אור הגנוז איז באהאלטן געווארן נאכ'ן חטא עץ הדעת. אין פסוק געפינען מיר אבער דאס לשון: "ותפקחנה עיני שניהם." אפשר איז מעגליך אז קודם החטא האבן אדם און חווה געהאט עפעס א חוש, וואס האט אריינגעלאזט די גאנצע אינפארמאציע פון דרויסן, און נאכ'ן חטא איז דאס ערזעצט געווארן מיט דעם חוש פון "זען" וואס מיר האבן היינט. דער אור הגנוז לויט דעם איז געווארן באהאלטן, "אומזעעוודיג", דווקא דורך דעם חידוש פון זען.
כמעט אלעס וואס כ'שרייב האב איך געהערט, געלייענט, אדער געזען. איך געדענק אבער נישט וואס, וואו, און ווען. זאל די דעקלאראציע ברענגען גאולות לעולם.
באניצער אוואטאר
לולקע-ציבעך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 125
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 14, 2013 7:00 pm
האט שוין געלייקט: 76 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 424 מאל

הודעהדורך boxcover » מאנטאג יולי 29, 2013 1:02 pm

לולקע-ציבעך האט געשריבן:מיר לעבן, הייסט עס, לעולם אין א געפילטערטער וועלט; די חושים דינען ווי פילטערס צווישן אונז-אינעווייניג און דארט-אינדרויסן.

אוודאי אזוי. דו קענסט נישט זעהן dark matter (קרעדיט: @טאמבל סאס), מלאכים, און נאך. נאכמער, דו קענסט נישט זעהן און שמעקן זאכן וואס אנדערע בעלי חי קענען יא. למשל רוב חיות קענען שמעקן מער, בעסער און קלאהרער ווי דער מענטש, רוב בעלי חי קענען זעהן ביינאכט בערך אזוי גוט ווי די night-vision גלעזער וואס די ספעשאל-אפס (און geeks) האבן.

ברסלבער האט געשריבן:עס מוז נישט זיין אז עס וואלט געווען א טובה ווען מיר זעהן יא מער ווי די פילטער לאזט דורך, די גמרא זאגט (ברכות ו') אז ווען די פילטער וואלט נישט געארבעט וואלט מען נישט געקענט לעבן אויף די וועלט.
תניא אבא בנימין אומר אלמלי נתנה רשות לעין לראות (כל השדים העומדים לפניו - רש"י) אין כל בריה יכולה לעמוד מפני המזיקין. אמר אביי אינהו נפישי מינן וקיימי עלן כי כסלא לאוגיא. אמר רב הונא כל חד וחד מינן אלפא משמאליה ורבבתא מימיניה.

גערעכט. מען זעהט טאקע מענטשן מיט HCV (העפּאטיטיס C) קענען באקומען א פארשטערקערטע געפיל צו שמעקן און עס איז גארנישט אזוי איינגענעהם.
באניצער אוואטאר
boxcover
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 741
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:33 am
האט שוין געלייקט: 2557 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 410 מאל

הודעהדורך הקטן » מיטוואך יולי 31, 2013 11:44 pm

א פילטער זעט די עצם וועלט, נאר נישט אלס. דיין געדאנק איז אויך אז מיר זעהן בכלל נישט דער וועלט פינקט ווי דער קול אויפן טעלעפאן איז נישט משה'ס אייגענע קול.
די געטרענסמיטעטע וועלט
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2371
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1826 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1085 מאל

הודעהדורך שרגא » דאנערשטאג אוגוסט 01, 2013 12:11 am

לולקע, איך וואלט דיך גענומען און פאררייכערט (מיט א פילטער, פארשטייט זיך).

כ'וויל נאר צוגעבן א לעבעדיגן משל צו דיינע ווערטער, ווי ווייט עס איז מעגליך אז מען דארף פשוט אראפנעמען א לעיער, קען זיך אנטדעקן א נייע וועלט, און דאס זענען די אלע סארט שטראלן וועגן וועלכן מען ווייסט אין די מאדערנע וועלט, וואס אמאל האט קיינער נישט גע''חלומ'ט דערפון. היינט ווייסט מען למשל אז אונזערע אויגן קענען נאר זען א פיצעלע טייל פון דעם עלעקטראמאגנאטישן ספעקטרום, אבער עס זענען אזויפיל סארט שטראלן וואס מיר זעען נישט (און אפילו געוויסע חיות קענען זען וואס מיר נישט, ווי למשל בינען קענען זען אלטרא-ווייאלעט, שלענג און פיש קענען זען אינפרא-רעד, און אזוי ווייטער.

אן אנדערע זאך וואס מעג דא דערמאנט ווערן איז דער פאקט אז אין די לעצטע יארן האט די סייענטיפישע וועלט אנטדעקט, נישט מער און נישט ווייניגער, אז אלעס אלעס פון וואס מיר זעען און ווייסן פון דעם אוניווערס, איז בלויז פיר פראצענט פון וואס איז באמת פאראן. פיר פראצענט. די איבריגע איז א מיסטעריע, דערפאר רופט מען עס "דארק ענערדזשי" און "דארק מעטער". און זיי האבן נישט קיין מושג וואס די טונקעלע ענערגיע קען זיין. די חשבונות ווייזן קלאר אז עס עקזיסטירט, דאס קינד איז דא, אבער ווער און וואס ער איז, האט מען קיין השגה, און דאס איז די גרעסטע מיסטעריע פאר די היינטיגע סייענטיפישע וועלט.
רעד וועגן פילטערס...
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
באניצער אוואטאר
שרגא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 548
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 12:20 am
האט שוין געלייקט: 330 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 783 מאל

הודעהדורך יאיר » דאנערשטאג אוגוסט 01, 2013 12:19 am

שרגא, זייער שיין. דאכט זיך מיר אז די צאל זעעוודיגע ספעיס און ענערגיע איז 27% נישט 4%.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8090 מאל

הודעהדורך שרגא » דאנערשטאג אוגוסט 01, 2013 11:17 am

יאיר,
ניין, עס איז (לויט ווי מ'האלט היינט) בערך 4 פראצענט, כדלהלן: "דארק מעטער" איז ארום 27 פראצענט (וואס דאס זעט מען אויך נישט), דערנאך איז דא "דארק ענערדזשי" וואס איז ארום 68 פראצענט. בלייבט איבער א מאגערע בערך 4 פראצענט פאר דאס "זעעוודיגע" וועלט, דאס הייסט אלעס אלעס וואס מיר קענען זען, אפילו שוין נאך אלע פארגעשריטענע אינסטרומענטן, איז בלויז פיר פראצענט פון וואס עס איז "עקזיסטירט".
און דאס איז שוין וואס מען ווייסט אז מען ווייסט נישט, אבער וואס מען ווייסט נישט אז מען ווייסט נישט, דאס ווייסט מען דאך בכלל נישט אז מען ווייסט עס נישט (א שטייגער ווי ראמספעלד'ס Unknown Unknowns). און מסתמא האט דאס דער פילאסאף ציבעך מכוון געווען.
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
באניצער אוואטאר
שרגא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 548
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 12:20 am
האט שוין געלייקט: 330 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 783 מאל


גיי צוריק תורה און מחשבה

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט