די געפילטערטע וועלט

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
לולקע-ציבעך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 125
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 14, 2013 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 76 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 462 מאל

די געפילטערטע וועלט

שליחה דורך לולקע-ציבעך »

מיר זענען צוגעוואוינט צו טראכטן אז מיר, דער מין מענטש וואוינט "אינעווייניג" אין זיך. ס'איז פאראן איך, וואס וואוינט אין "מיר"; דאן איז פאראן די וועלט, דארט אינדרויסן. אלעס וואס שפילט זיך אפ ביי זיך אליין, אינעווייניג, "ווייסט" דער מענטש פשוט דורכ'ן פילן, איבערלעבן, "עקספיריענסן". פון וואו ווייסט ער, דער מענטש, וואס עס שפילט זיך אפ "אינדרויסן" פון אים, אין דער וועלט ארום? דורך די חושים. מיר זעען, הערן, שמעקן, און טאפן. מיר זעען זאכן, הערן קולות, שמעקן ריחות, און טאפן חפצים. אונזערע חושים דערציילן אונז דאס אלעס. זיי זענען אונזערע נייעס-ברענגערס.

דער מענטש, לפי זה, לעבט עפעס ווי אין א צימער – זיין גוף; די חושים זענען ווי לעכער אין די ווענט, דורך וועלכע ער קען "ארויסקוקן" און זען וואס טוט זיך "אינדרויסן".

ס'איז אבער נישט קיין פינקטליכער משל. ווייל א שפאלט אין א וואנט מיינט, אז א חלק פון דעם "שטער", דער וואנט וואס לאזט נישט דורכזען, איז באזייטיגט געווארן. דאס הייסט, די סיבה פארוואס איך קען נישט זען וואס קומט פאר אינדרויסן איז, ווייל עפעס שטייט צווישן מיינע אויגן און די זאך וואס איך וויל זען. אז דו נעמסט אוועק דעם שטער – מאכסט א לאך אין וואנט – איז די מניעה אוועקגעקומען; אז דער אפהאלט איז באזייטיגט געווארן, קען איך זען.

די חושים ארבעטן אבער נישט גענוי אזוי. לאמיר נעמען די אויגן אלץ דוגמא. דער אופן וויאזוי די זע-קראפט ארבעט איז, אז ליכט-כוואליעס, וואס האבן זיך פריער אנגעשטויסן אין א חפץ, פליען אריין דורך די אויגן-לעכער אין מוח. דארט, אין מוח, ווערן די כוואליעס פארוואנדלט אין עלעקטרישע פולסן. דער מוח נעמט דאן די דאזיגע פולסן, און פורעמט אויס א בילד ביי אונז אין מוח. דער מוח שטעלט דאן צוזאמען א "בילד" פון די עלעקטרישע פולסן. ווען דער פראצעדור ענדיגט זיך, דעמאלט "זעען" מיר די זאך. ענליך צו דעם ארבעטן די אנדערע חושים.

קומט אויס, אז ווען מיר "זעען" עפעס, איז דא עפעס צווישן דעם חפץ און די אויגן: א פראצעדור, אין וועלכן די אינפארמאציע וואס די ליכט-כוואליעס טראגן אין זיך ווערן צענומען און צוזאמגעשטעלט.

דאס מיינט, אז מיר האבן באמת נישט קיין דירעקטן שייכות מיט דער וועלט אינדרויסן; דער פראצעס צווישן באקומען די אינפארמאציע און אונזער זי "באנעמען" דינט ווי אזא פארמיטלער. און ניצנדיג דעם פריערדערמאנטן משל: אנשטאט סתם מאכן לעכער אין די ווענט, זענען אין די נעמליכע לעכער אריינגעשטעלט געווארן קאמפיוטערס, וואס כאפן אויף וואס טוט זיך אויף דער אנדערער זייט, אינדרויסן, און "קאנווערטן" די אינפארמאציע אין א פארמאט וואס דער מענטש אויף דער אנדערער זייט קען באנעמען.

מיר לעבן, הייסט עס, לעולם אין א געפילטערטער וועלט; די חושים דינען ווי פילטערס צווישן אונז-אינעווייניג און דארט-אינדרויסן.

דאס זאגט אונז אין אנדערע ווערטער אז מיר קענען קיינמאל נישט וויסן אויף זיכער פינקטליך וואס גייט דארט פאר. איינמאל מיר האבן נישט קיין דירעקטן קאנטאקט מיט'ן דרויסן, קענען מיר וויסן נאר דאס וואס דער פילטער לאזט דורך – און נאר אויף דעם אופן וויאזוי דער פילטער/קאנווערטער גיט עס אונז איבער. די איינציגע זאך וואס איז זיכער איז, אז עס איז פאראן אינפארמאציע, דאטא-שטיקלעך, וואס קומען אריין צו אונז "אינעווייניג" דורך די חושים-"לעכער". (און אפשר מיינט דער "אור הגנוז" טאקע דאס: די מעגליכקייט צו באנעמען די בריאה אן קיין פילטער, נאר נאקעט ווי זי איז. איז דער אינטערנעט, וואס איז שלעכט ווי ער איז און זיין תיקון איז דווקא יא א פילטער טאקע פון דער סטרא אחרא...)

אבער עס גייט נאך ווייטער ווי דעם. אויב האבן מיר נישט קיין דירעקטן שייכות מיט דער וועלט אינדרויסן, נאר דורך א פילטער-פארמיטלער, איז דאך מעגליך אז דארט "אינדרויסן" זענען פאראן סך מער זאכן ווי מיר ווייסן אדער קענען זיך פארשטעלן. מיר ווייסן נאר נישט וועגן די דאזיגע "אנדערע זאכן", ווייל אונזערע חושים זענען נישט אויסגעשטאט, פראגראמירט, זיי צו קענען אויפכאפן און איבערגעבן. פונקט ווי אן אויג קען נישט הערן און א נאז קען נישט זען, איז דאך מעגליך אז עס זענען פאראן זאכן וואס זענען פון אזא וועזן, אז דער אופן וויאזוי זיי קענען באנומען ווערן איז נישט זען/הערן/שמעקן/טאפן, נאר גאר עפעס אן אנדערן אופן/פארמיטלער.

אונזערע חושים באשאפן דאך גארנישט; זיי געבן אונז נאר איבער די ידיעה, אז עפעס איז דארט דא. און זיי קענען איבערגעבן נאר דאס וואס זיי כאפן אויף. א טויבער וועט קיינמאל נישט וויסן אז עמיצער אין נעקסטן צימער מאכט קולי-קולות, ביז ער וועט אייגנטליך זען די כעס'יגע גרימאסן אויף יענעמס פנים. א טויב-בלינדן וועט דאס אויך נישט העלפן. אפשר זענען מיר די טויב-שטום-בלינדע ווען עס קומט צו דערשיינונג-X.

אונזער שייכות מיט דער וועלט, אין אנדערע ווערטער, באשטייט בלויז אין אן אויסטויש פון אינפארמאציע-שטיקלעך. וואס דארט שפילט זיך באמת אפ, קענען מיר נישט וויסן אויף זיכער.
כמעט אלעס וואס כ'שרייב האב איך געהערט, געלייענט, אדער געזען. איך געדענק אבער נישט וואס, וואו, און ווען. זאל די דעקלאראציע ברענגען גאולות לעולם.

דער אשכול פארמאגט 12 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר