ווי אזוי ארבעט "כוחות הטומאה"?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות

ווי אזוי ארבעט "כוחות הטומאה"?

הודעהדורך שיטה מקובצת » פרייטאג יוני 28, 2013 11:15 am

אין דעם הערליכן אשכול "אותות ומופתים באדמת בני חם" זעען מיר זייער אינטערסאנטע מופתים וואס ווערן דערציילט ביי אנדערע רעליגיעס. @יאנקל שרייבט: "א מיסטיקער קען זאגן אז יעדע רעליגיע פארמאגט טאקע "כוחות" - אמאל טומאה און אמאל קדושה". וויל איך פארשטיין וואס איז דאס דער באגריף "כוחות הטומאה"?

איך וואלט פארשטאנען אז צדיקים האבן כוחות דקדושה, און מענטשן וואס זענען פונקט פארקערט פון זיי, גרויסע רשעים, פארמאגן כוחות הטומאה. לויט די מעשיות וואס ווערן דערציילט איז אייביג טאקע אזוי געוועהן. די גרויסע רשעים פון אנדערע רעליגיעס וואס האבן געוואלט אונטערברענגען אידן זענען געוועהן גרויסע מכשפים און האבן געהאט גרויסע כוחות הטומאה. זיי האבן געמאכט אותות ומופתים קעגן אידן. אקעי, דאס מאכט סענס. קדושה איז אידיש, ערליכקייט, חסד, אמת, וכו', און טומאה איז עבודה זרה, רשעות, אכזריות, און שקר. דאס אלעס מאכט זייער אסאך סענס.

אבער היינטיגע צייטן זעען מיר א מאדנע ערשיינונג. די מענטשן וואס מ'זעהט ביי זיי מופתים כלומרשט דורך כוחות הטומאה זענען גאר פיינע איידעלע מענטשן. דער לעצטער פויבסט דזשאן פאול 2 איז געוועהן גאר א וואוילער איידעלער מענטש, גוט צו אידן, גוט צו יעדעם. מ'דערציילט מופתים אויף "מאדער טעריסא", א קריסטליכע נאנע ואס האט געהאלפן מיליאנען מענטשן ארום די וועלט - זי האט געמאכט יתומים היימען, סקולס, שפיטעלער, זי איז ארומגעגאנגען אין פארווארפענע מדינות און מחזק געוועהן אלטע, קראנקע, צובראכענע, מצורעות, מענטשן מיט טובערקלאסיס וכו'. זי איז קלאר געוועהן א צדיקת אין פולן זין פון ווארט, נאר צו איר ביטערן מזל האט זי נישט געגלייבט אין די ריכטיגע רעליגיע.

פון די אנדערע זייט די גרויסע רשעים ווי היטלער און סטאלין ימח שמם, וואס זיי זענען געוועהן די פארקערטסטע וואס איז מעגליך פון קדושה, ביי זיי הערט מען בכלל נישט קיין מופתים!! ביי זיי איז נישט דא קיין כוחות הטומאה! איז עס נישט א פלא? הרג'ענען זעקס מיליאן אידן האט נישט געברענגט גענוג טומאה פאר היטלער ימ"ש, אבער דער איידעלער פאופ דזשאן פאול האט גענוג טומאה צו באקומען כוחות דערפון?! דער ברוטאלער רוצח סטאלין האט נישט באקומען כוחות הטומאה, אבער מאדער טעריסא האט יא געהאט גענוג טומאה?

וויל טאקע איינער זאגן אז טומאה האט מער יניקה פון עפעס א זאך אין וואס מ'גלייבט (אפילו מ'איז בעצם א גאר וואוילער מענטש), ווי אין שוידערליכע מעשים ווי ערמארדן מיליאנען אידישע קינדער? אויב ס'איז טאקע אזוי אז כוחות הטומאה האט נאר צוטוהן מיט די רעליגיע און האט נישט צוטוהן מיט וואספארא רשע מ'איז, דעמאלטס פארוואס זעהט מען אז היינטיגע צייטן זעהט מען מופתים נאר ביי גוטע מענטשן? ס'וואלט דאך געדארפט זיין מופתים אויך אויף גרויסע רשעים פון אנדערע רעליגיעס, למשל די קריסטליכע גלחים האט האבן מאלעסטערט קינדער, וכדומה?
דו גלייבסט אין דיינע עלטערן, וועגן דעם גלייבסטו אין באשעפער.
איך גלייב אין באשעפער, וועגן דעם גלייב איך מיינע עלטערן.

--שיטה מקובצת
שיטה מקובצת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 555
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:03 am
האט שוין געלייקט: 501 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1340 מאל

הודעהדורך יואליש » פרייטאג יוני 28, 2013 12:09 pm

ס'איז דא טויזעטער שיטות, לאו דוקא קאנסיסטענט מיט אבזערוואציע און לאו דוקא קאמפלעט פאר זיך. ס'שיינט מיר אז דו ווילסט פארשטיין דאס עסק על בוריו און בשורשם. עתי ועטי אין איתי, און כ'בין נישט דער גרויסער פארשטייער, אבער כ'האלט יא אז ס'איז וויכטיג צו פארשטיין נעאפלעטאניזים און איר ברייטפארצווייגטע היסטאריע פון איידיעס פון די תקופת התלמוד ביזן מיטל אלטער און דערנאך, אלס די פיליזאפישע פארגייערס צו טעאלאגיע, צו קענען אידענטיפיצירן די מיסטישע באגריפן אין קאנטעקסט. צו פארשטיין די היסטאריע פון אן איידיע איז פיל מאל סך וויכטיגער ווי פארשטיין די איידיע זעלבסט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך יואליש אום פרייטאג יוני 28, 2013 1:41 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
יואליש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2524
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1598 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3916 מאל

הודעהדורך אוהב דעת » פרייטאג יוני 28, 2013 1:01 pm

this subject intrest me very much i wish the freinds can explain it well!
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!(איחוד פעלד)
אבער נאר די חוקי התורה קען אפמאכען ווער עס איז א מאלעסטער!!!
אוהב דעת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 344
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

הודעהדורך DotCom » פרייטאג יוני 28, 2013 5:54 pm

שיטה מקובצת האט געשריבן:פון די אנדערע זייט די גרויסע רשעים ווי היטלער און סטאלין ימח שמם, וואס זיי זענען געוועהן די פארקערטסטע וואס איז מעגליך פון קדושה, ביי זיי הערט מען בכלל נישט קיין מופתים!! ביי זיי איז נישט דא קיין כוחות הטומאה! איז עס נישט א פלא? הרג'ענען זעקס מיליאן אידן האט נישט געברענגט גענוג טומאה פאר היטלער ימ"ש, אבער דער איידעלער פאופ דזשאן פאול האט גענוג טומאה צו באקומען כוחות דערפון?! דער ברוטאלער רוצח סטאלין האט נישט באקומען כוחות הטומאה, אבער מאדער טעריסא האט יא געהאט גענוג טומאה?


כ'האלט אז היטלער איז זייער מעגליך אז די כוחות הטומאה איז אים געשטאנען צוהילף, כאטש אז בשעת מעשה האט אלעס אויסגעקוקט ע"פ דרך הטבע איז אבער ווען מ'קוקט צוריק מיט א ניכטערן בליק זעהט מען אז ער האט דורכגעפירט אסאך שלא ע"פ דרך הטבע'דיגע זאכן, כ'רעד לגבי די האלאוקאסט, אנגעפאנגען ביים איבערדרייען א נארמאל באזעסן פארגעשריטן פאלק און געטוישט צו א פאלק פון אכזרים רוצחים די נידריגסטע וואס די וועלט האט נאר אמאל געזעהן, און ווייטער דורכאויס די גאנצע מלחמה ווי למשל די דורכגעפאלענע אטענטאטן דורכאויס די מלחמה, די באקאנטע דורכגעפאלענע אליאירטע אושוויץ באמבאדירונגען, און בכלל אז ס'איז אים געלונגען אויס-צו-מארדן אזויפיל אומשולדיגע מענטשן אפילו בשעת ווען אויפ'ן מלחמה פראנט איז ער שוין געשטאנען שמאל, וואס אנדערש ווי סטאלין וואס האט ג'רצח'ט אן קיין שום שטער האט היטלער גערצח'ט ביז צום לעצטן אטעם אונטער נסים'דיגע אומשטענדן, איך בין זיכער ווען היטלער זאל ארויסגעבן א בוך פון זיינע נסים וואלט עס געווען פון די גרעסטע נסים ביכער אין היסטאריע.
לול'ן לול'ט ווער ס'לול'ט דער לעצטער (-י.ל.)
באניצער אוואטאר
DotCom
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 631
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 11:51 pm
געפינט זיך: בין פיתום לרעמסס
האט שוין געלייקט: 447 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 730 מאל

הודעהדורך אביגדור » פרייטאג יוני 28, 2013 6:26 pm

יא.
אביגדור
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1301
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 04, 2013 8:19 pm
האט שוין געלייקט: 2119 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1716 מאל

הודעהדורך שיטה מקובצת » פרייטאג יוני 28, 2013 6:33 pm

@יואליש, אזוי ווי ער זאגט. איך שעץ דיינע ידיעות, אבער איך מיין אז מיין פראגע איז זייער פלעין און יסודות'דיג, און מ'דארף נישט קריכען צו טיפע פילאזאפישע וויקיפידיע בלעטער.

@DotCom, איך רעד נישט פון הצלחה "למעלה מדרך הטבע" וואס אפשר האט היטלער ימ"ש געהאט און אפשר נישט, און וואס איז אפשר די טמא'נע קאונטערפארט פאר "סייעתא דשמיא". איך רעד דווקא פון "אותות ומופתים". אזוי ווי איינער וואס מאדער טעריסא האט איר צוגעזאגט א רפואה און איר קענסער איז פארשווינדן געווארן, וכדומה. איז אויך דא א מעשה אז - להבדיל - היטלער ימ"ש זאל קענען טוהן אזעלכע מופתים מיט זיינע כוחות הטומאה?
דו גלייבסט אין דיינע עלטערן, וועגן דעם גלייבסטו אין באשעפער.
איך גלייב אין באשעפער, וועגן דעם גלייב איך מיינע עלטערן.

--שיטה מקובצת
שיטה מקובצת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 555
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:03 am
האט שוין געלייקט: 501 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1340 מאל

הודעהדורך boxcover » פרייטאג יוני 28, 2013 6:46 pm

DotCom האט געשריבן:כ'האלט אז היטלער איז זייער מעגליך אז די כוחות הטומאה איז אים געשטאנען צוהילף, כאטש אז בשעת מעשה האט אלעס אויסגעקוקט ע"פ דרך הטבע איז אבער ווען מ'קוקט צוריק מיט א ניכטערן בליק זעהט מען אז ער האט דורכגעפירט אסאך שלא ע"פ דרך הטבע'דיגע זאכן, כ'רעד לגבי די האלאוקאסט, אנגעפאנגען ביים איבערדרייען א נארמאל באזעסן פארגעשריטן פאלק און געטוישט צו א פאלק פון אכזרים רוצחים די נידריגסטע וואס די וועלט האט נאר אמאל געזעהן, און ווייטער דורכאויס די גאנצע מלחמה ווי למשל די דורכגעפאלענע אטענטאטן דורכאויס די מלחמה, די באקאנטע דורכגעפאלענע אליאירטע אושוויץ באמבאדירונגען, און בכלל אז ס'איז אים געלונגען אויס-צו-מארדן אזויפיל אומשולדיגע מענטשן אפילו בשעת ווען אויפ'ן מלחמה פראנט איז ער שוין געשטאנען שמאל, וואס אנדערש ווי סטאלין וואס האט ג'רצח'ט אן קיין שום שטער האט היטלער גערצח'ט ביז צום לעצטן אטעם אונטער נסים'דיגע אומשטענדן, איך בין זיכער ווען היטלער זאל ארויסגעבן א בוך פון זיינע נסים וואלט עס געווען פון די גרעסטע נסים ביכער אין היסטאריע.

און ווער רעדט נאך פון די אומפארשטענדליגע גאנץ אנפאנג פונעם קריג. כאטש עס איז געווען א סוד פאר גאנץ בראד אז אין די יאהרן פארן קריג האט ער גענומען דייטשלאנד (וואס האט נישט געמעגט האבען קיין ערענסטע וואפען צוליב די ערשטע וועלט קריג) און באוואפענט שטארק און שנעל, אם כל זה, איז געווען שווער צו פארשטיין די מעכטיגע פארשריט וואס ער האט געמאכט. אפילו מיט די גוטע קעפ קון ארבעטס-קראפט וואס דייטשלאנד איז ווואויל-באוואוסט האט ער געכאפט די גאנצע וועלט אין א סופער-סורפרייז.

אויך אין די ענדע, ביי די בעטל אוו באלדזש (Battle of the Bulge), האט ער באוויזען מעכטיגע כוחות, לאנג נאך וואס זיין גאנצע מיליטער איז געווען צושמעטערט און זיינע זעלנער דעמאראליזירט.
באניצער אוואטאר
boxcover
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 741
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:33 am
האט שוין געלייקט: 2557 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 414 מאל

הודעהדורך שיטה מקובצת » פרייטאג סעפטעמבער 25, 2015 1:01 pm

די וואך איז א גרויסע וואך אין די היסטאריע פון ניו יארק מיט די באזוך פון דעם פויבסט פראנציס. מ'הערט היימישע אידן רעדן וועגן דעם איידעלן און פריינטליכן פויבסט און רופן אים "אבי אבות הטומאה". וויל איך נאכאמאל פארשטיין ווי אזוי דאס ארבייט.
דו גלייבסט אין דיינע עלטערן, וועגן דעם גלייבסטו אין באשעפער.
איך גלייב אין באשעפער, וועגן דעם גלייב איך מיינע עלטערן.

--שיטה מקובצת
שיטה מקובצת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 555
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:03 am
האט שוין געלייקט: 501 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1340 מאל

הודעהדורך שלום על ישראל » פרייטאג סעפטעמבער 25, 2015 1:11 pm

שיטה מקובצת האט געשריבן:די וואך איז א גרויסע וואך אין די היסטאריע פון ניו יארק מיט די באזוך פון דעם פויבסט פראנציס. מ'הערט היימישע אידן רעדן וועגן דעם איידעלן און פריינטליכן פויבסט און רופן אים "אבי אבות הטומאה". וויל איך נאכאמאל פארשטיין ווי אזוי דאס ארבייט.

אנדערע זענען העפי
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1040
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1771 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 963 מאל

הודעהדורך געוואלדיג » זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 10:09 am

כוחות הטומאה האט צוטוהן מיט א אמונה אין וואס מען גלייבט, און מיט געוויסע כוחות מיט וואס מען איז זיך מקשר, און נישט דווקא מיט די גוטסקייט אדער שלעכטיגקייט פון א מענטש,
פאר אינטרעסאנטקייט וועל איך צוצייכענען צו רש"י סוף פרשת תולדות אויפן פסוק אז אברם אבינו האט געגעבן מתנות פאר די בני הפלגשים און זיי משלח געווען צו די מזרח לענדער, זאגט רש"י
נתן אברהם מתנות. פירשו רבותינו שם טומאה מסר להם.

און ווי רש"י איז מסביר אין די גמ' (סנהדרין צא.)
שם טומאה. כשוף ומעשה שדים:
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 7295 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4881 מאל

הודעהדורך בן אדם » מיטוואך יולי 20, 2016 6:52 pm

ליטוואק פון בודאפעסט דא האט געשריבן:דער חילוק איז אז איך גלויב אויך נישט אז דער בעלזער רב האט געטוהן דערין. פאלקס געשיכטעס וואס מ'האט ממציא געווען כדי צו פארוויילען די לאנגע טונקעלע נעכט, וואס תמימי לב האבען אנגענומען פאר ערנסט, אזש אלע אנדערע מעשה'ס האט מען פארגעסען. ליין א בוך פון גוים פון יענער צייטען און זאג מיר צו ס'איז נישט די זעלבע

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk

ס'איז נישט אפגעפרעגט אז גוים האבן אויך כוחות.
Someone's stupid
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 3074 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1428 מאל

הודעהדורך פליקער » דאנערשטאג יולי 21, 2016 1:17 pm

עס איז נישט דא קיין כוחות הטומאה היינט גענוי ווי עס איז נישטא קיין כוחות הקדושה, קאן זיין עס איז געווען אבער היינט איז נישטא, פשוט קיינער איבערצייגט עס נישט ווי שוין ערווענט און אנדערע אשכולות אז עס זענען טאקע יא דא וואס זאגן אז זיי האבען איבער נאטירליכע כוחות אבער למעסה קען עס קיינער נישט איבערצייגן אז זיי פארמאגן דאס ווען מען שטעלט זיי פאר א דאבל בליינדעד טעסט. עי' ערך דזעמס רענדי און די רעמזי טשלעלנטש אדרבה איר קענט כאפן א מיליאן טאלער גאנץ גרינג, אפשר דאך איז עס גרינגער צו גיין טראנטא צי די רייכמאן'ס און מאכן א בילד און כאפן א מוצה, ווי איידער ברויכן איבערצייגן אז מען איז טאקע א מורם מעם.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1691
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 1169 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3646 מאל

Re: ווי אזוי ארבעט "כוחות הטומאה"?

הודעהדורך בר-כוכבא » מוצ"ש יולי 23, 2016 11:23 pm

דער דזשעימס רענדי פרייז איז שוין פארנומען https://youtu.be/c_0E1XJP33E
"יסוד האושר הוא: אהבת האמת בשכל, אהבת היושר בחיים, אהבת היופי ברגש, אהבת הטוב במעשה." ~ אורות הקודש א עב
באניצער אוואטאר
בר-כוכבא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 20, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 403 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 536 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מוצ"ש יולי 23, 2016 11:29 pm

פליקער האט געשריבן:עס איז נישט דא קיין כוחות הטומאה היינט גענוי ווי עס איז נישטא קיין כוחות הקדושה, קאן זיין עס איז געווען אבער היינט איז נישטא, פשוט קיינער איבערצייגט עס נישט ווי שוין ערווענט און אנדערע אשכולות אז עס זענען טאקע יא דא וואס זאגן אז זיי האבען איבער נאטירליכע כוחות אבער למעסה קען עס קיינער נישט איבערצייגן אז זיי פארמאגן דאס ווען מען שטעלט זיי פאר א דאבל בליינדעד טעסט. עי' ערך דזעמס רענדי און די רעמזי טשלעלנטש אדרבה איר קענט כאפן א מיליאן טאלער גאנץ גרינג, אפשר דאך איז עס גרינגער צו גיין טראנטא צי די רייכמאן'ס און מאכן א בילד און כאפן א מוצה, ווי איידער ברויכן איבערצייגן אז מען איז טאקע א מורם מעם.

פליקער: דעם גרויסן כח פון רוח הקודש (הקאקאש) האמיר געזעהן ביי דעם טראגישן פאל פון די 3 ישיבה בחורים וועלכע זענען ל"ע געקידנעפט געווארן דורך די פאלעסטינער רוצחים ימ"ש. און די הייליגע מישקאלצע רבי שליט"ע האט געזאגט אז אויב די מאמעס וועללן באקן חלות אויף שבת, וועללן די קינדער צוריקקומען. ווען זיי זענען נעבעך שוין געווען געהרג'ט...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13894
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 15889 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8984 מאל

Re: ווי אזוי ארבעט "כוחות הטומאה"?

הודעהדורך פליקער » זונטאג יולי 24, 2016 12:53 am

בר-כוכבא האט געשריבן:דער דזשעימס רענדי פרייז איז שוין פארנומען https://youtu.be/c_0E1XJP33E

בכלל נישט, אבע''א אבער ווייס, ואידך גיסא אפריל פולס, איכא דאמרי סתם א פרענק, דו מיזט קוקן ביזן ענדע.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1691
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 1169 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3646 מאל

הודעהדורך אברך משי » מיטוואך יולי 27, 2016 5:40 pm

ר' בערל דער בעל עגלה האט געשריבן מיט שפאס
דעם גרויסן כח פון רוח הקודש (הקאקאש) האמיר געזעהן ביי דעם טראגישן פאל פון די 3 ישיבה בחורים וועלכע זענען ל"ע געקידנעפט געווארן דורך די פאלעסטינער רוצחים ימ"ש. און די הייליגע מישקאלצע רבי שליט"ע האט געזאגט אז אויב די מאמעס וועללן באקן חלות אויף שבת, וועללן די קינדער צוריקקומען. ווען זיי זענען נעבעך שוין געווען געהרג'ט...!

איך בין זיכער אז דארט איז בלויז געווען א טעכנישע-מיס-פארשטענדעניש, וואלטן די מאמעס געבאקן זעקס-פיסיגע-לאנגע-הויכי-און-ברייטע-מישקאלצע-רבי-סטייל-חלות בין איך זיכער דערינען אז די דריי בחורים וואלטן ניצול געווארן ממות לחיים און אפשר אפילו אויפגעשטאנען תחיית המתים אין זכות פון דער רבינס קויליטש
בכל אדם יש דבר יקר שאינו נמצא בשום אדם אחר! (רבי פנחס מקוריץ זי"ע)
אברך משי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 313
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 16, 2016 2:29 pm
געפינט זיך: נישט ווייט
האט שוין געלייקט: 265 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 404 מאל


גיי צוריק תורה און מחשבה

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט