ט' באב און ט"ו אב - משנת רבי אביגדור

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
שיטה מקובצת
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 574
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:03 am
האט שוין געלייקט: 518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1480 מאל

ט' באב און ט"ו אב - משנת רבי אביגדור

שליחה דורך שיטה מקובצת »

פאר אזא איד ווי רבינו הגדול רבי אביגדור מיללער זצוק"ל איז אזא טאג ווי ט' באב נישט אדורך אזוי פשוט. ער האט עס גענוצט זיך מתבונן צו זיין וואס אזא טאג באדייט, וואס מיר האבן פארלוירן מיט'ן חורבן הבית, און וואספארא עבודה עס פארלאנגט פון אונז היינט. רבי אביגדור האט געזאגט פאר אונז, זיינע געטרייע תלמידים, אז די טעג פון חודש אב האט איין עיקר זאך אויף די אגענדע – אחדות! זיין פאראייניגט מיט גאנץ כלל ישראל.

דער שרעקליכער חורבן בית המקדש איז דאך געשעהן צוליב שנאת חינם. און אין די טעג דארפן מיר ארבעטן אויף אחדות. אין די טעג פון אב האט דער רבוש"ע אונז צוגעשטעלט דעם סור מרע און דעם עשה טוב. ט' באב אליינס איז דער סור מרע – עס איז דער טאג ווען מיר דארפן זיך מתבונן זיין אין דעם שנאת חינם וואס האט צוגעברענגט דעם שרעקליכן חורבן בית המקדש און דעם ביטערן גלות ווי מיר געפינען זיך נאך היינט. גלייך נאכדעם קומט חמשה עשר באב – ווען עס איז דער עשה טוב, דער טאג ווען מיר דארפן זיך מתבונן זיין און פארשטייט די גרויסקייט און וויכטיגקייט פון אחדות.

די גמרא אין מס' תענית זאגט אז יום כיפור און ט"ו באב זענען געוועהן ספעציעלע טעג פון שמחה. די גמרא זאגט בשלמא יום הכיפורים, דאית ביה סליחה ומחילה, פארשטייט דאך יעדער די גרויסע שמחה פון די טאג, אבער חמשה עשר באב – מאי האי? וואס איז די גרויסע שמחה? די גמרא ענטפערט פיר תירוצים וואס אלע פון די תירוצים האבן א שייכות מיט דעם ענין פון אחדות ביי כלל ישראל.

דער ערשטער תירוץ איז אז די גרויסע שמחה פון ט"ו באב איז צוליב דעם וואס אין דעם טאג איז מותר געווארן פאר יעדעם חתונה צו האבן מיט אידן פון די אנדערע שבטים. די צער פון נישט קענען חתונה האבן מיט אנדערע שבטים איז זייער פארשטענדליך – אידן זענען איין גרויסע פאלק, כלנו אחים אנחנו, און זיך נישט קענען מישן מיט די אייגענע ברידערס איז א גרויסע צער. איז די אחדות וואס איז געקומען פון די היתר א גרויסע שמחה.

נאך א תירוץ: עס איז דער טאג ווען דער שבט בנימין האט געמעגט אנפאנגען חתונה האבן מיט די אנדערע שבטים. דאס איז געוועהן נאך די שרעקליכע טראגעדיע פון פילגש בגבעה, ווען זיבעציג טויזענט אידן האבן פארלוירן זייער לעבן אין די מלחמה צווישן שבט בנימין און די אנדערע שבטים. דעמאלטס האבן אלע שבטים זיך אונטערגענומען אז מ'טאר זיך נישט משדך זיין מיט שבט בנימין. אבער אין דעם טאג ט"ו אב איז דער איסור אראפגענומען געווארן.

נאך א תירוץ אויף וואס די שמחה פון ט"ו באב איז: אין דעם טאג ט"ו אב האבן די אידן אויפגעהערט צו שטארבען אין מדבר. ביז דעמאלטס איז געוועהן א גרויסע אפטיילונג ביי אידן. די אידן פון צווישן די יארן 20 און 60 זענען אויסגעשטאנען צו שטארבן יעדעס יאר. אבער אין דעם טאג ט"ו באב זענען אלע אידן געווארן ווי איינס, און יעדער איז געווארן די זעלבע.

א פערטער תירוץ: אין ט"ו אב האט הושע בן אלה אראפגענומען די גרעניצען וואס ירבעם בן נבט האט אוועקגעשטעלט ביי דעם וועג צו ירושלים. ירבעם מלך ישראל איז געוועהן א גרויסער מענטש, אבער ער האט געמאכט א גרויסער טעות. ער האט געזאגט "איך האב באקומען די מלוכה פון די צען שבטי ישראל דורך דעם נביא אחיה השילוני, ווייל איך האב מוחה געוועהן קעגן די זינד פון שלמה המלך וואס ער האט אריינגעברענגט אסאך פרעמדע פרויען אין ירושלים. איז נישט מער ווי רעכט אז איך זאל אפטיילן די אידן פון די זינדיגע אידן פון ירושלים". אבער עטליכע הונדערט יאר שפעטער האט הושע בן אלה אוועקגענומען די גרעניצען, און עס איז געוועהן א גרויסע שמחה ביי כלל ישראל צוליב די פאראייניגונג פון די שבטי ישראל און שבטי יהודה.

די אלע פיר מהלכים פון די גמרא זאגן אונז איין מעסעדזש: אחדות, אחדות, אחדות, אחדות. אידישע קינדער דארפן זיין באחדות. מ'דארף זיין צוזאמען, ליב האבן יעדעם, און חלילה נישט פיינט האבן קיין איד. א רוסישער, א ספרדישער, א ליטווישער, א סאטמארער, א תימן'ער – ס'איז אלעס די זעלבע זאך. מיר דינען דעם זעלבן הייליגן באשעפער. און דאס איז וואס מיר דארפן געדענקען יעצט אין די "ניין טעג", און דאס איז אונזער עבודה דורך אויס תשעה באב און נאכדעם חמשה עשר באב.
דו גלייבסט אין דיינע עלטערן, וועגן דעם גלייבסטו אין באשעפער.
איך גלייב אין באשעפער, וועגן דעם גלייב איך מיינע עלטערן.

--שיטה מקובצת

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר