איז דא א היתר נישט צו געבן א היתר צו שאוערן אין די ניין טעג?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6104
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:12 pm
האט שוין געלייקט: 7222 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5132 מאל

איז דא א היתר נישט צו געבן א היתר צו שאוערן אין די ניין טעג?

שליחה דורך ראשעקאל »

מיין זוהן, א 15 יעריגע בחור, האט נעכטען געפרעגט א דיין אויב ער מעג זיך שאוערן יעצט אין די ניין טעג היות ער שוויצט זייער שטארק. די דיין האט געענטפערט "ס'קימט דאך שוין שבת, ווארט שוין צו ביז שבת, וועסטו זיך דעמאלטס שאוערן"

מיין זוהן האט עס מיר איבערגעזאגט און עס האט מיך זייער אויפגערעגט. האסט א פארשוויצטע בחור'ל, וואס לערענט פלייסיג ב"ה, און פארוואס דארף ער זיין פארשטינקען און פארשוויצט ביז שבת?! ובפרט וואס איך ווייס זייער גוט אז די גאנצע איסור איז נאר זיך צו וואשען פאר פארגעניגען, און דא רעדט מען פשוט פון לעבן נארמאל ווי עס איז היינט די סדר.

אמאליגע צייטן פלעגט מען זיך וואשן זייער זעלטען, אפשר איין מאל אין א פאר חדשים, און עס איז געוועהן א גרויסע פארגעניגען און הנאה- אבער היינט טוהט מען עס נישט פאר פארגעניגען, נאר צו קענען אנגיין מיט'ן געהעריגען סדר היום. איך געדענק אז אפילו די משנה ברורה פסק'ענט שוין אז "אויב איינער איז געוואוינט זיך צו וואשן יעדע וואך מעג ער זיך וואשן זיין פנים הענט און פיס." פון דעם אליין זעהט מען אז נאר 80-90 יאהר צוריק פלעגט מען זיך נישט נארמאל וואשן מער ווי איין מאל א וואך. היינט וואס יעדער וואשט זיך יעדן טאג האט יעדער א הלכה ווי איסטניס.

מיין שאלה איז נישט אויב עס איז מותר זיך צו וואשן, דאס ווייס איך קלאר אז ס'איז מותר, נאר מיין שאלה איז אויף די דיין אויב ער מעג בכלל זאגן אז מ'מעג נישט! איז בכלל דא א דעה וואס זאגט אז מ'מעג נישט?? און אויב ס'איז דא איין אזא דעה איז נארמאל אז מ'זאל דווקא דאס פסק'ענען פאר א בחור'ל וואס שוויצט שטארק??
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!

דער אשכול פארמאגט 46 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר