ומותר הבהמה מן האדם

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3109
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7511 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6612 מאל

ומותר הבהמה מן האדם

שליחה דורך הוגה »

[justify](איך לייג דער אשכל דערווייל אין דער אפטיילונג צוליב דעם וואס איך האלט אז דער שטיקל איז "מחשבה", אויב האבן די גבאים א בעסערע היים דערפאר קענט איר עס אהין מופן.)


אן אונטערגעהערטע שמועס אין א פארם.

יאנקל אקס: איך פיל אסאך מאל עכט שלעכט פאר די מענטשן.
משה ציגעלע: וואס איז שוין ווידער געשעהן?
יאנקל אקס: איך פיל שלעכט אז זיי לעבן אין אזא איגנארענס.
מעכל די חזיר: איגנארענס? זיי גייען דאך ארום מיט די נאז אין די הייעך כאילו בשבילם נברא העולם.
משה ציגעלע: זיי האלטן דאך אז זיי זענען אויפן העכסטע דרגא, אפילו העכער ווי אונז.
יאנקל אקס: טאקע פאר דעם פיל איך שלעכט פאר זיי. איר קענט אייך פארשטעלען צו לעבן א גאנץ לעבן אין איינרעדעניש? ס'איז ממש א רחמנות. הערשט נעכטן האב איך געהערט איין מענטש זאגן פאר אן אנדערע אז די פאקט אז א מענטש קען רעדן צייגט אויף זייער חשיבות איבער בעלי חיים. זיי כאפן נישט אז זיי זענען נעבעך אזוי מגושם אז זיי מוזן צוקומען צו רעדן צו קענען סערווייווען.
משה ציגעלע: אבער וואס פעלט זיי? ווילאנג זיי זענען צופרידן. אונז שטערט עס זיכער נישט.
מעכל די חזיר: משה איז גערעכט, כ'מיין יאנקל אז דו מוזט מודה זיין אז עס איז א גוט שטיקל. די וועג ווי זיי רעדן זיך איין אז עמילות צייגט אויף מובחר'קייט. זיי כאפן נישט אז מיר זענען די מובחרים, מיר לעבן א העכערע רואיגע לעבן, נהנים מזיו השכונה.
משה ציגעלע: זיי זענען סך הכל דא אונז צו באדינען, שיין צו מאכן אונזער גן עדן. און אין די גוטע צייטן בזמן ביהמ''ק האבן זיי אונז באדינט און אונז געהאלפן גיין אויפן מזבח למען כבודו יתברך.
יאנקל אקס: אלץ איז פיין און וואויל, אבער פארוואס דארף מען זיי פאר'נער'ן? פארוואס דארפן זיי זיין איינגערעדט אז מיר זענען דא זיי צו דינען בשעת בעצם זענען זיי נאר דא צו פארגרינגערען אונזער עבודת השם. פארוואס דארפן זיי אלץ לעבן מיט די פיין און גילט אז ס'דא עפעס העכערס, אז עפעס מער איז דא וואס זיי זענען נישט משיג.
מעכל די חזיר: כא כא כא, דאס איז דאך די עיקר מטרה. ווען די מענטשן וואלטן ווען געוויסט וואו זיי שטייען און פארוואס זיי זענען עכט דא וואלטן זיי נישט געארבייט אזוי פלייסיג, און אונזער עבודה וואלט געווען שווערער. נאר ווייל זיי ווייסן פון גארנישט, און זיי מיינען אז זיי טוען אויף גדולות ונצורות, נאר פאר דעם באקומען מיר אזא גוטע סערוויס, דאס איז דאך די רצון השם.
משה ציגעלע: איר ווייסט? איך וואונדער מיך אסאך מאל, אפשר זענען מיר די וואס זענען איינגערעדט, אפשר זענען בעצם די מענטשן די מובחרים און מיר זענען דא זיי צו באדינען. אפשר לעבן מיר דער זעלבע טעות וואס מיר האלטן אז די מענטשן לעבן.
יאנקל אקס: אוי משה'לע שוין ווידער מיט דיינע פיליזאפישע קשיות, דו וועסט נאך איין טאג אויסזעהן ווי נחמן מאנקי. ער האט אלעמאל געפרעגט אזיינע אפיקורס'ישע קשיות ביז ער האט זיך סוכ''ס געטויפט צו מענטשהייט.
מעכל די חזיר: הער אויף צו זיין אזא עקסטרימיסט! נישט א יעדע קשיא איז אן אפיקורס'ישע קשיא. אפשר איז מה נשתנה אן אפיקורס'ישע קשיא. משה פרעגט גוט, ווי אזוי קענען מיר זיין זיכער אז מיר זענען גערעכט?
יאנקל אקס: ווייל מיר האבן א מסורה!
משה ציגעלע: אבער דאס פרעג איך דאך, זיי טענה'ן דאך אויך אז זיי האבן א מסורה.
יאנקל אקס: זיי זענען איינגערעדט, דאס איז פשוט אריינגעלייגט געווארן אין זייער קאפ זיי צו האלטן אין פלאץ.
משה ציגעלע: הייפאטעטיקעלי יאנקל, וואס טוסטו אויב דו געפונסט אויס איין טאג אז אונזער מסורה איז א farce, פשוט אריינגעלייגט אין אונזער מח אונז צו קאנטרילירן?
יאנקל אקס: איך האלט נישט ביים ווערן אריינגעשלעפט אין דיינע כפירה'שע געשפרעך, איך וועל מיך האלטן מיט מיין אמונה פשוטה, אין לאמיר זעהן ווי ווייט דו וועסט אנקומען מיט דיין פיליזאפישע חקירה.
מעכל די חזיר: wow האסט אים יעצט אפגעפרעגט אינגאנצן! קענסט נישט דעבאטירן א נושא ווי א נארמאלע מענטש?
יאנקל אקס: עס איז נישט דא וואס צו דעבאטירן, איר האט שוין אפגעמאכט אייער מיינד, בהפקירא ניחא לך, איר נוצט נאר אייערע קשיות אלץ תירוצים.
משה ציגעלע: יאנקל, ווי אזוי קענסטו זיין אזוי זיכער ביי דיר אז דו ביזט גערעכט? גיב א קוק ווי זיי האבן א סיסטעם מיט רביס, רבנים, חסידים, ישיבות, גמחים, פאמיליע לעבן וכו'.
יאנקל אקס: איך בין זיכער מיט אונזער אמונה ווייל אזוי האט מיין טאטע געזאגט און ער האט עס געהערט פון זיין טאטע און אזוי ווייטער. איך וויל נישט זיין קלוגער ווי זיי און איך ווארן דיר, דו ביסט טאקע א תמימות'דיגע בהמה, און פאר דיר וועט עס מעגליך נישט שאטן, אבער דיינע קינדער קען עס יא שאטן און דעמאלטס וועט שוין זיין צו שפעט. חכמים היזהרו בדבריכם.
מעכל די חזיר: גראדע משה'לע, די מענטשן סיסטעם איז גאר א ראי' אז זייער גאנצע וועזן איז איין גרויסע שפיל. מען זעהט עס בחוש. די רבי סיסטעם, מחלוקת'ן, מאניפולאציע פון די מאסן, שחיתות פאר פערזענליכע אינטערעסן, [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] די חסידים און זיי רעדן זיך נאך איין אז זיי זענען די גליקלעכסטע? ממש א דזשאוק! ווי מובחרים ווען מובחרים, אפילו די ביימער און בלימען שטייען העכער פון זיי.
משה ציגעלע: און אפשר זענען מיר ביידע, מענטשן און בהמות דא צו דינען די געוואוקסן, און זיי זענען גאר די מובחרים?






.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל

דער אשכול פארמאגט 51 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר