דער דמיון אין צייט

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
לולקע-ציבעך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 125
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 14, 2013 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 76 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 462 מאל

דער דמיון אין צייט

שליחה דורך לולקע-ציבעך »

מיר פארמאגן זייגערס און קאלענדערס, וואס טיילן אונז איין די צייט אין באשטימטע חלקים. דאס איז אזא פאטענט וואס די מענטשהייט האט זיך געמאכט, כדי צו קענען קאמוניקירן און אפשמועסן זאכן. אן שעות, טעג, וואכן, חדשים, און יארן, וואלט אונז זייער שווער אנגעקומען אפצושמועסן סיי וואס האט נאר שייכות מיט צייט. מיר וואלטן נישט געקענט מאכן קיין אפאינטמענטס, אדער האלטן חשבון אויף דער טאג-טעגליכער ווירטשאפט.

מיר פארשטייען אבער, אז דער זייגער און קאלענדער האבן ווייניג שייכות מיט "צייט" בעצם. ווען א מענטש זאל זיך טרעפן אין א מדבר, אן זייגערס און אן קיין לוח, וועט די צייט מיט גארנישט זיך טוישן. זי וועט ווייטער לויפן פונקט ווי פריער. דער מענטש וועט טאקע נישט וויסן וויפיל אזייגער עס איז; אויב וועט ער בלייבן אינעם מדבר אויף גענוג א לאנגער צייט, וועט ער ביסלעכווייז אויך אנהייבן פארלירן חשבון אויף די טעג און חדשים. אבער די אלע זאכן וועלן נישט אנרירן דעם עצם געלויף פון זמן – דעם שטראם פון עבר צו עתיד.

מיר האבן זיך געמאכט א סדר אין זמן. היינט, צום ביישפיל, איז דאנערשטאג, חודש אב, תשס"ג. "דאנערשטאג" איז אבער נישט מער ווי אן אופן צו באצייכענען איין געוויסן "שטיק" פון צייט. צייט בעצם איז נישט היינט אדער מארגן – זי טוישט זיך נישט פון נעכטן אויף היינט, אפגעזען וויאזוי מיר "צעטיילן" איר פאר אונזערע צוועקן. מיר האבן זיך געמאכט דעם סיסטעם, כדי זיך צו גרינגער מאכן דאס לעבן.

דאס איז אמת נישט נאר לגבי דעם לוח און זייגער, נאר אויך מיט די סעזאנען. דאס יאר איז איינגעטיילט אין זומער, הארבסט, ווינטער, און פרילינג. אבער די אלע זאכן האבן צוטאן מיט'ן קלימאט און וועטער – מיט דער ווייטקייט פון דער זון און אונזער ביחס'דיגן פלאץ אויפ'ן ערדקוגל. מיר זענען טאקע צוגעוואוינט אנצוקוקן דאס יאר, די סעזאנען, ווי עפעס א פרט פון צייט. מיר ווייסן אבער גלייכצייטיג אז ס'איז בכלל נישט אמת. מיר רעדן פון די סעזאנען אין קאנטעקסט פון צייט, צוליב דער זעלבער סיבה פארוואס מיר האבן א לוח און א זייגער: לשם פראקטישקייט. הילוך הזמן – פון עבר צום הווה און פון דארט צום עתיד – האט גארנישט איינגעלייגט דערמיט. דאס געלויף פון צייט איז די זעלבע, אפגעזען פונעם קלימאט אדער צייט פון יאר.

עס קען זיין אז איינער פון די אור-אלטע שבטים וואס לעבן נאך אין די זשונגלען פון אפריקע און דרום אמעריקע האבן גאר אנדערן סיסטעם וויאזוי צו האלטן חשבון אויף דער צייט. עס קען זיין אז זיי האבן א וואך וואס באשטייט פון דרייצן טעג. זייער טאג איז אפשר איינגעטיילט אנדערש ווי אונזערס. אפשר ווערט דער טאג דארט צעטיילט ביי חצות – פון חצות ביז חצות. אפשר גאר איז עס איינגעטיילט אין דריי חלקים. (אין מסכת ברכות געפינען מיר אז פון איין געוויסן פערספעקטיוו איז די נאכט צעטיילט אין דריי חלקים.)

אויב מיר וועלן וועלן ארגאניזירן א מיטינג מיט עמיצן פון יענעם שבט, וועלן מיר זיך טרעפן מיט דער זעלבער פראבלעם ווי דעם מענטש וואס האט פארלאנזשעט אין מדבר. די צייט איז פאר אונז אייניג, אבער מיר וועלן זיך נישט קענען צונויפשמועסן, ווייל די מיטלען מיט וואס מיר באצייכענען א צייט-אפשניט איז גאר אנדערש ווי ביי יענע.

דער סיסטעם פון סעזאנען, קאלענדער, זייגערס איז אזוי אוניווערסאל אנגענומען, אז מיר, די מענטשהייט, האבן זיך צוגעוואוינט זיי אנצוקוקן ווי אן אספעקט פון צייט אליין. ווען מען רעדט פון "זייגער", קומט זמן בעצם אויפ'ן געדאנק. אבער דאס איז בכלל נישט אמת: דער זייגער האט גארנישט מער שייכות צו צייט ווי דעם העמד אויפ'ן גוף. ביידע ווערט אפעקטירט פון דער צייט – דער זייגער מיט דער טויש אין ציפערן און דער העמד מיט'ן אפגעטראגן ווערן. קיינער פון זיי איז אבער נישט מער און נאענטער פארבינדן מיט זמן ווי דעם אנדערן. ביידע זענען זיי זאכן וואס עקזיסטירן אין, בתוך, צייט.

וואס "צייט" איז בעצם, איז באמת א פראגע וואס מאטערט די מענטשהייט שוין יארן. אמאל איז די קשיא געווען א פילאסאפישע; היינט איז זי האלב פילאסאפיש, האלב סייענטיפיש; ויש גורסין אז ס'איז נישט דאס, נישט יענץ. מיר פארשטייען איר אזוי ווייניג, אז מיר ווייסן ניטאמאל וואספארא סוג בריאה דאס איז. מיר ווייסן נישט צי זמן איז א הארט-פיזישע זאך, אן אבסטראקטער מושג, א פסיכאלאגישע תוצאה פונעם מוח, צי גאר עפעס אנדערש.

אפשר קען מען שפעקולירן, אז צייט איז אויך אזא מין אוניווערסאלער אפמאך, צו וואס די גאנצע מענטשהייט האט "מסכים געווען". פונקט ווי דעם אופן ווי מיר "צעטיילן" די צייט, וואס איז נישט מער ווי א פאנטאזירטע צייט-שטיקלעך חלוקה, אפשר איז זמן בעצם עפעס וואס קען טעארעטיש זיין "אנדערש" ווי מיר זענען צוגעוואוינט. עס קען זיין אז עפעס אינעם מענטש צווינגט אים אנצוקוקן און פילן צייט אזוי ווי מיר פילן און דערפארן איר. אבער, יתכן אז מען קען אויף אן אופן זיך ארויסרייסן פון דעם "באַקס". אפשר וועלן מיר געוואויר ווערן, אז צייט איז מער, צי אנדערש, ווי מיר קענען איר שוין פאר די לעצטע ווייסעך-וויפיל טויזנטער יאר.

דאס ווייסן מיר דאך, אז אונזערע חושים דינען א דאפלטן צוועק. פון איין זייט, געבן זיי אונז די מעגליכקייט אויפצונעמען אינפארמאציע און עקספיריענסן די וועלט. אבער פון דער אנדערער זייט זענען זיי באגרעניצט. עס זענען פאראן זאכן וואס מיר קענען נישט באנעמען, ווייל אונזערע חושים זענען זייער ספעציפיש אויפצוכאפן נאר געוויסע זאכן. אונזערע אויערן כאפן אויף לופט-כוואליעס, די אויגן באנעמען איין געוויסן מין פון עלעקטראמאגנעטישע שטראלן, די נאז דערשפירט געוויסע מאלעקיולן, דאס מויל, הענט און פיס דערהייבן נאר ממשותדיגע זאכן. די זאכן באצייכענען אבער נישט מער ווי א קליינעם טייל פון עקזיסטענץ. מיר זענען נישט אויסגעשטאט אויפצונעמען עפעס אנדערש, הגם זיי עקזיסטירן.

מיר ווייסן אויך אז די אטאם-וועלט זעט אויס גאר, גאר אנדערש ווי די, וואס מיר עקספיריענסן. די חוקי הטבע אפילו זענען דארט (אין א געוויסן זין) אנדערש. מיר האבן קיינמאל נישט געוואוסט דערפון, ווייל אויף דעם שטאפל ביי וועלכן מיר דערפארן די וועלט פירט זי זיך נישט אויף די זעלבע ווי אויף דעם סובאטאמישן שטאפל. און יענץ איז אזוי אומבאגרייפליך קליין, אז דער קאפ הייבט אן וויי טאן פון בלויז זיך פרובירן משער זיין פון וואספארא משונה'דיגע פארנעם פון קליינקייט מען רעדט דא. אויב אונזער זע-קראפט וואלט געווען מער פארגעשריטן (אין פארנעם, און אויך אין מעגליכקייט פון זען עפעס וואס געפינט זיך אויף מער ווי איין פלאץ אין דער זעלבער צייט), און מיר וואלטן געקענט מיט די אויגן זען וואס עס שפילט זיך אפ אינעם אטאם, וואלטן מיר געהאט גאר א צווייטן בליק אויף דער וועלט און אפילו אויף עקזיסטענץ.

אפשר איז דאס זעלבע אמת אויף צייט? אפשר ווערט דער מענטש געבוירן מיט עפעס א פסיכאלאגישן "טשיפּ" אין קאפ, וואס שטערט אים פון זען די זאך מיט א ברייטערן בליק? אפשר לאזט צייט כשלעצמה גיין אויף צוריק צום עבר פונקט אזוי גרינג ווי פון עבר צום עתיד? דער עבר איז דאך פונקט אזוי א חלק פון כלל-זמן ווי דעם הווה און דעם עתיד. אפשר איז דאס נאר קענען טוישן דעם הווה, נאר זען דעם עבר, און בכלל נישט קענען דעם עתיד א צמצום מיט וואס דער מענטש ווערן געבוירן, אבער פון וועלכן ער קען אויף אן אופן זיך ארויסרייסן?

אין א ווארט: אפשר זענען די מושגים פון "עבר", "הווה", "עתיד" קאנצעפטן פון אן ענליכן סוג ווי "לוח" און "זייגער"?

אפשר, אפשר נישט. כ'ווייס נישט. יעצט דארף איך אבער מסיים זיין. וועלן מיר זיך זען, מערצעשעם, נעכטן...
כמעט אלעס וואס כ'שרייב האב איך געהערט, געלייענט, אדער געזען. איך געדענק אבער נישט וואס, וואו, און ווען. זאל די דעקלאראציע ברענגען גאולות לעולם.

דער אשכול פארמאגט 30 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר