בוירט קאנטראל: דער מיטל פון דעם ס"מ

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
שיטה מקובצת
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 574
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:03 am
האט שוין געלייקט: 518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1480 מאל

בוירט קאנטראל: דער מיטל פון דעם ס"מ

שליחה דורך שיטה מקובצת »

די תורה הק' שרייבט "פרו ורבו ומלאו את הארץ וכבשוה, ורדו בדגת הים, ובעוף השמיים, ובכל חיה הרומשת על הארץ". גלייך נאכדעם וואס דער רבוש"ע האט באשאפן אונזער הערליכע וועלט, מיט אלע אירע וואונדערליכע אייגענשאפטן, האט ער באפוילן פאר די מענטשהייט איין וויכטיגע בקשה: פרו ורבו, פארמערט זיך און פרוכבארט זיך, און נעמטס איין די וועלט.

די מצוה פון פרו ורבו איז אויך אנגעזאגט געווארן פאר די אומות העולם. דאס האט דאך דער אייבערשטער געזאגט פאר אדם הראשון נאך פאר די תורה איז געגעבן געווארן און נאך פאר עם ישראל איז נתגבש געווארן. און פארוואס האט דער אייבערשטער געוואלט אז די וועלט זאל באזעצט ווערן מיט מענטשן? כדי מ'זאל "כובש" זיין די וועלט. די כבישה פון די וועלט איז בעצם א נבואה וואס האט גענומען טויזענטער יאר ביז ס'איז מקויים געווארן. נישט מער ווי עטליכע הונדערט יאהר איז יעצט זייט די מענטשהייט האט באוויזן צו זיין "ורדו בדגת הים" דורך אנקומען צו די טיפענישן פון די וואסערן און ס'זאל אנטפלעקט ווערן די אויסערגעווענטליכע נפלאות הבורא וואס איז פארשטעקט אין די פינסטערע תהומות.

נאך ווייניגער צייט איז דורך זייט די מענטשהייט האט באוויזן כובש צו זיין דעם חלל העכער אונז, "ובעוף השמים", צו קענען פליען אין די הויכע ווינטן, צו זעהן די ג-טליכע בריאה פון אויבן, צו קענען רייטן אויף די וואלקענעס, און דערגרייכן צו די הויעכע ספערן.

"ובכל החיה" איז אויך הערשט לעצטענס מקויים געווארן דורך די עקספלארירער איבער די וועלט וואס טרעפן כל מיני וואונדערליכע באשעפענישן, און אזוי אויך די חכמות פון טעקסיקאלאדזשי צו קלאסיפיצירן יעדן מין, און אנאטאמיע צו פארשטיין די אומגעהויערע חכמה אין דעם גוף פון אלע בעלי חיים. "הרומשת על הארץ" - דאס משיג זיין יעדעס קריכעדיגס, צו קענען דערגיין די אייגענשאפטען פון מייקראסקאפישע באקטעריעס, דאס איז אלץ חכמות וואס דער רבוש"ע האט ערמעגליכט אין די לעצטע דורות זייט די שערי חכמה האבן זיך געעפענט, און א גייסט פון וויסענשאפט (המכונה סייענס) האט זיך אראפגעלאזט אויף די וועלט.

ליידער איז אבער פון די וויסענשאפט אויך געבוירן געווארן א עגל. נישט איין עגל, נאר פילע עגלים. עס איז אויפגעוואקסען א "מערב וועלט" וואס האט גענומען וויסענשאפט און מיט דעם געבויט די עבודה זרה פון "ליבעראליזם" וואס האט באוויזן עוקר צו זיין יעדע מאראלישע געפיל וואס דער אייבערשטער האט איינגעפלאנצט אין אן עהרליכן מענטש'ס הארץ. דאס האט אונטערגעברענגט באשיידענקייט, צניעות, פון דעם איז געבוירן געווארן דעם שקר און עבו"ז פון עוואלוציע וואס האט ליידער אוועקגעפירט מיליאנען פון דעם בורא עולם.

ווי איראניש איז עס אז די דור וואס האט זוכה געוועהן ענדליך אויסצופירן די ג-טליכע נבואות פון דעם פסוק פרו ורבו, האט אנטוויקעלט אזא מין ליבעראליזם וואס פרעגט אפ דעם עקזיסטענץ פון דעם מין האנושי און פרעדיגט גאר אז מ'זאל עוקר זיין דעם פרו ורבו, ר"ל. די דאזיגע עגל ווערט אנגערופן "בוירט קאנטראל", "קאנטרעסעפשען", "פעמילי פלענינג", וכל שם וחניכא דאית ליה.

דער רצון השם אז ווי מער מענטשן זאלן געבוירן ווערן און זעהן גדלות הבורא ווערט רשעות'דיג אויסגעריסן, און מיליאנען אדער ביליאנען צוקונפטיגע דורות ווערן אפגע'הרג'עט צוליב לייכטזיניגע פוילע תירוצים. דער פסוק אין ישעיה זאגט "לא תוהו בראה לשבת יצרה". א מענטש דארף געבוירן קינדער צו באזעצן די וועלט, וכבשוה. מיר טארן נישט מאכן די אלע חשבונות וואס איז נאר לאגיש אין די שכל פון די וואס זענען שוין פאראומרייניגט געווארן מיט דעם ליבעראלער טומאה.

א איד דארף אייביג האבן פאר די אויגן דעם "אשר יצוה את בניו ואת ביתו אחריו לעשות צדקה ומשפט". נאך מער פון די אומות העולם האבן מיר נאך א גרעסערע פליכט צו ברענגען קינדער אויף די וועלט און זיי מחנך זיין על דרך התורה און אמונה טהורה. בפרט ווי חז"ל זאגן אין יבמות: "כל מי שאינו עוסק בפריה ורבייה הרי זה שופך דמים ומבטל את הדמות, שנאמר, כי בצלם אלוקים עשה את האדם, ואתם פרו ורבו".

ווייסן מיר שוין אז דאס ברענגען קינדער אויף די וועלט האט עטליכע צוועקן: א) כובש צו זיין די וועלט, און מיט חכמה אנערקענען נפלאות הבורא. ב) ווי אידן פארמאגן מיר די גרויסע מצוה פון מצוה זיין די קינדער ע"ד התורה, און ווייטער ממשיך זיין די הייליגע מסורה פון אונזער הייליגע אמונה. און נאך א דריטע צוועק, ג) חז"ל זאגן, "אין משיח בא עד שיכלו כל הנשמות שבגוף", דאס מיינט אז אין דעם ענין פון ברענגען קינדער אויף די וועלט איז תלוי גאולתן של ישראל!

די היינטיגע ליבעראליזם איז א מיטל פון דעם ס"מ צוריקצוהאלטן די וועלט פון דערגרייכן איר תיקון, פון אויפקומען כל מיני פאלטשע סיבות נישט צו געבוירן קינדער, און דערמיט אפשטעלן דעם פלוס פון מענטשן וואס זעען גדלות הבורא. דאס האלט צוריק אידישע עלטערן פון קענען ברענגען אויף די וועלט מער און מער קינדער און אייניקלעך נאמנים לה' ולתורתו, און מחנך צו זיין מיט תורה און יראת שמים. (עס איז דא נאך א נקודה, אז מ'האט קינדער וואס מ'דארף מחנך זיין ברענגט דאס אז די עלטערן זאלן אליין שטייגן אין תורה און אמונה, און מיט'ן עצת היצר האלט מען נישט נאר אפ נאך א קינד און נאך א דור פון אידישקייט, נאר זיך אליין בא'עולה'ט מען אויך מיט אוועקנעמען א געלעגענהייט צו שטייגן אין אידישקייט.) און אוודאי, די גרעסטע זאך וואס דער ס"מ וויל צוריקהאלטן איז דאך די גאולה שלימה, און מיט די ליבעראליסטישע מושגים האלט מען צוריק אז עס זאלן געבוירן ווערן דעם ריכטיגן סכום פון אידישע קינדער, כדי ממהר צו זיין ביאת בן דוד.

כ'וועל ענדיגן מיט א מעשה'לע. כ'בין אמאל געוועהן ביי א שיעור פון מורי ורבי הגאון החסיד רבי אביגדור מיללער זצוק"ל, האט איינער אים געפרעגט, "איז דא א צייט ווען מ'קען אויפהערן האבן קינדער?" רבי אביגדור האט געענטפערט "יא". און האט צוגעלייגט: "ווען מ'שטארבט".

(תיתי ליה ל[tag]חזקיהו המלך[/tag] שנתעוררתי ע"י לכתוב בענין זה)
דו גלייבסט אין דיינע עלטערן, וועגן דעם גלייבסטו אין באשעפער.
איך גלייב אין באשעפער, וועגן דעם גלייב איך מיינע עלטערן.

--שיטה מקובצת

דער אשכול פארמאגט 104 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר