תורת דזשאו הגדול

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות

הודעהדורך טאמבל סאס » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 5:12 pm

אוי אזא עונג שבת, צו לייענען אזעלכע שיינע דבר תורה.
אויב דו מיינסט אז די נומערן וועלן אלעמאל זיגן - דערמאן דיך נאר וויפיל מענטשן די גאז קאמערן האבן געקענט פארנעמען אין א איינצלנע טאג? 10,000 לכל הדעות.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3372
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5527 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2879 מאל

הודעהדורך big joe » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 6:00 pm

קומט טאקע נח, און לאזט אינז וויסן אז דאס איז אלעס שיינע תורות, אבער למעשה גיי בוי דיר א תיבה און נעם נאר אריין דיין משפחה. יעדער אנדערש זאל בויען זייער אייגן תיבה...

ע׳ פנים לתורה...
.Knowledge is never something to be feared, those who do fear it are generally the ones who do not posses much
big joe
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 177
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 11, 2013 9:55 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 135 מאל

הודעהדורך קופערניקוס » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 6:06 pm

מיט דעם קען מען פארענטפערן אשר ברא, טאקע ענאכענאמע אז נח לו שלא נברא, אבער נח איז דאך יעדער זיין משפחה. עס סאקט טאקע בכלליות, נוח שלא נברא, אבער ביינונז איז בארעכאשעם, אונזער חתן איז דאך ידוע, זאל דער אייבערשטער העלפן די באבע אשר ישנה פה און הערט נישט אויף רעדן אונטערן פלויט, ואשר איננו פה ונאמר אמן.
סאמייעך טעסאמעך...
קופערניקוס
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1369
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 9:24 pm
האט שוין געלייקט: 2953 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4229 מאל

הודעהדורך big joe » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2013 9:06 am

אין די ליטא איז פאראן א משל אויפן ענין פון די ימי הרחמים והרצון, ס׳געווען אמאל א איד וואס האט געדארפט שווערצן בריליאנטן דורך די גרעניץ. האט ער באשטעלט חצקל די בעל עגלה, וואס איז געווען באוויסט אלץ די בעסטע אין די ביזנעס. די נאכט פארן נסיעה האט שוין אונזער איד׳ל נישט געקענט שלאפן, ער האט זיך געדרייט פון זייט צו זייט, רייכערענדיג ציגארעטליך און בייסענדיג דאס נעגל, מורא האבנדיג פונעם גורל׳דיגע מינוט ווען מ׳וועט דורך פארן דאס גרעניץ. מאידך גיסא חצקל איז געשלאפן און געשנארכעצט א מחיה, דאס איז דאך געווען ביי אים א טעגליכע ערשיינוג.

די נעקסטע צופרי איז חצקל ארויסגעפארן פון זיין הויז, אנקומענדיג צום אידל׳ס הויז האט זיין הארץ אויך אנגעהויבן קלאפן אביסל שטערקער ווי גווענטליך. אמת, ער האט דאס שוין געטוען כמה וכמה פעמים, אבער פארט אויב וועלן די גרעניץ וועכטער כאפן וואס גייט דא פאר, איז דאך ביטער ווי א זית. די איינציגסטע וואס איז געווען רואיג אינגאנצן איז געווען דאס פערד, דאס גאנצע וואס ער ווייסט איז דאס שמייס ער כאפט יעדע מאהל ער שטעלט זיך אפ. אבער אנקומענדיג צום גרעניץ ווי די וועכטער שטעלט אפ דאס פערד, דעמאלס הייבט שוין די פערד אויך אהן ציטערן.

די נמשל איז, אז א חכם הייבט אהן תשובה צו טוען שוין אין תמוז, ווייל זמני תשובה ממשמשין ובאין. א פראסטע איד טוט תשובה אין אלול. און א פערד ווארט אויף ראש השנה.



ואני הקטן, דזשאו הגדול אומר, דאס איז אלץ פיין און וואויל פאר די ליטא. אבער ביי אינז ווייסט מען אז למעשה At the end of the day ווען די טויער עפענט זיך גייט די פערד פונקט אזוי דורך גיין ווי די באלעבאס, מיט די זעלבע שנעלקייט...
.Knowledge is never something to be feared, those who do fear it are generally the ones who do not posses much
big joe
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 177
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 11, 2013 9:55 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 135 מאל

הודעהדורך סאשי פיש » זונטאג אפריל 13, 2014 11:53 pm

@big joe מיר ווארטען אויף תורות פאר פסח.
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2770
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3350 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2371 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » מאנטאג אפריל 14, 2014 12:18 am

הוגה'ס איז דיר נישט געניג?
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3819
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 4791 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

הודעהדורך סאשי פיש » מאנטאג אפריל 14, 2014 12:28 am

כל המרבה לספר ביציאת מצרים הרי זה משובח (הגדה של פסח)
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2770
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3350 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2371 מאל

הודעהדורך מיר'ער בחור » דינסטאג נאוועמבער 21, 2017 1:27 pm

big joe האט געשריבן:ד״ת לפרשת נצבים

אתם נצבים היום כלכם לפני ד׳ אלוקיכם ראשיכם שבטיכם זקניכם ושטריכם כל איש ישראל. טפכם נשיכם ...

עס ווערט שווער ווען מ׳לערנט די פסוקים, כידוע איז נישט דא קיין איבעריג ווארט אין די תורה, אויב אזוי פארוואס שטייט נישט אתם נצבים היום... כל בית ישראל? פארוואס רעכנט מען אויס יעדער באזונדער?

נאר פאר מ׳גייט אריין אין מלחמה וויל די תורה אינז לאזן וויסן די דרך פון אידישקייט. רוב רעליגיעס גלייבן אין א ׳קאלעקטיוו׳ דאס הייסט אז איך בין נאר א חלק פון א גרעסערע זאך, פארדעם קען א אראבער זיך אויפבלאזן פאר א צוועק, ווייל ער איז נאר א חלק פון א גרויסע סיסטעם. אבער ביי אינז אידן איז יעדער מענטש א עולם ומלואו, ווי די גמ׳ זאגט אין סנהדרין ״לפיכך נברא אדם יחידי ללמדך שכל המאבד נפש אחת מעלה עליו הכתוב כאילו איבד עולם מלא וכל המקים נפש אחת מעלה עליו הכתוב כאילו קיים עולם מלא״ ממילא פאר מ׳גייט אין מלחמה, אין ווען מ׳ענדיגט די תורה שבכתב וויל די אויבערשטער אינז דערמאנען אז יעדער איז א באזונדערע וועלט וועגן דעם רופט די תורה אויס יעדער פרעזענליך.

The idea so frequently stressed in Holy Scripture for the purpose of elevating the lowly and humbling the mighty, the idea that God does not respect the status of persons, this idea the apostle wants to bring to life in the single individual for application in his life. [...] In the hallowed places, in every upbuilding view of life, the thought arises in a person’s soul that help him to fight the good fight with flesh and blood, with principalities and powers, and in the fight to free himself for equality before God, whether this battle is more a war of aggression against the differences that want to encumber him with worldly favoritism or a defensive war against the differences that want to make him anxious in worldly perdition. Only in this way is equality the divine law, only in this way is the struggle the truth, only in this way does the victory have validity- only when the single individual fights for himself with himself within himself and does not unseasonably presume to help the whole world to obtain external equality, which is of very little benefit, all the less so because it never existed, if for no other reason than that everyone would come to thank him and become unequal before him, only in this way is .equality the divine law

Are you now living in such a way that you are aware as a single individual, that in every relationship in which you relate yourself outwardly you are aware that you are also relating yourself to yourself as a single individual, that even in the relationship we human beings so beautifully call the most intimate (marriage) you recollect that you have an even more intimate relationship, the relationship in which you as a single individual relate yourself to yourself before God?

דאס זענען די ווערטער פון Søren Kierkegaard , גענומען פון https://en.wikipedia.org/wiki/Leap_of_f ... nd_Tolstoy
מיר'ער בחור
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 137
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 28, 2016 5:37 pm
האט שוין געלייקט: 24 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק תורה און מחשבה

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט