פתחו לי פתח - אתערותא דלתתא

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3109
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7514 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6614 מאל

פתחו לי פתח - אתערותא דלתתא

שליחה דורך הוגה »

[justify]אני ישנה ולבי ער קול דודי דופק פתחי לי אחתי רעיתי יונתי תמתי שראשי נמלא טל קוצותי רסיסי לילה. פשטתי את כתנתי איככה אלבשנה רחצתי את רגלי איככה אטנפם. דודי שלח ידו מן החר ומעי המו עליו. קמתי אני לפתח לדודי וידי נטפו מור ואצבעתי מור עבר על כפות המנעול. פתחתי אני לדודי ודודי חמק עבר נפשי יצאה בדברו בקשתיהו ולא מצאתיהו קראתיו ולא ענני.

עס קומט יעצט סוף יאר, דאס איז די צייט ווען מען זעצט זיך אוועק צו מאכן א חשבן הנפש צו זעהן וואו די קאמפאני שטייט. וואס האט מען איינגעקויפט און וואס האט מען פארקויפט. וואס האט מען אנגעוואוירן און וואס האט מען געוואונען. איז מען געוואקסן אדער האט מען איינגעשרימפט. וואס קען מען ארויסנעמען פון די עקספיריענס צו פלאנען די ווייטער׳דיגע וואוקס פאר די נאנטע און ווייטע צוקונפט.

אין אזא צייט טראכט מען אסאך, מען לערנט און מען דערהערט. אין די לעצטע פאר טעג ליגט מיר דער נושא אויפן מחשבה און איך וויל עס דא איבערשמועסן כאשר ידבר איש על רעהו, אן קיין מסקנות און אפילו אן א ספעציפישע סדר. איך וועל שרייבן אזוי ווי איך טראכט און איך האף אז די עולם וועט זיך משתתף זיין מיט הסברים וידיעות אין דעם ענין. כמנהגי, וועל איך נישט ציטירן געדאנקן וואס ווערן דערמאנט אין ספרים מיט נעמען, כדי מען זאל קענען ערליך דן אין די נושא אן קיין שום בייעס.

די צוויי הגדרות (חודו של מחט און אתערותא דלתתא) זענען בעצם משולבים אחד אל אחד כמו שיבואר להלן. עס ווערט גענוצט אסאך אין די ספרים און דורך משפיעים ומגידים אלץ עצות וחיזוק פארן עובד השם. איך וויל עס אבער צונעמען מכמה אנפין און פארשטיין פונקטלעך וואס עס מיינט, ווי אזוי און פארוואס ס'ארבייט.

ווען א מענטש מוטשעט זיך מיט עבודת השם, סיי אויב ער פילט אז ער פאלט אדורך און ער קען זיך נישט גובר זיין, און סיי אויב ער וויל גרייכן געוויסע מדריגות אבער ער פילט אז עס איז byeond his reach, זאגט די באשעפער פתחו לי פתח כחודו של מחט ואני אפתח לכם וכו'. בעצם איז די מקור אין די מדרש (שיר השירים רבה פרק ה'). ''פתחי לי, רבי יסא אמר: אמר הקב"ה לישראל: בני פתחו לי פתח אחד של תשובה, כחודה של מחט, ואני פותח לכם פתחים שיהיו עגלות וקרניות נכנסות בו. אויך שטייט אין זוהר פרשת אמור. "פתחי לי פתחא כחדודא דמחטא ואנא אפתח לך תרעין עילאין". (אגב, ווער קען אויפקומען מיט די מקור ראשון פארן נוסח וואס ווערט גענוצט אין די ספרים?)

וואס איז אבער טאקע דער 'פתחו של מחט'? וויפיל דארף דער מענטש טון ביז ער וועט זוכה זיין צו א הארה מן השמים אויף די איבעריגע? ווי אפט פעלט אויס צו מאכן דער פתח כחודו של מחט? נאר איין מאל? א יעדע טאג? איין מאל א חדש? צו האבן מיר דען proof אז דאס ארבייט? פארוואס טאקע פעלט דאס אויס? איז דען נישט גענוג אז מען צייגט ארויס די תשוקה ורצון לעבודת השם אז די באשעפער זאל יענעם העלפן מיט זיין באגער? פארוואס איז די וועלט אזוי אויסגעשטעלט אז ס'פעלט אויס א פעולה והשתדלות מצד האדם?

ס'טאקע דא וואס זאגן אז די 'חודו של מחט' איז די 'רצון'. איין מאל מען האט גע'proved אז מען האט א שטארקע רצון מכאן ולהבא וועט עס ווערן גרינגער און מלאכתו נעשית ע''י אחרים. אנדערע טייטשן אז די חודו של מחט מיינט טון עפעס פארן באשעפער וואס טוט דיר וויי (פונקט ווי א שטאך פון א נאדל). זיי דיך מקבל עפעס וואס איז דיר שווער. יש אומרים אז די ׳חודו של מחט׳ איז א leap of faith. דבר אל בני ישראל ויסעו איז געווען די חודו של מחט וואס האט צוגעברענגט די קריאת ים סוף מצד השם. אנדערע זאגן אז חודו של מחט איז א קליינטשיגע לאך אבער אדורך און אדורך, כעין די לאך פון א נאדל וואו די פאדם ווערט אדורך געפירט. ווען מען וויל אז די אייבישטער זאל העלפן דארף מען קודם טון א פעולה וואס גייט אדורך מן הקצה אל הקצה, אפילו אויב ס'נאר א קליינע זאך. לדוגמא, זיך מקבל זיין א דבר קטן אבער אנהאלטן דער קבלה יהיה מה שיהיה.

איך פארשטיי נישט. די סיבה פארוואס ער דארף בכלל צוקומען צום 'ואני אפתח' איז ווייל עס איז יצרו גדול הימנו און ער האט נישט די כח אים בייצוקומען. איז ווי אזוי קען מען עקספעקן אז ער זאל פלוצלינג יא האבן א כח עצמי אנצוהאלטן דער קבלה? דא דארף ער דען נישט די אלמלא הקב"ה עוזרו?

לאמיר אריבער שפרינגן צום אתערותא דלתתא (וואס איז בעצם אין אנדערע ווערטער די פתח כחודו של מחט). א יעדע בר בי רב וואס האט נאר אמאל געלערנט א חסיד'ישע ספר ווייסט אז ביי עבודת השם דארף מען וויסן אז אלעס קומט פון די אייבישטער, די אייבישער איז דער וואס גיבט אונז די כוחות אים צו דינען, די שכל, פארשטאנד און די מדריגות. אלמלא הקב״ה עוזרו לא יוכל לו. אויך ווייסט מען אז כדי צו באקומען די אתערותא דלעילא פעלט אויס אן אתערותא דלתתא. (אויסער שבת וואס איז א מתנה פון די אייבישטער.) בפשטות מיינט עס אז די מענטש בעצם האט אליינס נישט די כח משיג צו זיין די מדריגות אן די כח און הילף פונעם אייבישטער. אבער כדי ער זאל זיין ווערד צו באקומען דער כח פון די באשעפער מוז ער קודם אליינס טון א פעולה מצד עצמו צו מאכן אן אתערותא דלתתא.

די ערשטע זאך וואס הא מיר אלץ געבאדערט איז ווער גיבט דען די מענטש די כח צו מאכן דער אתערותא דלתתא? ווער האט אים געמאכט טראכטן און בכלל וועלן באקומען די אתערותא דלעילא? איז דען שייך אז די מענטש זאל קענען מיט דעם איבערקלוגן די סיסטעם? דער נושא איז שוין עטליכע מאל ארויף געברענגט געווארן דא אין שטיבל אבער עס פארלאנגט זיך אן עטוואס קלארע הסבר. זענען די ענינים נאר געזאגט געווארן על דרך משל לסבר את האזן?

למעשה, זעהט מען אז דער 'חודו של מחט - אתערותא דלתתא' טריק ארבייט נישט אלעמאל. וויפיל מאל זעהט מען א שוואכע בחור וואס מוטשעט זיך אין לערנען פאר לאנגע יארן אבער זיין קאפ מאכט זיך אים נישט אויף? וויפיל מאל ווייסט מען פון א יונגערמאן וואס וויל ווערן אן א.ג. עובד, ער ארבייט אזוי שווער דערויף ער לערנט ספרי התעוררות וספרי מחשבה אבער אלץ טרעפט ער זיך צוריק אויפן זעלבע ארט ווי ביז יעצט, אויף די פיפטע עוויניו. מיר זענען למעשה נישט קיין קליינע קינדער און מיר ווייסן און פארשטייען אז נישט אלץ ווען איינער מיינט אז א געוויסע דרך וועט אים ברענגן נענטער צום תכלית איז עס טאקע אזוי. די באשעפער מעג האלטן אז דייקא די פיפטע עוויניו וועט אים ברענגן נענטער צום תכלית און נישט זיין אריינהאקן אן אכצענער ברציפות. אבער למעשה האט ער דאך געדרוקט די 'חודו של מחט' קנעפל און עס האט גארנישט געארבייט! און דאס איז דאך מעשים בכל יום ויום. מיר קענען אלע פארציילן איין מעשה דא און דארט ווי איינער האט געטון א געוויסע פעולה מצד עצמו און זיין גאנצע לעבן האט זיך געטוישט ברוחניות ובגשמיות. אבער פאר א יעדע איין אזא מעשה איז דא צען נישט געלונגענע מופתים. איז ווי אזוי ארבייט עס יא? מעגליך דו וועסט וועלן מסביר זיין אז עס קען נישט אלעמאל ארבייטן ווייל אויב יא וועט עס דאך אוועק נעמען די בחירה. אויב אזוי וואל געדארפט שטיין "פתחו לי פתח כחודו של מחט ואני אפתח לכם - חמישים אחוז מהזמן - פתח כפתחו של אולם"?

לאמיר זיך מצייר זיין. א איד כאפט אן א חשק ורצון צו דינען דעם אייבישטער בקדושה ובטהרה יתירה כל ימי חייו..... אפס! איין מינוט! פון וואנעט קומט צו אים אזא חשק ורצון נאך איידער ער האט געמאכט אן אתערותא דלתתא? וואס האט ער געטון זוכה צו זיין צו אזא מתנת חנם מן השמים? לאמיר אבער גיין ווייטער. ער פריידט זיך גאר שטארק מיט זיינע נייע asperations און ער לויפט אין מקוה זיך צו טובל׳ן לכבוד די נייע קבלה און דא ליידער ווערט ער נכשל מיט א ראיה אסורה. ער איז זיך מחזק און לויפט באלד דאווענען מנחה. אין מיטן שמו״ע פאלט ער נעבעך אדורך מיט א נישט ריינע מחשבה. א.א.וו. פלוצלינג כאפט ער זיך אז בעצם האט ער נישט די כוחות צו לעבן א חיי קדושה, ער איז נישט אין דער מדריגה, אבער וואס ער קען יא טון איז אויפמאכן א פתח כחודו של מחט און דאס איבעריגע וועט מען אים שוין שענקן פון הימל. אפס! שוין ווידער א מתנת חנם! ער האט דאך נאך גארנישט געטון צו דעזערווען דער געוואלדיגע עצה וואס וועט אים מנחיל זיין א הייליג לעבן! בקיצור, מען דארף טרעפן עפעס א גוטע נאדל-לאך, עפעס וואס וועט שטימען לכל הדעות. פאלט אים באלד איין א געניאלע פלאן, ער וועט זיך מקבל זיין צו מקפיד זיין קיינמאל נישט צו ליגן אפרקדן. און דאס איז דאך א חודו של מחט לכולה עלמא. ער האט דאך די רצון, עס וועט אים דאך פיזיש וויי טון די רוקן, ער נעמט דאך א leap of faith מיטן גלייבן אז דאס וועט העלפן, און עס איז אדורך און אדורך ווייל ער וועט דאך קיינמאל נישט ליגן אויף די רוקן אפילו אויפן קאוטש אדער ריקליינער.

בלילה ההיא נדדה שנתו. ער קען נישט שלאפן! די רוקן קראצט, ס׳טוט וויי, ער וויל זיך איבער דרייען אויפן זייט נאר פאר איין מינוט! אבער נויט ברעכט אייזן, ער ווייסט אז זיין גאנצע קדושה איז געוואנדן אין דעם, אלע זיינע נסיונות וועלן אוועק גיין אויב ער וועט נאר קענען איינהאלטן דער איין זאך. און אזוי שלאגט ער זיך מיט די יצר הרע א יעדע טאג און א יעדע נאכט. איר קענט זיך פארשטעלן אזא זאך? א פשוט׳ע איד, א בשר ודם, א ילוד אשה, מקורו מטפה סרוחה, ער ארבייט אויף פיפטע עוויניו, זאל האבן אזעלכע אייזערנע כוחות און זיך האלטן פעסט מיט א קבלה טראץ אלע שוועריגקייטן און פיתויי היצר? און אלעס אן א טראפקעלע הילף פונעם באשעפער? עס איז ממש נישט צום גלייבן! פון וואו נעמט א מענטש אזעלכע כוחות? און אזוי האט זיך דער איד געהאלטן מיט זיין קבלה איין טאג און נאך א טאג ביז.... יענע שבת איז געווען א ביטערע הייסע שבת. ער ליגט אין בעט שבת נאכמיטאג און ראנגלט זיך מיט די יצר הרע וואס בעט אים זיך צו לייגן אויפן רוקן פאר איין מינוט. שלאפן קען ער נישט, די פלייצע שטעכט, עס רינט שווייס ווי א fountain, און ער האט זיך נישט געקענט איינהאלטן און ער האט זיך געלייגט אויפן רוקן פאר איין מינוט. פארשטייט זיך אז ער האט נישט איינגעהאלטן זיין זייט פון די deal קען ער פארגעסן פון אמאל זעהן א פתחו של אולם, אין כאן לא קדושה ולא טהרה, כמובן. פארוואס איז ער שולדיג אז ער האט איין מאל זיך געלייגט אויפן רוקן? ער מצדו האט דאך אזוי שטארק געוואלט בלייבן אויפן זייט, עפעס א force שטערקער ווי אים האט אים איבערגעדרייט. ער האט נישט געברענגט אויף זיך די פלייצע שטעכעריי אדער די יצר הרע, און ער האט אודאי נישט באשאפן די היץ. פארוואס, אויב אזוי, האט ער אנגעוואוירן די גאנצע אתערותא דלעילא צוליב איין רגע זיך אוועק דרייען פון די אתערותא דלתתא?

די אמת איז אז די וועלט איז נישט אזוי simple ווי דער מענטש די בעל העובדא מיינט. און עס ארבייט נישט מיט טריקס קנעפלעך און פונקטליכע רעסעפיס ווי די בעלי הדרעשאנים ווילן אונז מאכן מיינען. ווי גרינג און ווי בארינג וואלט די וועלט געווען ווען אלעס וואלט געארבייט מיט א פונקטליכע טריט ביי טריט manual, און מיט א קלארקייט וואס איז גוט און וואס איז נישט, וואס איז וויכטיג און וואס איז נישט, וואס איז אונזער תכלית און וועלכע path דארף מען נעמען.

נאך א שאלה: איז דער עצה פון פתחו של אולם נאר פועל ביי ענינים רוחניים און ביי עבודת השם אדער אפילו ביי גשמיות? אויב איינער וויל בויען א מאלטי מיליאן דאלער ביזנעס איז גענוג דארט אויך צו טון א פתחו של מחט'דיגע השתדלות אדער דא איז עס fully אין די האנט פון די בשר ודם און ער דארף טון אלעס אן די הילף פון די באשעפער? אדער אפשר גאר דארף מען ביי גשמיות ניטאמאל די פתח כחודו של מחט?

איך האב נאך אסאך צו רעדן איבער דער נושא אבער איך וועל מיך דערווייל דא אפשטעלן און הערן וואס אנדערע האבן צו זאגן.





.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל

דער אשכול פארמאגט 7 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר