קושיות ועיונים לסדר בראשית

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
חקרן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 599
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
האט שוין געלייקט: 104 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1075 מאל

קושיות ועיונים לסדר בראשית

שליחה דורך חקרן »

לערנענדיג בראשית פרק א', געפינען מיר ווי פאלגענד:
(א) בְּרֵאשִׁית בָּרָא אֱלֹהִים אֵת הַשָּׁמַיִם וְאֵת הָאָרֶץ:
(ב) וְהָאָרֶץ הָיְתָה תֹהוּ וָבֹהוּ וְחשֶׁךְ עַל פְּנֵי תְהוֹם וְרוּחַ אֱלֹהִים מְרַחֶפֶת עַל פְּנֵי הַמָּיִם:

אלזא, זעען מיר קלאר אז בשעת'ן בריאת העולם איז געווען אויף די וועלט א מציאות ווי וואסער, ווי דער פסוק זעלבסט איז מעיד וְרוּחַ אֱלֹהִים מְרַחֶפֶת עַל פְּנֵי הַמָּיִם, אז דער געטליכער גייסט האט געריעט אויף די וואסער. עס איז נאר נישט קלאר אויף וואספארא אופן די וואסער איז געווען און וואו פונקטליך עס האט זיך געפינען די וואסער וואס ווערט דערמאנט אין דער אויבנדערמאנטער פסוק ב'.

ביים דריטן טאג פון בריאת העולם געפינען מיר:
(ט) וַיֹּאמֶר אֱלֹהִים יִקָּווּ הַמַּיִם מִתַּחַת הַשָּׁמַיִם אֶל מָקוֹם אֶחָד וְתֵרָאֶה הַיַּבָּשָׁה וַיְהִי כֵן:
(י) וַיִּקְרָא אֱלֹהִים לַיַּבָּשָׁה אֶרֶץ וּלְמִקְוֵה הַמַּיִם קָרָא יַמִּים וַיַּרְא אֱלֹהִים כִּי טוֹב:

לויט די ווערטער איז קלאר ווי די טאג אז איידערן דריטן טאג האט נישט עקזיסטירט אזא זאך ווי יבשה און אלעס איז געווען וואסער ארום און ארום. עס בלייבט אונז בלויז איבער צו וויסן, וויפיל וואסער עס איז געווען. דאס הייסט צי זענען די וואסערן געווען טיפע וואסערן, אדער בלויז א פיס הויך וכדומה, ווייל דאס איז דאך קלאר אז אונטער די וואסער איז געווען ערד, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק ותֵרָאֶה הַיַּבָּשָׁה וַיְהִי כֵן - עס זאל געזען ווערן די ערד. איז דאך משמע אז ערד איז געווען, נאר עס איז געווען באדעקט מיט וואסער און ביים דריטן טאג האט גאט באפוילן אז די ערד זאל זיך באווייזן.

שטעלט זיך די פראגע, וויפיל פונעם כדור הארץ איז געווען אנגעפילט מיט וואסער (אויף די הייעך) און וויפיל איז געווען לופט (אויב איז בכלל געווען דער מציאות פון לופט).

ווען מען גייט צוריק צו פסוק ו', צום דיבור פונעם צווייטן טאג, ווערט עס פארענטפערט. דארט שטייט:
(ו) וַיֹּאמֶר אֱלֹהִים יְהִי רָקִיעַ בְּתוֹךְ הַמָּיִם וִיהִי מַבְדִּיל בֵּין מַיִם לָמָיִם:
(ז) וַיַּעַשׂ אֱלֹהִים אֶת הָרָקִיעַ וַיַּבְדֵּל בֵּין הַמַּיִם אֲשֶׁר מִתַּחַת לָרָקִיעַ וּבֵין הַמַּיִם אֲשֶׁר מֵעַל לָרָקִיעַ וַיְהִי כֵן:

לויט די דאזיגע ווערטער שטעלט זיך ארויס אזא מציאות:
דער גאנצער כדור הארץ איז ביזן צווייטן טאג געווען אנגעפילט גענצליך מיט וואסער, ביז אויבן ארויס פון די אטמאספערע, נישט לאזנדיג פלאץ פאר לופט (ליתר דיוק: עס איז געווען א כדור פון ערד, און העכער דעם אפגערוקט טויזנטע מייל ווייט איז געווען א כדור ארום און ארום, ביז ארויס פון די אטמאספערע. דער גאנצער דרויסנדיגע כדור איז געווען ארומגענומען מיט וואסער, ביז אויבן. די וואסער האט ארומגענומען די כדור-הארץ, נישט לאזנדיג פלאץ פאר קיין לופט).

ביים צווייטן טאג האט גאט באפוילן אז טיף אינעם וואסער זאל ווערן אן אויסשפרייטונג, וואס זאל ווערן אינעם וואסער, די אויסשפרייטונג זאל אפטיילן צווישן די אונטערשטע וואסערן און די אויברשטע, שאפנדיג דעם חלל אינמיטן וואס ווערט גערופן לופט. די לופט צווישן די צוויי וואסערן, דאס איז דער יקום אויף וואס די בריאה (אויסער די חיות הים) לעבן דערפון, לויט די שפעטערדיגע אנטוויקלונג פון די בריאה. אט די דאזיגע אויסשפרייטונג האט דער באשפער גערופן "שמים" אזוי ווי עס שטייט אין פסוק ח'.

א טאג דערנאך, אינעם דריטן טאג, האט גאט באפוילן אז עס זאל זיך ארויסזען די יבשה פון אונטער די וואסערן, און עס זאל זיך אנזען אין די... לופט - עס זאל זיך אנזען אין די נעכטיגע בריאה וואס גאט האט באשאפן. דאס הייסט, אז ווען נישט די בריאה פון נעכטן, אז עס זאל ווערן א חלל אין די וואסער, וואלט נישט צושטאנד געקומען די היינטיגע בריאה אז די יבשה זאל זיך ארויסזען, ווייל די אויבערשטע וואסערן האבן נאך אלס באדעקט די יבשה. די בריאה פונעם דריטן טאג איז געווען געבויט אויף די בריאה פונעם צווייטן טאג.

פון דארט איז עס ווייטער געפארן אז עס איז געוואקסן פון די ערד פירות און ירקות און דערנאך די בריאים, און-אזוי-ווייטער.

דער אשכול פארמאגט 6 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר