כפרות - שוין צייט אפצולאזן דעם מנהג האמורי

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות

הודעהדורך אייניקעל » זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 2:27 pm

שליח האט געשריבן:לויט רוב ראשונים איז צער בעלי חיים נישט צוליב רחמנות אויף די חיות, נאר כדי אריינצוברענגען ביי אונז גוטע מידות און זיך דערווייטערן פון אכזריות (עי' רמב"ן דברים כב ו, חינוך מצוה תקמה ותקצו, ועוד).
און דערפאר, כל שהוא לצורך איז בכלל נישט קיין איסור. אויב וויל מען א גוט שטיקל פלייש, מעג מען שניידן שטיקער פון די בהמה און באזאלצן קודם שתצא נפשה (חולין קכא:, ועי' רמב"ן ע"ז יג), און מ'מעג אפשניידן די צונג פון א פויגל כדי ס'זאל שענער זינגען אדער די אויערן און וויידל פון א הונט כדי ס'זאל אויסזען שענער (תרוה"ד סי' קה, ופסק כן הרמ"א אה"ע סוסי' ה'), און מצד צעב"ח מעג מען ווען כאפן חיות סתם אזוי פאר שוואוילטאג (נובי"ת יו"ד סי' י').
וואספארא טענות קען מען האבן צו איינעם וואס מקיים זיין די מנהג בהידור איז ביי אים א גרעסערע צורך?

נאר וואס, דאס איז אלעס הלכה'דיג. מאראליש דארף מען אוודאי יא רחמנות האבן אויף די חיות און פרובירן צו פארמינערן זייער צער (און מאראל האט נישט מיט געפיל מער ווי שכל, ס'איז א דריטע חוש), אבער אין דעם פאל איז לדעתי נישט שייך קיין הכרעה (דאס באלאנגט שוין אינעם מאראל אהן תורה אשכול, וואו כ'בין נישט אנגעקומען צו שרייבן). איינער קען טענה'ן אז ס'איז אוממאראליש מצער צו זיין די עופות, ובפרט אז מ'קען מקיים זיין די מנהג אהן דעם אויך (הגם נישט באופן היותר טוב), און דער צווייטער וועט טענה'ן אז מקיים זיין די מנהג באופן היותר ראוי איז גענוג אויף מתיר צו זיין דאס ביסל צער וואס קומט צו מער ווי געווענליך. ביידע זענען גערעכט (פאר זיך) און אומגערעכט (אויף צו האבן טענות אויף יענעם). ביי ביידע קען עס קומען פון נידריגקייט (אומאנטוויקלטע חוש פאר מאראל, אדער מנהגי ישראל איז אים נישט גענוג וויכטיג) און פון געהויבנקייט (להיפך).
וויאזוי ווייסט מען פון וואס ס'קומט? אויב פרובירט איינער אלעמאל צו מינימיזן צער, און דאס איז זיין גאנצע סיבה אויף מבטל צו זיין דער מנהג, ער פרובירט נישט צו פארדרייען מיט הלכות וואס שטימען נישט אדער מ'פסק'נט נישט ווי זיי, אפלאכן מיט זינלאזע שמוציגקייט טענות, אדער טענה'ן אז דער רמ"א און דער אר"י הקדוש (און אנדערע) דארפן נעמען א פרישע קורס אין אידישקייט, דאן האב איך רעספעקט פאר יענעם. און דאס זעלבע ביי דער וואס טוט פארקערט, אויב לייגט ער צו הארץ, ער פרובירט עס צו מאכן מיט א רואיגקייט, ער זוכט א פלאץ וואו מ'באהאנדלט בעסער די עופות, ער גיבט צו עסן אויב פעלט אויס, איז א סימן אז נישט מאראל הוא דזל נאר דער מנהג איז ביי אים טייערער.


זייער כיטריש פרובירט אריינצודרייען דעם רמא מיטן ארי אבער סאיז זייער קלאר צו וואס מיינע פריערדיגע רייד האבן זיך באצויגן והדברים מיותרים...

שניידן שטיקער פון די בהמה איז דוקא נאכן שעכטן: ומותר לחתוך ממנה "אחר שחיטה" קודם שתצא נפשה, ומולחו יפה יפה ומדיחו יפה יפה (רמבם הלכות שחיטה פרק א' סימן ג')

די רמ"א וואס די האסט אראפגעברענגט שרייבט: "כל דבר הצריך לרפואה או לשאר דברים, לית ביה [=אין בו] משום איסור צער בעלי חיים... ולכן מותר למרוט נוצות מאווזות חיות, וליכא למיחש [=אין לחשוש] משום צער בעלי חיים. ומכל מקום, העולם נמנעים, דהוי [כיוון שהוא] אכזריות"

דער נודע ביהודה רעד דוקא פון הרגענען א בעל חי, נישט עס מצער זיין לעבעדיגערהייט, און דאס איז דוקא מעיקר הדין, פונדעסטוועגן שרייבט ער ווייטער זייער שארף: והנה עד כה דברנו מצד הדין, ואמנם מאד אני תמה על גוף הדבר, ולא מצינו איש ציד רק בנמרוד ובעשו, ואין זה דרכי בני אברהם יצחק ויעקב... ואיך ימית איש ישראלי בידים בעלי חיים בלי שום צורך, רק לגמור חמדת זמנו להתעסק בצידה? ... ומי שהוא איש הצריך לזה, ופרנסתו מצידה כזו, בזה לא שייך אכזריות, והרי שוחטים בהמות וחיות ועופות, וממיתים דגים לצורך האדם, ומה לי טהורים שיאכל מבשרם, ומה לי טמאים שיאכל ויפרנס עצמו מדמי עורותיהן, וכל בעלי חיים ניתנו לאדם לכל צרכיו. אבל מי שאין זה לצורך פרנסתו, ואין עיקר כוונתו כלל בשביל פרנסתו - הוא אכזריות. ... ...השומע לי ישכון בטח השקט ושאנן בביתו, ולא יאבד זמנו בדברים כאלה.

די אלע מתירים וואס זענען מתיר צער בעלי חיים לצורך, איז עס דוקא לצורך רפואה וכדומה און אויך נאר ווען ס'איז דוקא בדבר שדרכן דאינשי בכך (שו"ת איגרות משה, אבן העזר, חלק ד, סימן צב)

הג"ר וואזנער איז מבאר די חילוק פון צער קטן (ווי למשל ארויסשלעפן א פעדער וכדו') צו צער גדול (למשל שטאפן א גאנז אז ס'זאל ווערן פעט) צו אכזריות מרובה:
יראה לענ״ד כי שלשה עיקרים בצעב״ח, צער קטן, צער גדול, ואכזרית לב..... וכ״ז בצער גדול שגם הוא מותר לצורך כנ״ל, אבל אכזרית מופרזת כגון נ״ד להרעיב בע״ח זמן מרובה ולמנוע מהם אוכל, מצאת בס׳ אוצה״פ שס מעתיק בשם ס׳ תולדות יעקב חיו״ד סימן ל״ג דכבר צווחי קמאי דקמאי על הקצבים המרעיבים אח הבהמות יום או יומים באמרם שבעבור הרעבון מכביד הבשר שעוברים על צעב״ח, וזה ממש נ׳׳ד, ונ״ד עדיף באכזריות מרובה להרעיב עד עשרה ימים, וגם אי נימא דגדר צעב״ח דאורייתא ממש אין כאן כיון דעביד סו״ס לריוח ממון, מכ״מ עביד כמנהג הגוים שהם אבירי לב, וכמש״כ הרמב״ם סוף ה׳ עבדים בכיו״ב דזרע אברהם שהשפיע להם הקב׳׳ה טובת התורה רחמנים הם על כל, ואין האכזרית והעזות מצויה אלא בעכו״ם עע״ז יע״ש. ומכ״ש דמלשון ספר חסידים סי׳ חרס״ו יראה דצער בע״ח ממש איכא כה״ג, ע״כ הריני מסכים לכ"ת שימנעו מזה. (שו"ת שבט הלוי סימן ב' סעיף ז')

וואס דא גייט פאר מיט די טשיקענס איז קלאר אכזריות מרובה מיט אלע מפרשים לויטן פולסטן שיעור אפילו פונעם גר"ח נאה, יא, די זעלביגע אכזריות קומט פאר געווענליכערהייט און די שלאכט הייזער, דאס מאכט עס נאכנישט אויס איסור, בפרט ווען דא איז דא א גרינגע דרך אחרת פון כפרות אויף געלט, איז נישט דא קיין שום צורך והיתר לעניות דעתי השפל


----------

גראדע אז מ'האט גערעדט פון די שטינק וואס גייט פאר ארום די טשיקענס איז אינטערעסאנט צוצוצייכענען דעם רמב"ם:
לריח הקטורת הנעים הייתה חשיבות מצד עצמו כחלק מ"זה אלי ואנוהו" של המקדש במובן החיובי אך גם כאמצעי לסילוק ריחות רעים כדברי הרמב"ם במורה נבוכים (חלק ג פרק מ"ה): "... וכאשר היו שוחטים במקום המקודש בהמות רבות בכל יום ומחתכין בו הבשר ושורפין ורוחצין בו הקרב והכרעים, אין ספק שאילו היו מניחים אותו על זה הענין היה ריחו כריח מקומות הבשר, מפני זה צוה להקטיר בו הקטורת שתי פעמים בכל יום, בבקר ובין הערבים, להטיב ריחו וריח בגדי כל העובד בו, כבר ידעת אמרם מיריחו היו מריחים ריח הקטרת, וזה ג"כ ממה שמעמיד יראת המקדש, אבל אם לא היה לו ריח טוב כל שכן אם היה לו שכנגדו, היה מביא בלב האדם הפך ההגדלה, כי הנפש תתרחב מאד לריח הטוב, ותטה אליו ותתרחק מן הריח הרע ותברח ממנו וכו'".
אייניקעל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 74
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 04, 2013 1:44 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 148 מאל

הודעהדורך שליח » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:50 am

ביטע מישט נישט הלכה מיט מאראל, א דאנק.
דער רמ"א וואס זאגט ומ"מ העולם נמנעים, דער נוב"י וואס שרייבט שארף אז כאטש מ'מעג מעיקר הדין זאל מען נישט, דער גדר פון אבירי לב וואס דער שבט הלוי שרייבט, דאס איז אלעס די מאראל וואס כ'האב געשריבן. כ'זעה נישט וואס איר פרובירט דא אפצופרעגן. (וכ"כ בחבלים בנעימים ח"א סי' מג אז ס'איז נאר ממדת חסידות, ועי' ציץ אליעזר חי"ד סי' סח אות ג' אז ס'האט בכלל נישט קיין בסיס בהלכה, ועי' חלקת יעקב חו"מ סי' ל' אז לדעת הרמ"א איז מותר צוליב סיי וועלכע צורך, אפילו רווח ממון, וכ"ה דעת רוב הפוסקים, עי' לקמן. ואגב דברי שבה"ל, עי' ב"מ צ: וירושלמי מעשרות פ"ב ה"ד ורמב"ם שכירות פי"ג ה"ו, וצ"ע, ועי' מנחת יצחק ח"ו סי' קמה וואס איז טאקע מתיר בנידון השבה"ל, ועעו"ש ח"ב רסי' כז. ולד' השבה"ל שמא נחלק בין עינוי וסיגוף יום או יומיים להרעבה י' ימים, ולפי"ז קומט עס בכלל נישט אריין דא).

די גמרא חולין רעדט טאקע לאחר שחיטה, פשוט ווייל ווען נישט איז עס אבר מן החי, אבער בעודה חיה, ווען ס'האט נאך צער (עי' דעת קדושים סי' כב ס"ק א' ודעת תורה שם ס"ק ט', ועי' פלתי סי' סב ס"ק ה').
דער אגרות משה שרייבט בכלל נישט דאס וואס איר ברענגט אראפ פון אים, כ'האף אז איר האט נאר נאכגעברענגט פון א ליקוט ספר און נישט מסלף געווען ביודעים. ואגב, ר' משה שרייבט אין דברות משה (ב"מ סי' ל' ענף ב') אז מ'איז נישט מחויב לסלק צער מבהמה שאינו שלו (וכ"ה במהר"ם שיק על תרי"ג מצוות מ' פ', ועי' העמק דבר דברים כב ד בהרחב דבר ס"ק ב').
(און דעם תרומת הדשן איגנארירט איר גענצליך כמובן. אויב האט איר דורכגעלערנט די סוגיא ווייסט איר גאנץ גוט אז קעגן יעדע מקור וואס איר קענט ברענגען וואו ס'איז משמע אז ס'איז אסור בכה"ג קען מען ברענגען צוויי אז ס'איז מותר, הסכמת רוב ככל הפוסקים וסוגיין דעלמא אז צעב"ח איז בכלל נישט אסור ווען ס'איז דא א צד צורך. ואציין עוד קצת: ריטב"א שבת קנד: וחת"ס שם ובב"מ לב:, יד מלאכי כללי דינים סי' תקכט, שבות יעקב יו"ד ח"ג סי' עא, הגר"א באה"ע שם, רב פעלים ח"א יו"ד סי' א', או"ש הל' רוצח פי"ג, מילי דחסידותא עמ' רה, דעת קדושים יו"ד סי' כד סעיף יב, הגהות עזר מקודש אה"ע סי' ה' ס"ק יד, שרידי אש ח"ג סי' ז', משנה הלכות ח"ד רסי' רלט, ובאמת יכלה הזמן והם לא יכלו).

חוץ מזה, you are missing the point. דער נידון איז נישט (נאר) צו מ'מעג מצער זיין די עופות צוליב אזא צורך, נאר וויבאלד דער גאנצער איסור איז נישט צוליב רחמנות אויף די חיות נאר כדי מיר זאלן נישט זיין קיין אכזרים (ועי' יוסף דעת יו"ד סי' שמח), איז בכלל נישט נוגע וויאזוי יענער ברענגט מיר די עופות, כל זמן מיר זענען זיך נישט מתאכזר. והגם ס'איז טאקע א מחלוקה צו מ'איז מחויב לסלק צער, און לויט רוב פוסקים איז מען מחויב (עכ"פ מדרבנן), איז דאס נאר אויב זעהט מען א בע"ח מתייסר וואס דאן איז אן אכזריות להעלים עין. אבער ווען איך וויל נוצן עופות, און גוי פלוני ברענגט דאס צו מיר, איז קיינעם'ס עסק צו ער האט מצער געווען די עופות ביים ברענגען, (ועי' ב"מ פח: דשור אינו מצווה להחיותו ובדרכי דוד שם, ועי' חת"ס ח"ב יו"ד סי' שיד. ועי' פמ"ג משב"ז או"ח סי' תסח ס"ק ב' ומהרש"ם ח"ג סי' שסד אז מ'מעג הייסן א גוי מצער זיין בידים, ואכ"מ). ועל אחת כמה וכמה אויב האבן די עופות סייווי אלעמאל די זעלבע צער, ווער איך עפעס א מחותן מיט זייער צער ווייל מ'ברענגט עס צו מיר אנשטאט צום קצב? ס'האט נישט קיין פשט.

און א ייש"כ פארן פאררעכטן אייערע ווערטער אויבן איבער ווער ס'דארף א קורס אין אידישקייט.
ראית איש חכם בעיניו תקוה לכסיל ממנו (משלי כו יב).
Skepticism is not necessarily a badge of tough-mindedness; it may equally be a sign of intellectual cowardice ~ John Beloff
באניצער אוואטאר
שליח
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 11, 2013 11:43 am
געפינט זיך: th dimension'∞
האט שוין געלייקט: 506 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 730 מאל

הודעהדורך אליבא דאמת » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 11:33 pm

http://youtu.be/uOcuX6MtLWw
"A Rabbi's Plea: Wave Money, Not Chickens" on YouTube -r
באניצער אוואטאר
אליבא דאמת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 03, 2012 12:42 pm
האט שוין געלייקט: 271 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 261 מאל

הודעהדורך common sense » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 12:18 am

אייניקעל האט געשריבן:די אלע תורות אדער גיפטיגע שטעכערייען וועגן זיידעס אדער עפ"ל פארענטפערט נישט די קשיא אמער ס'איז דאך צער בעלי חייים?

דא האנדעלט זיך נישט פון גוים עסן לאבסטער, דא האנדעלט זיך פון יודן וואס זענען עובר אויף א איסור דאורייתא!

אויפן מינוט קימערט מיך נישט וואס די גוים זענען עובר אדער נישט, מיך גייט אן וואס מיינע ברודער וואס זוכן צו זיין גוט פארשוועכן די תורה

רבי זכרונו לברכה מיט די פארשידענע אנדערע קורץ קעפיגע לשונות אדער מיך באשמוצן אלץ כופר אפיקורוס וכו' וכו' געט נאך אלץ נישט קיין היתר, מיר יודן דארפן זיין פאראנטווארליך פאר אונזערע מעשים ספעציעל ווען עס שטימט נישט מיטן באשעפער'ס תורה וואס אונז געגעבן געווארן מסיני

מיט א קלארקייט לאז איז וויסן, אז איך האב נישט קיין שום אגענדע חוץ לשם שמים

ס'איז דא דרגה'ס אין קיום המצות קודם קומען מצוה'ס עשה'ס ולא תעשה'ס דערנאך דרבנן'ס דערנאך תקנות הגאונים וכו' און צום לעצט קומען מנהגים אוודאי זענען זיי הייליג און טייער יסודותם בהררי קודש אבער נישט ווען עס איז א בפירושע סתירה מיט א מצוה דאורייתא

איך בין נישט באקאנט מיט שום מצוה פון די תרי"ג וואס איז פארבינדן מיט זיך אונטערלייגן די קאפ אונטער א שויער פון צואה זאלטס מיר מוחל זיין, אונז האמיר א זיסער באשעפער וואס געט אונז נאר שיינע און זיסע מצות ווי שוין פריער דערמאנט פון איוב

דערפאר דארף ער אויך נישט אז מיר זאלן זיך מסגף זיין פאר אים (ווי איינער האט אויבן ערווענט) נאר לב ונשבר ונדכה איז וואס ער דארף, ווער עס קריגט זיך מיט דעם זאל נעמען א פרישע קורס אין יודישקייט וואס וועט אים ארויסנעמען פון זיין עמי הארצות


לויט ווי איך פארשטיי, און אפשר פארשטיי איך נישט, האט בענזשאמין און בן תמליון פרובירט צו זיין סארקאסטיש.
common sense
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 15
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 11, 2013 5:55 pm
האט שוין געלייקט: 91 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 12:19 pm

בילד
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3883
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1780 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6092 מאל

הודעהדורך אייניקעל » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 12:40 pm

שליח האט געשריבן:ביטע מישט נישט הלכה מיט מאראל, א דאנק.
דער רמ"א וואס זאגט ומ"מ העולם נמנעים, דער נוב"י וואס שרייבט שארף אז כאטש מ'מעג מעיקר הדין זאל מען נישט, דער גדר פון אבירי לב וואס דער שבט הלוי שרייבט, דאס איז אלעס די מאראל וואס כ'האב געשריבן. כ'זעה נישט וואס איר פרובירט דא אפצופרעגן.

די גמרא חולין רעדט טאקע לאחר שחיטה, פשוט ווייל ווען נישט איז עס אבר מן החי, אבער בעודה חיה, ווען ס'האט נאך צער

חוץ מזה, you are missing the point. דער נידון איז נישט (נאר) צו מ'מעג מצער זיין די עופות צוליב אזא צורך, נאר וויבאלד דער גאנצער איסור איז נישט צוליב רחמנות אויף די חיות נאר כדי מיר זאלן נישט זיין קיין אכזרים (ועי' יוסף דעת יו"ד סי' שמח), איז בכלל נישט נוגע וויאזוי יענער ברענגט מיר די עופות, כל זמן מיר זענען זיך נישט מתאכזר. והגם ס'איז טאקע א מחלוקה צו מ'איז מחויב לסלק צער, און לויט רוב פוסקים איז מען מחויב (עכ"פ מדרבנן), איז דאס נאר אויב זעהט מען א בע"ח מתייסר וואס דאן איז אן אכזריות להעלים עין. אבער ווען איך וויל נוצן עופות, און גוי פלוני ברענגט דאס צו מיר, איז קיינעם'ס עסק צו ער האט מצער געווען די עופות ביים ברענגען, (ועי' ב"מ פח: דשור אינו מצווה להחיותו ובדרכי דוד שם, ועי' חת"ס ח"ב יו"ד סי' שיד. ועי' פמ"ג משב"ז או"ח סי' תסח ס"ק ב' ומהרש"ם ח"ג סי' שסד אז מ'מעג הייסן א גוי מצער זיין בידים, ואכ"מ). ועל אחת כמה וכמה אויב האבן די עופות סייווי אלעמאל די זעלבע צער, ווער איך עפעס א מחותן מיט זייער צער ווייל מ'ברענגט עס צו מיר אנשטאט צום קצב? ס'האט נישט קיין פשט.



מאראל מיט הלכה זענען געקניפט און געבינדן איינס מיטן צווייטן

א בהמה נאכן שעכטן פילט מער נישט קיין צער ווייל די נערווען אפילו זיי לעבן נאך זענען אפגעהאקט, קומען מער נישט אן צום מוח אז ס'זאל ברענגן צער

חוץ וואס דאס איז אסור מצד הלכה אזוי פריער שוין נאכגעברענגט און זייער קלארע ווערטער פונעם שבט הלוי, ווי אויך איז באקאנט אז הג"ר שלמה זלמן אויערבאך זצל האט זיך טאקע דערפאר מונע געווען פון מאכן כפרות מיט עופות סוף ימיו

מצד השני איז דאס טאקע אסור מצד מאראל וואס גאר א הויעכע פלאץ אין יודישקייט כידוע, מען קען זיין א שטארקע הלכה'כיסט און זיין און די זעלבע צייט א נבל ואכזר ברשות התורה

טעמי המצות מאכן נישט קיין חילוק און הלכה אויב איז אכזריות איז עס אכזריות, און להוי ידוע אז די גאנצע אכזריות קומט פאר נאר ווייל דער עולם גולם לויפט כאפן טשיקענס, ווען מ'זאל אויפהערן קויפן וואלט די גאנצע אפעראציע פון אכזריות זיך אויפגעהערט, רבינו הקדוש האט אויך געמעגט שיקן דעם קוה צו די שחיטה מצד הלכה, ער איז אבער געשטראפט געווארן מיט 13 יאר מחלות דערפאר ווי שוין אויבן ערווענט.

לסיכום מען קען נישט מעורר זיין רחמנות מיט אכזריות ס'איז דבר והפוכו, איבערהויפט נישט ווען ס'איז א איסור דאורייתא, איך פארשטיי אז ס'איז זייער שווער זיך ארויסצורייסן פונעם אלט באזעצטען באקס און וואס מ'האט זיך אזוי באקוועם געמאכט, נאך דערצו ווען מ'איז אנגעצויגן אז אויב דריי איך נישט דעם טשיקען גייט מיך דער שרעקעוודיגער באגי-מען פון אויבן הרגענען און צופליקען דערפאר וועט מען פארענטפערן כל מיני שטויות וואס מען איז צוגעוואוינט צו טוען, אבער למעשה זרע אברהם ויצחק זענען רחמנים, און ס'איז צום האפען אז צוביסלעך וועט זיך דער הייליג פאלק אויפוועקן און טוען די ריכטיגע זאך

גמר חתימה טובה
אייניקעל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 74
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 04, 2013 1:44 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 148 מאל

הודעהדורך נהורא נפישא » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 1:31 pm

ר' נכד'ל דאס וואס די זאגסט אז נאכן שחיטה איז די nervous system אפגעשאלטערט פון מח איז נישט ריכטיג ווייל דאס לויפט אין די חוט השדרה וואס ווערט אינגאנצן נישט דורכגעהאקט און איז נישט אויסגעהאלטן לויט די הלכה שובר זיין מפרקתה
למען האמת איז שחיטה אפשר בזמן התנ"ך געווען די מערסט הומאניסטיש וועג פון קוילן א בעל חי אבער היינט אז סאיז דא פיל בעסערע מיטלן איז עס פון די היבש פיינפולסטע וועגן וויבאלד די נערוואס סיסטעם איז נאך מחובר און ס'נעמט ביז דער מח פארלירט אינגאנצן די אקסיגען ( די מח קריגט שוין נישט קיין פרישע אקסיגען וויבאלד זי הייבט אן פארלירן דאס בלוט וואס דאס טראגט די אקסיגען צום מח) אז די מח זאל אפשטארבן
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
נהורא נפישא
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1631
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1904 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2145 מאל

הודעהדורך רויטע וואנצעס » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 1:18 am

פעמעלי גיי כפרה שלאגן...
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4860
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9836 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9504 מאל

הודעהדורך זר זהב » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 1:22 am

דאס מוז זיין א קרית יואל'ער טשיקן! אזויפיהל חוצפה צו האבן?!
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4204 מאל

הודעהדורך אייניקעל » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 7:13 am

נהורא נפישא ביזט כלל נישט גערעכט עיין דא

http://chabad.org/library/article_cdo/a ... Humane.htm

ס'איז דא אזויפיל הלכות ווי שארף די חלף מוז זיין אויף ביידע זייטן און ווי געשיקט די עצם שעכטן מוז זיין אז אויב פעלט נאר א קליין ביסל איז די בהמה אדער עוף נישט כשר דאס ווייזט אויך אן ווי וויכטיג עס איז פארן בורא עולם אז מען זאל נישט ברענגן קיין טראפעלע איבריג צער פארן נברא, די וועג פון שחיטה ווען געטוען ווי מדארף מאכט נישט קיין טראפ צער פארן נברא ווי עס ווערט קלאר מבטאר און דען צוגעברענגטען ארטיקל פון חבדס וועבזייטל
אייניקעל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 74
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 04, 2013 1:44 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 148 מאל

הודעהדורך נהורא נפישא » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 8:17 am

ר' נכד'ל דאס חלף דארף ע"פ הלכה נישט זיין שארף עס טאר נישט האבן פגימות די הלכה איז עכ"פ ביי עוף אז אפילו מוליך ומביא כל היום כולו כשרה.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
נהורא נפישא
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1631
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1904 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2145 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 8:31 am

איך האב געקויפט א טיקעט פאר ערב יוה"כ, כ'פלאן צו שלאגען מיטן טיקעט כפרות.
וכמה מעלות טובות, לא די אז איך בין נישט מצער א בעל חי, דער טשיקען וואס זיי לייגען אוועק פאר מיר וועט לעבן בלייבן!
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8510 מאל

הודעהדורך טעפל » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 9:51 am

קאווע טרינקער האט געשריבן:איך האב געקויפט א טיקעט פאר ערב יוה"כ, כ'פלאן צו שלאגען מיטן טיקעט כפרות.
וכמה מעלות טובות, לא די אז איך בין נישט מצער א בעל חי, דער טשיקען וואס זיי לייגען אוועק פאר מיר וועט לעבן בלייבן!

ביסט טאקע אזוי נאאיוו און די רעדסטעך איין אז מ'גייט עס נישט נוצן? זיי נוצן דאך עס איבער פיר מאהל יעדע טשיקען..
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4948 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 822 מאל

הודעהדורך שליח » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 9:56 am

אייניקעל האט געשריבן:מאראל מיט הלכה זענען געקניפט און געבינדן איינס מיטן צווייטן


דוכט זיך כ'האב זייער קלאר מסביר געווען מיין כוונה לעיל. אויב פארשטייט איר נישט, זייט ביטע מסביר וואס איז אייך שווער.

אייניקעל האט געשריבן:א בהמה נאכן שעכטן פילט מער נישט קיין צער ווייל די נערווען אפילו זיי לעבן נאך זענען אפגעהאקט, קומען מער נישט אן צום מוח אז ס'זאל ברענגן צער


איר ווילט דוקא נישט נאכקוקן וואס מ'צייכנט צו כדי חלילה נישט צו פארלירן אייער 'אמת'? דאס איז מיין איינציגסטע לימוד זכות וויאזוי איר קענט שרייבן מיט אזא טראציגע פשטות נגד גדולי האחרונים בלי להתייחס כלל לדבריהם. וכן הלאה בכל דבריך.

אייניקעל האט געשריבן:חוץ וואס דאס איז אסור מצד הלכה אזוי פריער שוין נאכגעברענגט און זייער קלארע ווערטער פונעם שבט הלוי


נניח אז דער שבט הלוי מיינט הלכה (הגם אין זיינע ווערטער זעהט אויס פארקערט), ונניח אז הלכה כדבריו נגד המנחת יצחק וואס שרייבט פארקערט (א זאך וואס איז נישט מסתבר, במחכ"ת), כבר כתבנו א ריזן חילוק, וואס איז מוכרח אויב ווילן מיר נישט דער שבה"ל זאל זיין מופרך פון אפענע חז"ל והלכה פסוקה.

אייניקעל האט געשריבן:טעמי המצות מאכן נישט קיין חילוק און הלכה


טעמי המצוות נישט, גדרי המצוות יא, וכאשר כבר ציינתי. (איר ווילט זיך קריגן -לדוגמא- מיטן לעמבערגער רב ר' יוסף שאול? בכבוד גדול, אבער האט נישט קיין טענות אויב נעמט איינער אהן כדבריו).

אייניקעל האט געשריבן:אויב איז אכזריות איז עס אכזריות


און אויב איז עס נישט איז עס נישט. (כ'מיין, אזוי ווילט איר מוכיח זיין אייערע ווערטער?).

אייניקעל האט געשריבן:און להוי ידוע אז די גאנצע אכזריות קומט פאר נאר ווייל דער עולם גולם לויפט כאפן טשיקענס, ווען מ'זאל אויפהערן קויפן וואלט די גאנצע אפעראציע פון אכזריות זיך אויפגעהערט


די געקוילעטע עופות ווארפט מען דערנאך אריין אין מיסט? כפי ידיעתי פארנוצט מען זיי, ואם כן וואלטן די עופות סייווי געברענגט געווארן און גע'שחט'ן געווארן אויף כמעט דעם זעלבן אופן, נאר נישט געדרייט געווארן איבערן קאפ, ווי מ'האט אייך שוין אויבן כמה פעמים מסביר געווען.

אייניקעל האט געשריבן:איך פארשטיי אז ס'איז זייער שווער זיך ארויסצורייסן פונעם אלט באזעצטען באקס און וואס מ'האט זיך אזוי באקוועם געמאכט, נאך דערצו ווען מ'איז אנגעצויגן אז אויב דריי איך נישט דעם טשיקען גייט מיך דער שרעקעוודיגער באגי-מען פון אויבן הרגענען און צופליקען דערפאר וועט מען פארענטפערן כל מיני שטויות וואס מען איז צוגעוואוינט צו טוען


אויב איז איינער נייגעריג, כ'האב שוין יארן נישט געשלאגן מיט קיין עופות, מחמת כמה סיבות. אלזא, די "באקוועמע באקס" און "שרעקעוודיגער באגי-מען" טעאריעס שטימען נישט. בסה"כ האב איך געשריבן אז די שיקולים זענען נישט גענוג שטארק (אויף קיין איין צד) אויף צו קענען אראפרייסן יענעם, און אז געוויסע טענות וואס מ'פרובירט דא אריינצודרייען הייבן זיך נישט אן.

לסיכום, בכל דבריך אין כל חדש, נישט קיינע ענטפערס אויף וואס מ'פרעגט אייך און נישט קיינע פראגעס אויף וואס מ'ענטפערט אייך, נאר חוזר חזרה אויף טענות מופרכות. כנראה זענט איר נישט אפען פאר דעבאטע, וועל איך אייך מער נישט באדערן.
אנטשולדיגט אויב שרייב איך צו שארף, אבער ס'פאסט נישט אז דער נושא דגל המאראל זאל טענה'ן אומאויפריכטיג, פארדרייען יענעם'ס ווערטער, צו גאר טוישן די אייגענע ווערטער און טענה'ן אז יענער פארדרייט. אויב ווילט איר מכריע זיין ווי אייער צד וועט דאס אייך גיין גרינגער אויב וועט איר ברענגען איין ריכטיגע און אויפריכטיגע טענה אנשטאט פינף האלבע, וכבר אמרו כל המוסיף גורע.
---

ושלא תהא ביאתי ריקנית:
בלא בלא בלא האט געשריבן:@הוגה, דאס איז פונעם אריגענעלן שלחן ערוך.
כפרות.jpg
כפרות.jpg (9.92 KiB) געזען געווארן 1674 מאל

מנהג כפרות בעי"ה מנהג של שטות הוא אינו מדברי רבי' ז"ל, אלא המדפיס שם אותו מדעתו, כי כך קבלנו מבנו של המדפיס עצמו הראשון שהדפיס הש"ע. ובריך רחמניה דשקליה למטרפסיה מיניה בהאי עלמא, דבן בנו היה שוטה (לחם הפנים למהר"י וואלי תלמיד מהר"ש אבוהב, סימן תר"ד). וכ"כ בשו"ת שמש צדקה ח"א סי' כג.
ראית איש חכם בעיניו תקוה לכסיל ממנו (משלי כו יב).
Skepticism is not necessarily a badge of tough-mindedness; it may equally be a sign of intellectual cowardice ~ John Beloff
באניצער אוואטאר
שליח
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 11, 2013 11:43 am
געפינט זיך: th dimension'∞
האט שוין געלייקט: 506 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 730 מאל

הודעהדורך לכבוד שבת קודש » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 5:37 am

הער איך היינט אויף קול מבשר א הערליכן אפהאנדלונג איבער די היסטאריע פון כפרות און תשליך. לויט זיינע ווערטער זענען די ביידע זאכן איין מנהג וואס דערפון איז געווארן צוויי. ער נעמט אויך ארום די התנגדות אויף דער מנהג און שמועסט עס שיין אויס. עס איז כדאי צוצוהערן.

מען קען עס הערן אויף 5-2-1 פון די מעין מעניו און דאן דרוקן נומער 27.
לכבוד שבת קודש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 187
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 17, 2013 12:08 am
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 224 מאל

הודעהדורך משולם שטיינפעלד » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 6:30 am

[quote="בלא בלא בלא" ]ודברי השותה,
נראין לי יותר...[/quote]
דאס גראמט נאר אין באבוב וואס מען זאגט נישט די רי"ש נאך יותר.....
משולם שטיינפעלד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 975
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 6:48 pm
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

הודעהדורך סאשי פיש » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 12:14 pm

אין די גוט מארגען היינט
מען האלט שוין אויף א וועג
בייגעלייגטע פיילס
image.jpg
image.jpg (200.22 KiB) געזען געווארן 1616 מאל
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2767
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3325 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2361 מאל

הודעהדורך לכבוד שבת קודש » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 2:12 pm

אשכול, אויב דער בית-המקדש וואלט געשטאנען:

עזאזל - שוין צייט אפצולאזן דער מנהג הקרבה לשדים

שוין ווידעראמאל איז עס די סוף פונעם יאר, עס פאנגט זיך אן א פרישע יאר מיט די עשרת ימי תשובה, יעדער יוד זיכט איינצוזאמלען נאך זכותים ומעשים טובים צום יום הדין

לאמיר נישטאמאל אריינגיין דא א שמועס פון די נערוועזיטעט, דעפרעשאן, אנגעצויגענקייט, און ישראלי'שע פארמאליטעט וואס כאפט ארום די טעג קינד און קייט, דאס פאדערט זיך א באזונדערע חליפת המוחין צו פארשטיין געבן אז מיר האבן א זיסע באשעפער וואס האט אונז ליב, דערפאר געט ער אונז די געהויבענע געשמאקע האניג-זיסע טעג וואס מיר קענען גרינגערהייט נאנטער ווערן מיט אים, תשובה טוען מיט שמחה וגילו ברעדה וכו'

לאמיר זיך אבער יא אפשטעלן איבער די מנהג פון "שעיר לעזאזל" וואס יודן קוקן דערויף ארויס יעדע יאר, אז די עבירות זאלן דורכדעם נתכפר ווערן, די אנגעצויגנקייט פון די קינדער באגלייט מיט געוויינעריי ווייל זיי האבן מורא פון "דע חיה" וואס לויפט דורך די גאסן פון ירושלים, צו פשוט ווייל זיי ווילן נישט ווערן צוקוועטשט פון די מאסן וואס לויפן נאך דעם איש עתי מיטן שעיר, דאס געדרענג וואס דאס ברענגט אן איבער די סיטי גאסן, איבערהויפט ווען די גאסן זענען אנגעשטויסן מיט טרעפיק, סוכות, פארקויפער טישלעך וכו' וכו' ואין מקום להאריך

כאשטיג איעדער בר דעת פארשטייט אז עס קען גאר נישט זיין אז השי"ת אונזער זיסער טאטע וואס איז חפץ להיטיב עם בריותיו, זאל אונז געבן אזא שווערע מנהג, ווי איוב ע"ה זאגט שוין "ש-ד-י, לא מצאנוהו שגיא כח" אז השי"ת געט אונז נישט קיין מצות וואס וועגט אונז אראפ ביז אונטן, און פארשטייט זיך די פועל יוצא דערפון וואס די יונגערע דור באקומט א נעגאטיווען בליק אויף יודישקייט אלץ א רעזולטאט, פונדעסטוועגן דאך וויל איך ערווענען גאר א אנדערע ערעור אדער טענות אויף די מנהג און דאס איז

צער בעלי חיים

די פאקטן זענען באוואוסט פאר איעדן וואס "וויל" נאר זעהן, בקיצור נמרץ ווערן דער שעיר ווערט ארומגעשלעפט פאר שעות לאנג אין די הייסע מדבריות, ער באקומט נישט צועסן און צוטרינקען במשך די נסיעה, מען לויפט אים נאך אויף די גאסן. אחרי ככלות הכל נאך די גאנצע אושוויץ נסיעה כאפט מען אים אן, ליתר שאת כאפט ער א גוטן שטויס, און היידא - אראפגעטראסקעט דעם בארג, ער זאל ווערן צושמעטערט. אויב איז ער גליקליך, ווערט ער גע'הרג'עט אויפן פלאץ און א עק צו די יסורים, די רעדע איז פון א גאנץ קליינע יונגע און אויסגעדארטע שעפעלע וואס איז בכלל נישט "פיט" פאר די יסורים לכתחילה.

די אנגענומענע הלכה אין די פוסקים איז אז צער בעלי חיים איז א איסור דאורייתא.

זאת ועוד: האט איר שוין אריינגעטראכט? - די תורה זאגט אז מען טאר נישט מקריב זיין א בהמה שלא לשם ה'. וואס טוט מען אצינד? - מען נעמט א שעיר, מען ווארפט עס אראפ צום עזאזל, דוקא נישט אין בית-המקדש און דוקא נישט אלס קרבן להשם. וואס איז דאס?

שאלה #1
וויאזוי קען דער עזאזל אוועקשטופן א איסור דאורייתא פון צער בעלי חיים און דעם איסור פון נישט מקריב זיין לשדים?

שאלה #2
וויאזוי קען אכזריות צו בעלי חיים מעורר זיין רחמנות אויף אונז אין הימעל?

שאלה #3
א יוד וואס האט אייגענע שעפעלעך טאר זיך נישט זעצן עסן פרישטאג אדער נאכטמאל פאר ער געט צועסן פאר די שעפעלעך, ונתתי עשב בשדך לבהמתך און הערשט דערנאך ואכלת ושבעת, וויאזוי האבן מיר פארגעסן א פשוטע פסוק אין די תורה?

שאלה #4
ר' יוד שוין אמאל געהערט פון מצוה הבאה בעבירה?


ס'איז שוין העכסט צייט אויפצושטייען פון שלאף, גענוג געווען מיט די אכזריות, לאמיר זוכן זכותים פון רחמנות האבן אויף בעלי חיים, איעדער איינער זאל נעמען א דאללאר פאר זיך און די בני בית אדער מער כפי שידו מגעת, עס לייגן אין צדקה אנשטאט דעם שעיר, און די זכות פון צדקה און רחמנות וועט אונז ברענגן א יאר ווי השי"ת וועט אונז באוואשן מיט צדקה און רחמנות און א גאולה שלימה.
לכבוד שבת קודש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 187
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 17, 2013 12:08 am
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 224 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 5:50 pm

בילד
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3883
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1780 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6092 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 6:24 pm

BIG LOL
הא הא... א גוטס.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15173
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17936 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18245 מאל

הודעהדורך יאיר » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 11:50 pm

מר. @לכבוד שבת קודש, אין הכי נמי, ס'איז צום האפן אז לעתיד לבא וועט מען נישט דארפן מקיים זיין די מצוה פון שעיר לעזאזל, ווייל כפי הנראה איז דאס נצטוה געווארן נאר וויבאלד עס איז געווען אזוי דער סדר אין בבל, כמו שביאר המורה בענין קרבנות, ועי' אבן עזרא פר' אחרי.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8123 מאל

הודעהדורך שליח » דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 8:52 am

כ'וועל זיך ערלויבן און צוצייכענען להמבואר במקום אחר.
ראית איש חכם בעיניו תקוה לכסיל ממנו (משלי כו יב).
Skepticism is not necessarily a badge of tough-mindedness; it may equally be a sign of intellectual cowardice ~ John Beloff
באניצער אוואטאר
שליח
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 11, 2013 11:43 am
געפינט זיך: th dimension'∞
האט שוין געלייקט: 506 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 730 מאל

הודעהדורך אייניקעל » דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 7:23 pm

לכבוד שבת קודש האט געשריבן:אשכול, אויב דער בית-המקדש וואלט געשטאנען:

עזאזל - שוין צייט אפצולאזן דער מנהג הקרבה לשדים


דיין צוזאמענשטעל קומט מיר בכלל נישט צום שמייכלען

א מצות עשה דאורייתא וואס קוב"ה האט באפוילען איז מיר גענוג גוט אפילו ס'איז דוקא יא צער בעלי חיים
גראדע מוז נישט זיין אז ס'איז געווען צער בעלי חיים אזויווי חז"ל זאגן "ולא היה מגיע לאמצע ההר עד שהיה נעשה איברים איברים" קען גאר זיין אז די בארג איז געווען אזוי שארף אז די בהמה איז געווען צופיצעלט אין אן אויגןבליק
אפילו ווען יא גייט מיך אויך נישט אן

ווערט זאגט דיר אז די בהמה האט נישט געקריגן גוט עסן און טרינקען, גראדע האט ער יא באקומען, און יום כפור איז נישט אזוי הייס וכו'
אייניקעל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 74
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 04, 2013 1:44 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 148 מאל

הודעהדורך שעפטל » דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 7:45 pm

מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3443
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 3450 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3366 מאל

הודעהדורך זר זהב » דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 8:04 pm

crazy, wow
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4204 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק תורה און מחשבה

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט