דער טשולנט

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3088
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4496 מאל

דער טשולנט

שליחה דורך מאטי »

דאס יאהר וועל איך שוין יא גיין!  - האט ירחמיאל דער ארענדאר האלב געשריגען האלב גע׳מסביר׳ט, מירל׳ן זיין טרייער עזר׳ל. 
איי! איי! אזא געדאווענעכטס צווישען אזעלכע פויערן דא אינדערהיים? גאט וועט מיר שוין נישט וועלן פארגעבן נאכאמאהל אזוי שנעל מיינע גרויסע זינד.

אבער ווער וועט מיר באשיצן פון די ציווילדעוועטע שיכורים ? יאמערט מירל אין א ביטערן געוויין.
נישט געזארגט - בארוהיגט איר ירחמיאל - מיר וועלן ביידע צוזאמען פארן, מיר וועלן פארשליסן דאס געוועלב פאר די הייליגע טעג.

אומר ושותה מ׳פאקט זעק און פעק און מ׳לאזט זיך אין וועג אריין צום גרויסן שטאט.

אנקומענדיג האבן זיי זיך איינגעארדענט אינעם אכסני׳ זייערן, און אט, ס׳רוקט זיך אן דער הייליגער יום הדין און ירחמיאל ריכט זיינע טריט צום גרויסן שטאטישן שול.

ביינאכט איז ווי נישט ווי נישט קשה׳דיג, אביסל א פאלענגערטער מעריב און געענדיגט.

קומענדיגער צופרי ירחמיאל שטייט ביי זיין ווינקל דאווענט אפ זיינע פאר קענטליכע תפילות, ער שטייט און ווארט דער עולם זאל שוין ענדיגן אבער.... ס׳ענדיגט זיך נישט! דער ציבור זאגט און זאגט אזש ירחמיאל׳ן האט זיך געדאכט אז ער גייט פון זינען אראפ. ס׳האט אים אנגעכאפט א שטארקער הונגער אבער האט ווייניג געקענט טון דערצו, דער עולם פשוט ענדיגט נישט.

מיטאמאהל הערט ער ווי דער חזן פאנגט אן שרייען, פונקטליך וואס דער חזן זאגט האט ער נישט אויפגעפאסט, אבער דער גאנצער ציבור האט זיך גענומען מיטשרייען און וויינען.

פארוואס וויינט עפעס יעדער ? טראכט ער צו זיך. אה! כאפט ער זיך,  מסתם איז דער עולם אויך פונקט אזוי הונגעריג ווי איך בין, און שרייען צום חזן ער זאל שוין ענדיגן ווייל זיי ווילן שוין אהיים גיין עסן. אויב אזוי.. נעמט זיך ירחמיאל אויך שרייען און וויינען ער איז דאך אויך הונגעריג אולי יחוס על עני ואביון. 

און טאקע נאך אפאר מינוט, איז דער חזן פארשוויגען געווארן און נאכהער דער גאנצער עולם.

ירחמיאל איז געווען זיכער אז די געשרייען פון ציבור האט גע׳פועל'ט, און יעצט וועט מען שוין זיכער פערטיגן און אהיים גיין עסן דער יו״ט סעודה.

אבער נאך אפאר מינוט האט ער איינגעזען זיין ביטערן טעות דער גאנצער ציבור מורמלט ווייטער אומפארשטענדליכע ווערטער און קיינער חלומ׳ט בכלל נישט פון אהיים גיין.

איז דער עולם מיטאמאהל געווארן אויס הונגעריג? טראכט ער מיט וואונדער. ווי קען דאס זיין!! 

אבער פלוצלינג!  האט ער זיך געכאפט... טשולענט...... ס׳איז געווען ר״ה שחל בשבת, און דער עולם האט געשטעלט טשולענט. פארשטייט זיך ווי לענגער עס ליגט אויפן פייער אלס בעסער ווערט דער טשולענט נו! וואס איז שוין אפאר שעה הונגער פאר אן אויסגעקאכטער בא׳טעמ׳טער טשולענט, אודאי איז יעדער שטיל געווארן. 

נאך א שעה איז דורך, בשעת ירחמיאל׳ס געדערים גריצעלט מיט מאדנע טענער פאדערנדיג דאס זייניקער, אבער ער פארשלינגט די הונגער געפילן צוזאמען מיטן גאנצן ציבור. ס׳טייטש .. דער טשולענט באבעלט דאך א מחיה!

אבער צו זיין גרויס וואונדער פלאצט דער עולם נאכאמאהל אויס אין א ביטער געוויין!! 

וואס איז שוין ווידער געשען ? ווירבלט זיך מחשבות אין אונזער ירחמיאל׳ס של ראש.
ביז ער מאכט אפ ביי זיך אז גענוג איז גענוג!! ווילאנג דארף דער טשולענט קאכן ? ס׳האט שוין גענוג געקאכט.... ס׳איז פונקט גוט ווי ס׳איז יעצט!! אזא בעל תאווה דער חזן? לאז שוין אפ! דער עולם וויל גיין עסן און פערטיג.

רבש״ע ! מיר ווייסן אז דו האסט אונז פארשיקט אין גלות צו לייטערן אונזערע חטאים ״ומפני חטאנו גלינו מארצנו״. און זינט דו האסט אונז פארשיקט ליידן מיר זיך אפ יעדן איינציגער  טאג. מ׳שלאגט אונז, מ׳שטעכט אונז, מ׳פייניגט אונז.

אבער הייליגער טאטע ווילאנג נאך! איז דער טשולענט טאקע נאך נישט פערטיג?

זענען מיר דען נאכנישט גענוג אויסגעקאכט און אויסגעלייטערט?

טאטע עס אויף דעם טשולענט ווי עס איז יעצט. ווייל נאך אביסל וועט זיך דאס אינגאנצן צוברענען און וועסט ח״ו בלייבן מיט גארנישט. לייז אונז אויס ווי אונז זעמיר יעצט! און דערווייל גיב אונז א זיס לעכטיג יאר מיר זאלן האבן כח צו זיין אויפן פייער און נישט אינגאנצן פארברענט ווערן..
(פארטייטשט פון הרב סיימאן זשעקאבסאן)
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
רעאגיר