תחל שנה וברכותיה... (כעין פאעזיע)

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16508
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18945 מאל

תחל שנה וברכותיה... (כעין פאעזיע)

שליחה דורך שמעקעדיג »

לעצטע יאר ביי אחות קטנה
איך טראכט מיר אזוי, מה נשתנה
וויפל יארן עס זענען שוין אריבער געלאפן אין מיין לעבן
וויפיל מאל מען האט שוין געהאפט אז תכלה שנה וקללותיה

יעדעס יאר נאכאמאל
זינגט מען אחות קטנה,
פול מיט האפענונג אז דאס יאר איז עס שוין אמת'דיג
און תחל שנה וברכותיה
מען וועט אריבערמישן א נייעם בלעטל
אנהייבן פון פריש

אוועק פון די צרות, גענוג איז גענוג
דער נייער יאר וועט ברענגען בלויז בשורות טובות
מיר וועלן זיך איבערבעטן מיט גאט
און פארבלייבן גוטע פריינד

אלול - א'ני ל'דודי ו'דודי ל'י
מיר זאלן דאס אנהאלטן אויך אויף ווייטער
שיינע פשעטלעך און ווערטלעך מיטן ה' פון השנה
דאס יאר זאל שוין ענדליך זיין דאס ריכטיגע יאר

זינט מיינע יונגע יארן, האב איך דאס כסדר געהערט
ר"ה א ניי יאר, מען טוט תשובה, מען בעהט זיך איבער
יום כיפור איז א טאג פון סליחת עוון
עיצומו של יום מכפר, אף לשאינם שבים

די אלטע חשבונות פאלן אוועק, מען הייבט אן פריש
פון טיפן הארצן וואונטשט מען זיך
לשנה טובה תכתב ותחתם
די קינדערלעך, אזוי הארציג זיי וואונטשן

*

ליידער אבער וואס א יאר עס גייט פארביי
זע איך נישט די רעזולטאטן פון די מחילה וסליחה
עס ווערט מיר קאלט אין די ביינער
וואס האבן מיר דען גע'פועל'ט אין די הייליגע טעג

לעצטע יאר פעסט באשלאסן
דאס יאר וועט זיין דער יאר
איינרייסן מיט געוויין און טרערן
שערי דמעות לא ננעלו
זיכער וועט מען קענען עפעס אויס'פועל'ן
צרות ישראל זאלן שוין פארמינערט ווערן

אויפגעשטאנען סליחות פארטאגס
זיך ארויסגעריסן פון טיפן קורצן מוצאי שבת שלאף
א קיל ציפעדיג סליחות ווינטל בלאזט
א מקוה'לע א טבילה מען כאפט
מיט א צובראכן געמיט הייבט מען אן וויינען
לך ה' הצדקה ולנו בושת הפנים

געפאסט א האלבן טאג, כמנהג רבותינו
פרובירט מדקדק צו זיין בקלה כבחמורה
געדאווענט בעסער, געלערנט פלייסיגער
געשאנקען א שמייכל פארן חבר, געזוכט צו טאן חסד

ערב ראש השנה מען שטייט שוין אויף צו זכור ברית
א לאנגע סליחות, די פוס שיער צעברעכן זיך
די לאנגע יוצרות און פיוטים צום סוף
א הארץ קען צוגיין צוהערנדיג דאס געפעכט
מיט אלע מיני טענות פרובירט מען צו פועל'ן ביי גאט
אם כבנים אם כעבדים, אבער ביטע, רחמנות!

עס ווערט שוין פארנאכטס, די שטערנס ערשיינען אונטער די וואלקענעס
מיט א געשפאנטן געמיט גייט מען אין ביהמ"ד
די לעצטע תפלה פון יאר איז מלא התעוררות
מען זינגט אחות קטנה, דער גאנצער עולם ביינאזאם
מען וויינט און פארפירט, תכלה שנה וקללותיה
מען האפט און מען בעהט, תחל שנה וברכותיה

מען זינגט א שיינעם נוסח ביי מעריב
מען שרייעט תקעו בחודש שופר
נאך מעריב מען וואונטשט זיך הערצליך
לשנה טובה תכתב ותחתם

מיט האפענונגס-פולע הערצער
אז דאס יאר זאל טאקע זיין לחיים טובים ולשלום
מען גייט צו די זיידעס און רבני העיר
לברך ולהתברך מיט א זיסע יאר

מען קומט אהיים אין שטוב
מען מאכט אלע סימנים פון חז"ל
מען טינקט עפל אין האניג, קאפ פון א פיש
נישט קיין חריין, קיין זויערס, נאר פול מיט יהי רצונ'ס

לך אכול בשמחה את לחמך, זאגט די הלכה
כי כבר רצה אלקים את מעשיך
פארלאז דיך אז גאט האט מקבל געווען די תפלות
און מהיום והלאה וועט שוין זיין זיס

צופרי מען שרייעט מיט ציטער "המלך"
מען טוט קרוינען דעם באשעפער אלס אונזער קעניג
מען בלאזט שופר אין ביהמ"ד
דאס שטעלט כביכול גאט פון כסא דין צו רחמים

אבער אוי ואבוי! אוי מה היה לנו
מוצאי יו"ט הייבן אן קומען שמועות מחרידות,
א יונג בחור'ל פלוצים נסתלק געווארן
א יונג קינד אין א ביהכ"ס זיך דערטרונקען

רבונא דעלמא כולא
איך שפיר אויסגעשפילט ביז די טיפענישן
זו תפלה וזו שכרה?
איז דאס די רעזולטאטן פון אונזערע בקשות און הפצרות?
אבער מיר גייען ווייטער אן מיט אמונה
מתפלל זיין און מען פרובירט האפן אויף ווייטער

אזוי גייען אדורך די עשרת ימי תשובה
מלא סליחות וסגולות, קרבנות כפרות ותשליך
מיר בעטן אויף סליחה וכפרה,
מיט א הבטחה אויף א בעסערן יאר

עס דערנענטערט זיך יוכ"פ אליינס
דער פארכטיגער טאג, מיר זענען ווי די מלאכים
ווייס ווי שניי, ריינע אויסגעלייטערטע נשמות
נישטא קיין חומר, אלעס איז נשתנה לצורה
א העכערע וועלט, קיין גשמיות עס עקזיסטירט גארנישט
נישטא קיין שטן קיין יצה"ר, בלויז ווייסע קיטלען און נאסע מחזורים

מבוקר ועד ערב איין קייט פון תפלות ובקשות
מיט האפענונג אז ויאמר ה' סלחתי כדברך
טיף אין הארץ מען איז זיכער אז מען פועל'ט אלעס גוטס
פתח לנו שער בעת נעילת שער,
חתמנו לחיים, מלך חפץ בחיים!
בטוח אני באלה, די תפלות רייסן יעדנס הארץ

היום תאמצנו, היום תקבל ברחמים את תפלתינו,
ה' הוא האלקים! און א תקיעה שאלט אין ביהמ"ד
לשנה הבאה בירושלים,
א פריידיגע אטמאספערע נעמט יעדן ארום
פושט צורה ולובש צורה,
ביז מינוטן נישטא מער קיין זכר פון די אימת הדין

פול מיט האפענונג יעדעס אידיש הארץ
אז מיר האבן גע'פועל'ט אלעס גוטס
מען קומט אהיים אין שטוב
מיט שמחה מען וואשט זיך צו א סעודה

עס קומט סוכות, ב"ה דאגות און הכנות ביז די לעצטע מינוט
זיך איינגעהאנדעלט א שיינעם פרי עץ הדר כהלכה
צומארגנס מען גייט ארויס מיט די לולבים אין דער הייך
לפי שישראל ואומות העולם מקטרגין בראש השנה
וכשישראל יוצאין ולולביהם ואתרוגיהם בידם
זאגט דער מדרש, מיד הכל יודעין שישראל נוצחין בדין

די ימי השמחה זענען א באווייז אז מיר זענען די געווינער
מיר קענען שוין מהיום והלאה זיין פרייליך
מיר שפירן פארזיכערט אז דער קומענדיגער יאר
וועט שוין זיין מלא שמחה, ישועות ונחמות

מען קען זיך נישט געזעגענען, קשה עלי פרידתכם,
גאט בעהט זיך: עכבו עמי יום אחד!
מיט די תורה טאנצט מען פול מיט פרייד
הקפות מען לויפט ביז אין די נאכט אריין

* * *

א גאנץ יאר איז פארלאפן
מיינע געפילן זענען אויפגעברויזט און אנטוישט
איך קוק צוריק אויפן יאר, מראשית השנה ועד אחריתה
און טראכט ביי מיר מיט ווייטאג,
זענען די שפיטעלער ווייניגער פול מיט חולי ישראל?
האט הצלה געהאט ווייניגער פאון קאלס דעם יאר?

דער מצב איז ליידער פארקערט, גאר ערגער
רופא חולימ'ס בודזשעט איז נאר געשטיגן
רינועל האט געהאט פיל מער נירן-טראנספלאציעס ווי בעפאר
די גמ"ח'ן האבן געמוזט פארבארגן פיל מער געלט ווי לעצטע יאר
די טורמעס האבן אריינגענומען נאך פילע היימישע אידן
מיט אומדערהערטע טערמינען, א בראך אויף זיי און זייער משפחה

וויפיל אידן דרייען זיך נאך אלץ ארום צובראכן אן פרנסות
וויפיל שלום בית פראבלעמען און גיטין געווען דאס יאר
וויפיל טראגעדיעס און הארצרייסענדע פאסירונגען
א יונג פארפאלק מיטן צוקונפטיגן קינד, ברוטאל פארשניטן
הצרות האחרונות משכחות את הראשונות
גאנצע שטיקער תוכחה ווערט אויף אונז מקויים

אין רוחניות איז גארנישט בעסער
די נסיונות ווערן נאר שטערקער
שטיקער פאלן פון כלל ישראל, אן רחמנות,
אפגעפארענע און OTD וכל שום וחניכא דאית להו,
פון-טרערן דורכגענעצטע קישענעס
וואס די עלטערן און די משפחות פארגיסן
און אפילו די ערליכע פון אינדרויסן
פלאגן זיך אויך אין הארצן צו סורווייווען

ובכל זאת שמך לא שכחנו
מיר פרובירן מיט די לצטע כוחות
די אמונה הענגט אויף א האר
עס איז אין סכנה, שווער זיך צו האלטן

היינו ללעג וקלס בגויים
אלע מאכן חוזק פון אונז, ליצנות
אויף אלע שמוציגע בלאגס, א פחד צו קוקן
טראץ דעם אלעם געבן מיר נישט אויף

מיר בעטן, השקיפה ממעון קדשך מן השמים
עורה, למה תישן! וועק זיך אויף, גאטעניו, געוואלד
עס האלט שוין ביי חרב חדה מונחת על צוארינו
אין לנו על מי להשען, אלא על אבינו

אבער ליידער קוקט אויס פון אויבן-אויף
אז אונזער פאטער קוקט נישט אום אויף אונז
אלקי, אקרא יומם ולא תענה ולילה ולא דומיה לי
רחוק מישועתי דברי שאגתי

און כאטש מיר גלייבן אז ער איז מציץ מן החרכים
פארט איז דער הסתר פנים פיל גרעסער
א שוידערליכן חשכות הגלות, גדול מנשוא
מיר האבן זיך נישט אזוינס פארגעשטעלט אין וויסטן חלום

* * *

אצינד האלטן מיר ווידעראמאל פארן נייעם יאר
ליידער איז די האפענונג פארלאשן
די הערצער פארשטאפט, פול מיט אנגסט
די טרערן קוועלער פארטרוקענט

מען גייט שוין נאכאמאל זינגען אחות קטנה
מען גייט נאכאמאל בעטן – כמעט צום 2000'סטן מאל
תכלה שנה וקללותיה, תחל שנה וברכותיה
אבער די ווערטער קלינגען פרעמד, גארנישט היימיש

וויפיל איז דען דער שיעור צו בעטן און האפן,
און עס שטעלט זיך ליידער ארויס אז לשוא תוחלתי
דער צוקונפט איז פארהוילן, שרעקעדיג, אומזיכער
מלחמות, שנאת ישראל, צרות יגון ואנחה

מיר בעטן דיר, פאטער זיסער
עשה עמנו אות לטובה
וייראו שונאינו ויבושו
איינמאל פאר אלעמאל

מיר זאלן שוין זוכה זיין
והסר ממנו יגון ואנחה
מיר זאלן שוין זוכה זיין צו זעהן ישועת ה'
הראנו ה' חסדך, אפענע ישועות

עס זאל זיך גיסן ברכות און השפעות
בני חיי ומזוני רויחי אן קיין צמצום,
די קינדערלאזע זאלן אויפגעראכטן ווערן
די זיווג'לאזע זאלן טרעפן די באשערטע

פרנסה מיט א שמוץ אריבער מער וויפיל מ'דארף
הרחבת הדעת מען זאל דיך קענען דינען
עס זאל הערשן שלום אויף דער וועלט, בפרט צווישן אידן
די וועלט זאל זיין א איינגענעמע פלאץ

ברענג צוריק אונזער האפענונג
לאז אונז נישט אויסגעשפילט
זיי מקבל אונזערע קרבנות
מאך אונז נישט פילן ווי דער חודש תשרי איז ארויסגעווארפן
און מיר זאלן שוין קענען זינגען מיט א אמת'ע צפיה
תחל שנה וברכותיה...


----------------


איך פארשטיי נישט צופיל צו פאעזיע.
איך שרייב נאר אפ מיינע מחשבות,
און צוטייל עס אויף שורות
ממילא ליגט עס נישט אין קונסט פארום
אויב וויל איינער מאכן דערפון א שיינעם פאום,
אדרבה! נישטא קיין השגת גבול
וירח ה' את ריח הניחוח

דער אשכול פארמאגט 30 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר