די עבודה פון מוחל זיין גאט

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3109
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7511 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6612 מאל

די עבודה פון מוחל זיין גאט

שליחה דורך הוגה »

איינע פון די מעלות פון זיין א חסיד איז אז מ'קען פארציילן א.ג. אפיקורס'ישע מעשיות, און ווילאנג דו פארציילסט עס בשם איינע פון די גדולי הצדיקים ותלמידי בעל שם you're good to go. איך וויל דא פארציילן א עובדא'לע וואס איז גאנץ מעגליך קיינמאל נישט געשען און עס ווערט פארציילט מיט פארשידענע variations בשם כמה וכמה מהצדיקים הקודמים. איך וועל עס פארציילן בערך כמו ששמעתי דאס ערשטע מאל.

דער רבי ר' אלימלך האט איין יאר די נאכט פאר יום כיפור צוגערופן זיין תלמיד און אים באפוילן צו גיין צו די קרעטשמע אין די נעקסטע שטאט און זיך מאכן ווי ער שלאפט אבער ער זאל באהאלטענערהייט צוקוקן צו די עבודה פון דעם ארענדאר. וכן עשה. אינמיטן די נאכט זעהט ער ווי דער ארענדאר נעמט ארויס צוויי ביכער. פון איין בוך ליינט ער פאר אלע זיינע עבירות וואס זענען פארשריבן דארט אז ער האט געטון דורכאויס די פארגאנגענע יאר. פון די צווייטע בוך ליינט ער פאר אלע צרות ויסורים וואס ער האט מיטגעמאכט א גאנצע יאר. און ער רופט זיך אן אזוי: "טאטע אין הימל, מיר האבן זיך ביידע נישט אויפגעפירט איינעם צום אנדערע ווי עס וואלט געדארפט זיין, לאמיר מאכן א דיעל, עס איז דאך ערב יום כיפור, איך וועל דיר מוחל זיין און דו וועסט מיר מוחל זיין". ווען דער תלמיד האט איבער פארציילט פאר רבי ר' אלימלך די מעשה איז ער ארויס פון התפעלות.

קודם כל, מוחל זיין דעם אייבירשטן, דאס איז א פרישע עבודה וואס מען האט אונז נישט פארציילט דערפון אין חדר. דאס איז נישט קיין גרינגע עבודה. ווער דא האט שוין געמאכט דעם חשבון הנפש און קען זאגן אז זיי זענען מוחל גאט בלבב שלם.

אבער איידער מיר גייען ווייטער, דארף דען גאט אונזער מחילה? איז גאט אונז שולדיג עפעס? קוקטס נאר אריין אין די פיוט 'כי הנה כחומר', קוקטס וואס ער קען ווען טון מיט אונז. איז וואס, ער האט דיר געלאזט אין שווערע חובות? ער האט קראנק געמאכט דיין קליינטשיגע מיט שווערע יסורים? דאנק אים פארן דיך צושטעלן די קרן עזר און תומכי שבת! ווי שיין איז פון אים פארן באשאפן חי לייפליין! ועוד, ווייסטו דען צו אפשר די שווערע חובות - אדער גאר די קראנקע קינד - איז די בעסטע טובה וואס עס איז נאר שייך? וואס איז פשט מוחל זיין גאט? אויב האט מען ביי חסידים פארציילט די מעשה (און עס ארויפגעלייגט אויף א יעדע צווייטע רבי) מוז זיין אז יש דברים בגו.

איך מיין אז די מעשה איז נישט אזוי טיף. בעצם דארף גאט נישט אונזער מחילה, און עס איז מעגליך אפילו א חוצפה זיך צו רעגן. (כאטש די עצם כעס ורוגזא איז אליינס א געוואלדיגע עבודה אין אמונה כמובן.) דאך אבער איז די פאקט - אפגעזעהן צו עס איז גערעכט אדער נישט - אז זייער אסאך אידן גייען ארום אנגעווייטאגט און disappointed אין אים. איז די עבודה אין די טעג צו ארבייטן "אויף זיך" נישט צו זיין ברוגז אויף גאט. זיך איבערצובעטן מיט גאט על אף אלעס וואס מען איז אריבער די פארגאנגענע יאר. גאט דארף נישט אז מיר זאלן שרייען און וויינען, בוקן און שאקלען, מאכן פאקסן מיט די הענט און פנים, טונקען און טובל'ען איינצובעטן און איינצורייסן אז ער זאל אונז מוחל זיין. גאט וויל אז מיר זאלן זיך מוחל זיין, אים מוחל זיין, אלעמען מוחל זיין און לעבן בשלום מיט זיך און מיט אלעמען.

די שאלה איז נאר, ווי אזוי טוט מען דאס? ווי אזוי טאקע קען מען אוועקנעמען די שווערע ווייטאג? מילא, א קליין קינד, קענסט אים איינרעדן וואס דו ווילסט. אבער א מענטש וואס איז שוין אריבער אסאך אין לעבן, אסאך ראש השנה'ס, אסאך קשיות, אסאך מחילות און ער איז fed up. דו זאגסט זיי מוחל, פארגעס, מאך שלום, זיי צופרידן. עס זאגט זיך ניטאמאל גרינג. מען דאווענט און מען בעהט, איין מאל און נאכאמאל. וואס איז געשעהן מיט טרם יקראו ואני אענה? מיט ושמעתי כי חנון אני? אה, האסט נישט גענוג געבעטן. אויף אלעם איז דא גוטע און ריכטיגע תירוצים, אבער פון לאגיק ביזן הארץ איז א לאנגע וועג. און עס איז אויך דא א שיעור וויפיל תירוצים מען קען אננעמען. עס קומט אמאל א צייט ווען מען דארף עפעס מער קראנט, עפעס מער ממשות'דיג ווי נאך א רעליגיעזע excuse.

א צווייטע חכם וועט קומען מיט מאטעמאטישע חשבונות אויפצואווייזן אז בעצם איז אונז גאט שולדיג אזוי פיל מער שלעכטס. מען רעכנט צוזאם וואס עס קומט אונז פאר אלע עבירות וואס מיר האבן געטון. 22 פונט רעדן ביים דאווענען, 18 קילא לשון הרע, 4 ווערטער עברית, איין אריזאנע מצה און 122 באטלעך ז"ל איז ווערד אסאך אסאך מער ווי 60 טויזנט דאלער חובות, איין קענסער, 4 פארקינג טיקעטס און איין אשה רעה. ממילא קומט דאך אויס אז גאט איז גאר דער גוטער דא. דאס איז אולי ואולי גוט פאר א שיעור אין ראשית חכמה. אבער אין רעאליטעט איז מיר שווער צו גלייבן אז אזא לאגיק טוט אסאך צו לינדערן די שווערע געפילן. איז וואס יא?

מיין שאלה איז. דעם ראש השנה זענט איר גרייט מוחל צו זיין און שלום מאכן מיט גאט? פארוואס און ווי אזוי? (די אלע וואס זענען אלעמאל געווען אקעי מיט אים, rock on!)

.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל

דער אשכול פארמאגט 52 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר